ווי אזוי פראוועט מען יו"ט פסח נאך אזעלכע שווערע טעג?!?!
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 1:28 am
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
שטייענדיג קורצע טעג, דערנאך וואס עם ישראל איז אריבער גאר שווערע טראגעדיעס, דער מח האט זיך נאך נישט בארואיגט, אונזערע קינדער דרייען זיך ארום מיט פילע פראגעס ווארטנדיג פאר חיזוק, פאר עפעס לעכטיגקייט וואס זאל געבן כח ווייטער צו גיין, איז כדי צו נעמען עטליכע מינוטן טאקע יעצט אין דעם הייליגן יו"ט פסח ווען מיר זענען מקיים דעם מצוה פון והגדת לבנך, ווען מיר זיצן און פארברענגן מיט אונזערע בני משפחה און קינדערלעך מיט א רואיגקייט, און זיי איבער געבן ווי אזוי א איד דארף טראכטן אין אזעלכע מינוטן, ווי אזוי א איד האלט זיך שטארק... פארשטייט זיך אז מסביר זיין אדער פארשטיין געבן וואס דא האט פאסירט איז בכלל נישט שייך, נאר איין זאך דארפן מיר זאגן צו זיך און צו די קינדער איין מאל און נאכאמאל אז נסתרים דרכי ה', מיר ווייסן און גלייבן מיט א קלארקייט אז ה' הוא אלוקים ואין עוד מלבדו, אלעס וואס הקב"ה טוט און מאכט איז לטובה, אלעס האט א פונקטליכע חשבון וואס מיר קענען נישט מיט אונזער קליינע השגה פארשטיין,... אבער עפעס א קליין ביסל חיזוק וואס מיר קענען יא געבן, עפעס א ברעקל פון לעכטיגקייט ליגט אויף אונז פאר א חוב, לאמיר זיך אויסשמועסן...
ס'איז ערב פסח תשע"א ביי משפחת ווערצבערגער אין שטוב, שטייענדיג א האלבע שעה צום זמן איז שוין אלעס רואיג און שיין, די שטוב איז ב"ה פולקאם גרייט מקבל צו זיין דעם הערליכן יו"ט, די סדר טיש געדעקט מיט די שענסטע, די אכט געשוויסטער זענען אלע הערליך שיין אנגעטוען, און אפילו די אורחים וואס זענען געקומען אויף יו"ט האבן זיך שוין אויסגעפאקט און באקוועם געמאכט... די חשובע טאטע ר' שלום קוקט זיך צו מיט א שמייכל שעפנדיג נחת פונעם ווארעמע ערב פסח אטמאספערע!
כאטש די געוואלדיגע רואיגקייט וואס הערשט אין שטוב, איז אבער פארהאן א וואלקן פון טרויער וואס שוועבט אין די לופט... ס'איז קוים עטליכע וואכן זייט זייער באליבטע מאמע ווייב און איבערגעגעבנע מחנכת רחל איז נפטר געווארן צו די ווייטאג פון אלע אירע באקאנטע און גוטע פריינד, איז יעצט שטייענדיג ביים ערשטן יו"ט פסח אָן זייער באליבטע מאמע צוברעכט דאס די הארץ... אבער די חיזוק וואס זייער חשובע טאטע האט אין זיי אריין געפלאנצן די לעצטע שטיקל צייט לאזט זיי נישט איינברעכן נאר זיי טוען זיך שטארקן און טוען דאס בעסטע זיך צו גרייטן מיט אמונה און בטחון צום גרויסן ליל הסדר...
ווען די צייט פון לעכט בענטשן איז אנגעקומען האט זיך פלוצלינג געהערט א געשריי פון די קליינע שרה'לע ..ווי איז מאמי?!?! ווי איז מאמי?!?! צום ערשט האט איר די גרויסע שוועסטער פרובירט בארואיגן, אבער זי האט נישט נאכגעלאזט, ווען צו איר רוף האט זיך אנגעשלאסן חיים'ל מיט א ווייטאגליכע געשריי ..ווי איז מאמי?!?! די דארפסט אנצינדן די הייליגע יו"ט לעכט, די דארפסט מיר הערן פרעגן די מה נשתנה, די דארפסט דא זיין?!?! די איינגעהאלטנקייט וואס אלע האבן געהאט ביז דעם מינוט האט זיך פלוצלינג איבערגעריסן און א פלייץ פון טרערן האט זיך געגאסן אין שטוב, אלע געשוויסטער פון גרויס ביז קליין האבן געוויינט אָן אויפהער...
ר' שלום זעהנדיג דעם בילד ווי זיינע לעכטיגע קינדער וויינען מיט אזא צובראכנקייט האט ער אליין אויסגעבראכן אין א געוויין אויפהייבנדיג די אויגן צו אבינו שבשמים ..רבש"ע געב מיר די כוחות, די חיזוק, די ווערטער, די שטארקייט ..?!?!.. העלף אונז טאטע, די ביסט דאך דער אבי היתומים, נאר די קענסט אונז העלפן... מאמי די האסט דאך אונז כסדר געלערנט אמונה ובטחון, יעצט איז די צייט וואס מיר דארפן עס לעבן העלף אונז, בעט ביים רבש"ע אז ער זאל אונז געבן די כוחות צו קענען אריבערגיין די שוועריגקייט מיט דאס וואס די פלעגסט אונז כסדר זאגן אז "ה' הוא אלוקים ואין עוד מלבדו" אלעס וואס ס'פאסירט איז פאר אונזער טובה, אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכע חשבון כאטש דער מענטש פארשטייט נישט, העלף אונז!
א קלאפ אין טיר האט זיך געהערט און עס נעמט נישט קיין סעקונדע א אינגערמאן לויפט אריין ..ס'איז שפעט כ'דארף לויפן אבער איך האב אייך נאר געוואלט איבערגעבן א פעקל פון אייער מאמע, וווואאסס??! האבן זיך אלע געוואונדערט, אונזער מאמע איר מאכט מן הסתם א טעות?! משפחת ווערצבערגער דאס זענט איר און דאס איז א פעקל פון אייער מאמע, מיט וואונדער מאכן זיי אויף דעם פעקל, אכט הערליכע הגדות של פסח און באזונדער איינס פאר ר' שלום, צוגעלייגט דערצו ליגט א פרעזענליכע בריוו פון זייער באליבטע מאמע... אינגאנצן שאקירט זענען זיי געשטאנען נישט וויסנדיג וואס איז פשט אין די גאנצע מעשה.
דער אינגערמאן האט זיך לאנג נישט געלאזט ווארטן און זיי פארציילט: בערך א צוויי חדשים צוריק איז אייער מאמע אריין געקומען צו מיר אין געשעפט, ווי נאר זי איז אריין געקומען האט זיך איר שוואכקייט דערקענט, מען האט געזעהן אז ס'האנדלט זיך פון א אידישע מאמע וואס קומט איינקויפן במסירת נפש פאר אירע קינדערלעך, גלייך האט זי באשטעלט די הערליכע הגדות, און מיר געבעטן אריינצוקריצן אייערע נעמען און ביי איעדן זאל איך צולייגן דעם בריוול וואס זי האט מיר דאן געגעבן, דערנאך וואס זי האט מיר געגעבן אייערע ערשטע נעמען האט זי באצאלט, און נאך פאַר כ'האב געהאט א געלעגנהייט אראפצושרייבן אייער טעלעפאן נאמבער און אדרעס האט זי פארלאזט דעם געשעפט... טעג זענען פארביי די סחורה איז גרייט געווארן, אבער ווי איר ווייסט איז אין געשעפט אריבער פארנומענע ערב פורים און פסח טעג, און פון איין טאג איז געווארן צוויי און דריי און קיינער איז נישט געקומען כ'האב פון דעם ארדער אינגאנצן פארגעסן... היינט נאכמיטאג שטייענדיג ביים מצות באקן האב איך געהערט ווי איין איד זאגט פארן צווייטן ..מיין טאכטער'ס קלאס קומט זיך צוזאם אויף א שיעור, מרת קליינמאן וועט איבערגיין מיט זיי אלעס וואס מרת ווערצבערגער פלעגט לערנען אויף פסח מיט אירע תלמידות... ווען איך האב געהערט דעם ווארט "מרת ווערצבערגער" האב איך זיך דערמאנט דאס מיז זיין ... כ'האב זיי געפרעגט צו זיי קענען די משפחה און צו זיי האבן א שרה א חיים? און צו די טאטע הייסט שלום..?! זייט מצליח האטס א לעכטיגע יו"ט, א כשרע פרייליכע פסח!
פון די אויגן האבן די טרערן ווייטער גערינען - אבער אנדערע סארט טרערן, ס'איז געווען טרערן וואס האבן געזאגט מאמע ס'טוט טאקע וויי, ס'איז שווער אבער מיר ווייסן אז די ביסט מיט אונז, יא מיר שפירן אליין אבער מיר ווייסן אז די באגלייטסט אונז, יא מיר בענקן אבער מיר שפירן די געוואלדיגע השגחה פרטית, ס'איז אונז קלאר אז אויפן מינוט וואס מיר האבן געדארפט חיזוק דאס מערסטע האסטו אונז געוויזן אז יא קינדערלעך כ'בין מיט ענק, דער אבי היתומים באגלייט אייך אויף טירט און שריט, יא מאמי וואס די האסט אונז געלערנט קלינגט אין די אויערן ה' הוא אלוקים ואין עוד מלבדו! ש'כח מאמע טייערע, א לעכטיגע יו"ט..!
טייערע ברידער! ווען מיר זיצן ביים הערליכן סדר טיש, ארום גענומען מיט אונזער זיסע משפחה און גוטע פריינד בלע"ה, אלעס איז רואיג און שיין, די שטוב גלאנצט און שיינט, איז אבער ביי איעדן איד טיף אינעווייניג פארהאן א שווערע געפיל, און אפשר גאר א געפיל פון ווייטאג, ווייל ווי שיין און הערליך דער מצב זאל נאר זיין פעלט אבער פון די בילד, ס'פעלט בכלל ובפרט, ווייל ווי נאר מען געבט זיך א קוק ארום זעהן מיר ווי אידן מאכן ליידער מיט צרות יגון ואנחה, איינער אזא פעקל און איינער א אנדערע פעקל, צד השוה שבהן אז ס'איז א מצב פון 'אין לך בית אשר אין שם צרה', ביי איעדן איז פארהאן עפעס וואס פעלט ה"י... איז יעצט שטייענדיג ביים יו"ט פסח ווען מיר פראווענען דעם זמן חרותינו צוברעכט דאס די הארץ... ווייל ווי קען א איד אמתדיג פראווענען פרייהייט ווען אין שטוב פעלט, ווען דער בילד איז נישט בשלימות?! ווען די קינדער וויינען און פרעגן טאטי פארוואס פונקט אונז? פארוואס האט עס פאסירט? וואס גייט זיין?! ... און באופן כללי אפילו זאל קיין ברעקל צער נישט זיין איז דער הערליכע סדר טיש נישט בשלימות, ס'פעלט דעם קרבן פסח, די אפענע השראת השכינה וואס מיר פלעגן זעהן איעדן ערב פסח, דער אחדות ווי גאנץ עם ישראל מיליאנע אידן קומען זיך צוזאם אינעם הייליגער בית המקדש שעכטן קרבנות, און יעצט זענען מיר אליין אין דעם שווערן גלות ..טאטע עד מתי ווי לאנג נאך?!?!
דער אידעלע הייבט אויף די אויגן צו אונזער באליבטע טאטע אבינו שבשמים ..רבש"ע געב מיר די כוחות, די חיזוק, די ווערטער, די שטארקייט ..?!?!.. העלף אונז טאטע, געב אונז א קלארע אמונה, א שטארקע בטחון, א אמתע אהבת ה', רבש"ע געב פאר דיינע קינדערלעך די כוחות צו קענען אריבערגיין די שוועריגקייטן וואס הערשט אין דעם ביטערן גלות, מיר זאלן וויסן און גלייבן אז "ה' הוא אלוקים ואין עוד מלבדו" אלעס וואס ס'פאסירט איז פאר אונזער טובה, אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכע חשבון כאטש דער מענטש פארשטייט נישט, העלף אונז טאטע אז מיר זאלן זיך קענען האלטן אין די לעצטע מינוטן פון גלות..!
אבער ברידער טייערע ס'ענדיגט זיך נישט מיט דעם, יא אמת אז דאס וויכטיגסטע איז א הארציגע תפילה צום מלך העולם, ווי חז"ל זאגן אונז די לשון פון פסח טראגט מיט זיך אויך די געדאנק פון פה-שח א מויל וואס שמועסט, וואס דאס מיינט אז מיר זענען זיך מקשר מיט השי"ת דורך די כח פון אונזער מויל, מיר ברענגן ארויס אונזער געבעט און אונזער געשריי צו הקב"ה ויזעקו אל ה' בצר להם... אבער דער פה-שח האט נאך א וויכטיגע חלק צו זיך, מיר דארפן מיט אונזער הייליגע כח הדיבור אויסשמועסן פאר זיך און פאר אונזערע קינדערלעך די גרויסקייט און גוטסקייט פון הקב"ה, ווי די פסוק זאגט "עם זו יצרתי לי תהלתי יספרו", יא אמת אז מיר לעבן אין א וועלט פון הסתרה אבער מיט דעם אלעם איז ביי איעדע פון אונז פארהאן מינוטן וואס הקב"ה איז זיך צו אונז מגלה, מינוטן וואס דער איד שפירט דעם אפענע יד ה', ער זעט אפענע השגחה פרטית, הקב"ה ווייזט אונז מיט די גרעסטע מאס קלארקייט אז יא מיין טייער קינד איך בין דער וואס שטייט אונטער אלעס, אמת אז בדרך כלל זעט מען עס נישט, ווייל דאס איז די וועלט 'עולם' איז מלשון 'העלם' ס'איז באהאלטן, אבער ווען הקב"ה געבט אונז מינוטן דארף דאס אונז באגלייטן אויף שטענדיג, די מינוטן דארפן זיין מיט אונז אז אפילו ווען מען זעט נישט ווייסט מען אז ס'איז הקב"ה...
אין א וועלט וואס די נעגאטיווע נייעס פארן בליץ שנעל ארום, כסדר הערט מען פון א צרה דא און עפעס שרעקליך האט פאסירט דארט, ווען צו די זעלבע צייט הערט מען גאר ווייניג פון די לעכטיגע מינוטן, זעלטן הערט מען ווי מענטשן שמועסן פון השגחה פרטית, פון חסדי ה'... ווען מיר וואלטן ווען עוסק געווען אין השגחה פרטית וואלטן מיר איעדע רגע באמערקט דעם יד ה', ווייל ווי נאר דער איד מאכט אויף די אויגן זעט ער עס טאג טעגליך, ס'איז פשוט א מעשה יצר וואס וויל צוברעכן דעם איד לאזט ער אים נישט אויסשמועסן די אלע חסדים פון בורא עולם נאר מאכט אים רעדן פון אלע צרות יגון ואנחה... דאס זעלבע איז אין שטוב זעלטן הערט מען פון א טאטע וואס שפאצירט אריין אין שטוב און זאגט ..קינדערלעך היינט האב איך געהאט א געוואלדיגע מוצלח'דיגע טאג בורא עולם האט זיך מרחם געווען אויף מיר און כ'האב געזעהן אפענע השגחה פרטית, וואס מיר הערן גאנץ אפט איז קינדער היינט האב איך געהאט א געוואלדיגע שווערע טאג, כ'האב ממש נישט קיין כח, כ'בין אויסגעמאטערט וכדומה, מיר כאפן זיך נישט אבער צוביסלעך גייט עס אריין אין זיך און אין די קינדערלעך און זיי בלייבן אינגאנצן צומישט און פארווינדערט וואס טוט זיך דא?! וואס גייט פאר אזוי פיל צרות?!
אויף די מינוט וואס מיר זעהן דעם יד ה', און מיר טוען אויסשמועסן און ארויסברענגן די חסדים פון הקב"ה, אויף די מינוט וואס ס'ווערט קלאר אז בורא עולם שטייט אונטער אלעס, ווי ער באגלייט אונז אויף טריט און שריט, וועלן מיר אינגאנצן אנדערש מקבל זיין די צרות, פון די אויגן וועלן זיין אנדערע סארט טרערן, ס'וועט זיין טרערן וואס זאגן יא ס'טוט טאקע וויי אבער טאטע זיסע מיר ווייסן אז די ביסט מיט אונז, יא מיר שפירן אליין אבער מיר ווייסן אז די באגלייטסט אונז, יא מיר בענקן אבער מיר שפירן די געוואלדיגע השגחה פרטית! טייערע ברידער יעצט ביים ליל הסדר די נאכט וואס מיר זענען געווארן א פאלק, די נאכט וואס עם ישראל איז געבוירן געווארן איז דאך פארהאן די גרעסטע מאס ליבשאפט, איז דאס די נאכט פון אויספירן אונזער שליחות צו לויבן און דאנקן השי"ת, אויסשמועסן די אלע געוואלדיגע חסדים וואס מיר באקומען כסדר פון הקב"ה, ארויסברענגן די אלע געפילן פון הכרת הטוב, והגדת לבנך מיר דארפן פארציילן פאר זיך און פאר אונזערע קינדער... ס'איז א מצוה לספר איעדער פון אונז פארציילט זיינע אייגענע יציאת מצרים מיט הארץ און לויב צו השי"ת, און דאס איז די גרעסטע כח וואס מיר פארמאגן, דיבור - רעדן צו השי"ת ברענגט אונז נענטער, זיך אויסשמועסן מיט השי"ת מאכט אונז הייליגער, פארציילן פאר אונזערע קינדער מאכט אונז שטערקער... לאמיר אויסניצן די הייליגע מינוטן און זיי אנפילן מיט חיזוק און אמונה, מיט שטארקייט און בטחון, מיט אהבת ה' און האפענונג... זיי זאלן וויסן מיט די גרעסטע מאס קלארקייט אז ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו אלעס וואס פאסירט איז רחמיו וחסדיו... לאמיר זיך גרייטן צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג ווען ס'וועט מקיום ווערן דעם מלאה הארץ דעה את ה', ווען אלעס וועט קלאר ווערן פאר די אויגן בביאת מלך המשיח בב"א!
זיך איינצושרייבן צו באקומען וואכענטליך בעז"ה tiferenblik@gmail.com