בלאט 1 פון 2
ערב פסח: מעגליכע פארכאפונג אין מדינת ישראל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:43 am
דורך אפטעמיסט
יעצט ערב בדיקת חמץ קומט אן שווערע נייעס פון מדינת ישראל אז א איד איז מעגליך פארכאפט געווארן דורך אראבער לעבן חברון. צוויי אידן (מער פרטים, ווי עלטער וכדו' זענען דערווייל נישט באקאנט) זענען שטעקן געבליבן אויפ'ן ראוד מיט א צעבראכענעם רעדל און איינער איז געגאנגען זוכן הילף אינעם דערנעביגן אראבישן דערפעל, אבער איז קיינמאל נישט צוריקגעקומען. גרויסע כוחות פון די מיליטער און פאליציי זוכן פארן פארשוואונדענעם.
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4643869,00.html
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:01 pm
דורך אפטעמיסט
דער פארשוואונדענער איז א 22-יעריגער בחור וואס איז געווען אויפ'ן וועג אהיים פונעם מערת המכפלה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:08 pm
דורך אפטעמיסט
דער פארשוואונדענער יונגעטליכער, ניב אסראף, פון באר שבע.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:11 pm
דורך שמעקעדיג
רח"ל.
זאל מען הערן בשורות טובות און עס זאל טאקע זיין א זמן חירותינו מיטן פולן זין פון ווארט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:18 pm
דורך אפטעמיסט
אפדעיט: אומבאשטעטיגטע באריכטן געבן אן אז עס שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט געווען קיין פראבלעם מיט'ן רעדל. פארוואס דער פארשוואונדענער איז אריין אינעם דערפל איז אומבאקאנט. דער פאליציי זאגט אז ס'איז מעגליך נישט קיין טעראר נאר א קרימינאלע אינצידענט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:22 pm
דורך chusid
אויף
פעיסבוק האט ער נעכטן געפרעגט פארוואס דוקא ווען א מענטש ווערט פארשווינדען זעט מען אז ער איז ווערט געווען..זעט אויס עס איז נישט א קידנעפינג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:35 pm
דורך פליקער
לאמיר זיך שוין פארנעמען נישט רעדן אזויפיל לשון הרע פון יעדע אימשטעיטיגטע קוואל וויפיל איז דער שיעור
ער איז אפגעפרן און איבער געלאזט די ווייב און קינדער ביז בא הרוג ברגליו, ווער ס'פארשטייט פארשטייט
ער איז געוועין אויפ שבת ביי אטיאיסטן
וויפיל איז דער שיעור
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 5:45 pm
דורך שמעקעדיג
כ'הער ס'דא נייעס?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 5:47 pm
דורך ישמעאל הכהן
yes he was found safe and sound
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 5:58 pm
דורך שמעקעדיג
ב"ה
האבן דאך מיינע ברכות יא עפעס א כח!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 6:11 pm
דורך מאטי
ס'געווען א פאני-קאל, ער'ז נישט געווען פארלוירן.
Re: ערב פסח: מעגליכע פארכאפונג אין מדינת ישראל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:30 pm
דורך קאוועניק
שמעקעדיג האט געשריבן:ב"ה
האבן דאך מיינע ברכות יא עפעס א כח!
ניין די האסט געווינטשען ער זאל ווערן באפרייט, מזאגט דא ער איז קיינמאל נישט געווארען געפאנגען
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:26 pm
דורך שבת אחים
כ׳פאר שטיי נישט וואס דא גייט פאר , ער איז פארלוירן געווארן ? געקידנעפּט ? א אומגעלונגענע וויץ? מעגליך אז די ישראלים האלטן אפריל פולס דעי דעם צווייטן אין אפריל?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:30 pm
דורך [NAMELESS]
יאפ!
אזוי וי די זאגסט, נישט מער וי א מעשה קונדס א געזונטע שפיצעל.
ערנסט גערעדט למעשה ווער עס פארדינט פון די טריק וואס איז גרידא דאס מאל געלונגען, איז בעצם די איזרעאלי ארמיי אין אונזער באליבט הייליג לאנד וואס איז אדורך איבונגען אין פאל מ'זאל חלילה נישט דארפען צוקומען דערצו (אויב וועט זיך גלוסטען פאר איינעם פון מוסלמענע פליגלען פון חמאס לדוגמא א נטורי קרטא מיטגליד צו פארכאפען א סאלדאט זענען מיר גרייט על כל צרה שלא תתרחש)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:35 pm
דורך יין שרף
מ׳האט אים כאטש גוט געפראקט פארן צופידלען די גאנצע יהדות החרדית (והגלילות)?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:מ׳האט אים כאטש גוט געפראקט פארן צופידלען די גאנצע יהדות החרדית (והגלילות)?
איין רגע נאר,
אונזערע סאטמערע ברידער, אין זייער קאלעגע אין די יידישע פליגעל פון איראן נטרונא טענען דאך אז זיי זענען די פארשטייער אין פארטרעטער פון 'גאנץ' יהדות הגולה, סאו די חברה זענען דאך קיינמאל נישט געווארען 'צופידלט'?

לכאורה זענען זיי געוועהן גאנץ צופרידען מיט די מעגליכע פארכאפונג סאו דארף מען זיי גוט אויספראקען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 9:54 pm
דורך פליקער
ואתא, דו זעיסט מיר אויס ווי בערל'ס גילגל, עס איז עפעס מדבר מתוך גרונם
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:59 pm
דורך [NAMELESS]
הלעאו, דו טראכסט הויך, נישט יעדער דארף צו ויסען וואס די כאפסט אויף אזוי שנעל, סאיז גאר א ערנסטע חשש גלוי...
ערנסט גערעדט לכאורה האבן אונז טאקע דער זעלבע שורש נשמה
ר' בערל, איר זענט איינשטימיג מיט מיינע רייד?
איך טראג דיך אן א גוטען דיל, זאלסט געבען דיין הסכמה צו דעם שמועס אין איך וועל דיך אפצאלען כהוגן, איך וועל דיר געבען ע"ב בתולות אזוי וי חמאס גיבט פאר רבאיי בעק'ס מענטשען...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:06 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ב"ה
האבן דאך מיינע ברכות יא עפעס א כח!
שמעקעדיג: איך קען דיר אריינפעקסן (פארצייטיש) א קוויטל מיט א פדיון. א הונדערטער...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:09 pm
דורך berlbalaguleh
אתא קלילא האט געשריבן:הלעאו, דו טראכסט הויך, נישט יעדער דארף צו ויסען וואס די כאפסט אויף אזוי שנעל, סאיז גאר א ערנסטע חשש גלוי...
ערנסט גערעדט לכאורה האבן אונז טאקע דער זעלבע שורש נשמה
ר' בערל, איר זענט איינשטימיג מיט מיינע רייד?
איך טראג דיך אן א גוטען דיל, זאלסט געבען דיין הסכמה צו דעם שמועס אין איך וועל דיך אפצאלען כהוגן, איך וועל דיר געבען ע"ב בתולות אזוי וי חמאס גיבט פאר רבאיי בעק'ס מענטשען...

אתא קלילא: יישר כח. תזכה למצוות. אבער פאר מיר איז געניג איין געוועזענע בתולה...פאר וועם איך האב געזאגט "הרי את מקודשת לי כדת משה וישראל...פאר איין און פערציג יאר צוריק...

איך בין ב"ה נישט קיין מוסלמענער אדער נטורי חרטא...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:10 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:ב"ה
האבן דאך מיינע ברכות יא עפעס א כח!
שמעקעדיג: איך קען דיר אריינפעקסן (פארצייטיש) א קוויטל מיט א פדיון. א הונדערטער...!
גיב עס מיר אין לאז אפ דעם רייכען שמעקעדיג וואס פארמאגט אזויפיל ריעלעסטעיט אין שמעקדיקסויל עיר הבירה פון קאווע שטעטעל.
איך זאג דיר צו ע"ב בתולות!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:13 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:אתא קלילא האט געשריבן:הלעאו, דו טראכסט הויך, נישט יעדער דארף צו ויסען וואס די כאפסט אויף אזוי שנעל, סאיז גאר א ערנסטע חשש גלוי...
ערנסט גערעדט לכאורה האבן אונז טאקע דער זעלבע שורש נשמה
ר' בערל, איר זענט איינשטימיג מיט מיינע רייד?
איך טראג דיך אן א גוטען דיל, זאלסט געבען דיין הסכמה צו דעם שמועס אין איך וועל דיך אפצאלען כהוגן, איך וועל דיר געבען ע"ב בתולות אזוי וי חמאס גיבט פאר רבאיי בעק'ס מענטשען...

אתא קלילא: יישר כח. תזכה למצוות. אבער פאר מיר איז געניג איין געוועזענע בתולה...פאר וועם איך האב געזאגט "הרי את מקודשת לי כדת משה וישראל...פאר איין און פערציג יאר צוריק...

איך בין ב"ה נישט קיין מוסלמענער אדער נטורי חרטא...

וואס זאל איך טהון מהאהט מיר חושד געוועהן אין זיין א בעל עגלה? יעצט טענה זיך מיט זיי גיי זיי מסביר אז איך דרייו א לעקסס אין נישט מסתפק במועט וי דיר פשוטע בעל עגלה.