בלאט 1 פון 1

ישר כח ר' מה הוא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:47 am
דורך כוכב
מיט - ליטערלי - טרערן אויף מיינע באקן וויל איך זיך באדאנקען פאר אונזער געניטער און געטרייער גראפיקער [tag]מה הוא[/tag]
אצינד, ווען די ביינער הייבן זיך מיר אן אויפלאזן, קען איך אביסל ארויסברענגען מיינע אינערליכע הרגשים.
ווער נאך ווי איך ווייסט וויפיל עס איז אים צו פארדאנקען פאר'ן "פה-סח"; וויפיל אומגעהויערע כוחות און צענדליגער שעות ער האט אריינגעלייגט דערפאר, ווי שווער עס איז אנגעקומען, וויפיל פראבלעמען זענען אלץ אונטערגעקומען, וויפיל מאל מיר האבן געמיינט אז מיר ברעכן אונטער, און וויפיל אבסטיקעלס ער האט געדארפט דורכגיין ביז ער האט באוויזן דאס אומגלויביגע.
איך קען אייך זאגן בפה מלא אלס ערשטהאנטיגער עדות, מה הוא האט זיך פשוט מוסר נפש געווען פאר פה סח, איך האב נישט די פאסיגע ווערטער. ווי קען מען שילדערן אין א פאראגראף אדער צוויי וואכן פון שלאפלאזע נעכט.
גיטס אלע א האנט פאר אונזער העלד מה הוא. עס קומט זיך אים. נאר דער אויבערשטער קען אים באצאלן פאר'ן זיין אזא מזכה את הרבים.
און א פערזענליכן דאנק פאר'ן גיין די עקסטערע מייל, מיר פארשטייען זיך אויפ'ן ווינק ;).

Re: ישר כח ר' מה הוא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:28 am
דורך נופת צופים
@מה הוא, נאכאמאל און נאכאמאל, עמעיזינג ארבעט, עט ליסט צוויי דריי מאנאטן ארבעט אריינגעפאקט אין דריי וואכן.
ישלם השם פעלך

איך ווייס אז בוזט גאר גאר אויסגעזוטשקעט פון די לעצטע דריי וואכן, אבער רוף דיך אן, וועט מען דיר קענען געבן אפאר לייקעלעך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:42 am
דורך פליקער
איך קלאפ איצט מיינע הענט לכבוד מהו,

אויך כוכב דיין חתימה איז שוין צייט פאר א אפדעיט

לייג נאר צו די פה-סח סאגא

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:46 am
דורך פישלע העררינג
א הערליכע ארבעט, ממש א דבר מתוקן. מבין ריסי הדפים ניכר שמבין אתה אין די דקות'דיגע עניינים וואס פארשענערן א בלאט צום לייענען. אסירי תודה אנחנו, כולנו.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:22 am
דורך געוואלדיג
איך באטראכט די ארבעט פון אלע זייטן און איך קען מיך נישט גענוג אפוואונדערן וויאזוי דער מה הוא האט מצליח געווען אין די פארגאנגענע 3 ואכן צו פארגרעסערן די טעג פאר מער ווי 24 שעה, אנדערש גלייב איך נישט אז מען האט דאס געקענט צושטעלן עס איז דאך אויסערגעווענטליך יישר כח פון טיפן הארצן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:15 am
דורך מה הוא
אפשר פאסט נישט אבער איך פיל אז איך מוז…
איך האב הערשט יעצט באמערקט דעם אשכול… [איך האב געמוזט אריינריקן א בייגל נאך די 3 וואכן ארבעט..]
ייש"כ כוכב פארן זיך באדאנקן אבער איך פיל מיך ווי א מוריטשקע קעגן א עלעפאנט מיין ארבעט איז אסאך???
הרב כוכב איך ווייס נישט וויאזוי די פילסט נאכן אריינלייגן צעדליגע מאל מער ארבעט ווי מיר אין דעם פה-סח בכלל און די האסטיך נאך געדארפט אויסקומען מיט מיר אויך.. וואס דאס אליין איז א שווערע ארבעט געווען… :lol:
[איר גלייבט נישט?? פראבירט אויס צו לערנען אן אלטע בער טאנצן..]
אבער עס איז געלונגן ב"ה