בלאט 1 פון 1

פה-סח "הכרת הטוב קאמפיין"

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
פה-סח "הכרת הטוב קאמפיין"

די "הכרת הטוב קאמפיין" איז אין פולן שוואונג. פילטס נישט גילטי פאר'ן באקומען אזא אומשאצבערע אוצר אומזינסט. די טיפ דזשאר פאר אונזער טייערע חבר כוכב איז אפן. די דעטאלן זענען געווארן אויסגעארבייט דורך די הנהלה. יעדע סכום פון קליין ביז גרויס איז וועלקאם, אפילו מינימאל.

שיקט אייער באשטייערונג יעצט דורך פעיפעל צו: kaveshtiebel@gmail.com.
מאך זעכער צו צושרייבן אין די מעסעזש אפציע באקס: "שכר כוכב", כדי נישט צו פארמישען מיט די אלגעמיינע פה-סח פאנדרעיזינג.

יישר כח!

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:09 pm
דורך [NAMELESS]
געשיקט 36

יישר כח ר' כוכב

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
עטליסט 5.00 ווי מ'וואלט געצאלט פאר א צווייטע אויסגאבע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:31 am
דורך רויטע וואנצעס
געשיקט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:53 pm
דורך קינד_אן_קייט
יש מדקדקין ליתן $44 נגד "אחד עשר כוכביא" (ד' פעמים), או יותר, וכן אני נוהג.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:19 pm
דורך וויליאמסבורגער
כ'קען נישט קיין זאך, אבער כ'האב געשיקט כאטש די מינימום.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:27 pm
דורך בן תמליון
געשיקט כמנין ח"י לרמז אז כוכב האט געוויזן תבל ומלואה עוד יוסף חי, דאס פינטעלע אידיש ווארט קען מען נישט פארלעשן. עם ישראל חי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:27 pm
דורך [NAMELESS]
וויליאמסבורגער האט געשריבן:כ'קען נישט קיין זאך, אבער כ'האב געשיקט כאטש די מינימום.

שיק די באקס אייער פון די קמחא דפסחא צו דו P.M.B. פון קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:32 pm
דורך [NAMELESS]
בן תמליון האט געשריבן:געשיקט כמנין ח"י לרמז אז כוכב האט געוויזן תבל ומלואה עוד יוסף חי, דער פינטעלע אידיש ווארט קען מען נישט פארלעשן. עם ישראל חי.

איך גיי שיקען 72$ כמניין ע"ב בתולות כדת משה בער וישמעאל. :)

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 5:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
האסט פארגעסן עירוב תבשולין? נישט געפערליך, דא האסטו נאך עפעס צו געדענקן.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 3:23 pm
דורך אפטעמיסט
פיילסט א 1099 אדער W2?

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 3:24 pm
דורך כוכב
איך האב קיינמאל נישט אינדארסירט דעם קאמפיין און געוויס האב איך נישט געטון מיין ארבעט פאר סיי וואס פאר א געלט חשבונות, אבער איך טו זיך שטארק באדאנקען פאר די אלע חשוב'ע וואס האבן ארויסגעצייגט הכרת הטוב אויף די שווערע ארבעט צי מיט אפאר צענט, א גוט ווארט אדער אפילו בלויז א לייק. ישר כוחכם.