בלאט 1 פון 1

על ביאור חמץ

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 11:33 am
דורך קינד_אן_קייט
כ׳שטיי, כ׳קלער
כ׳טראכט הויעך
געדאנקן שוועבן
שיסן ארויף
ווי מיט׳ן רויעך

דאס פייער, נאענט
העליש ס׳ברענט
א בענקשאפט ס׳ערוועקט
ממש ס׳וויל זיך
אריינלייגן די הענט

היפשע יארן
קוים מ׳שפירט
ברעקלעך? קוים צען
הארט און טרוקן
מ׳עקזיסטירט

ווארימקייט ס׳גלוסט זיך
אן קיין איבעיא
אבער ווי להכעיס
בטל ומבוטל
וכאילו לא היה

הרגשים אויסגעריסן
מיט ווייטאג, מיט פיין
א שווערע עבודה
א געראנגל פאר הווה
אני ׳כאן׳, הכל ׳כאן׳

פריי, אויפגעבינדן
פון די רצועות
קיין של יד
קיין של ראש
מער ווי דריי רשויות

בן חמישי, באשאפן
מיט די אייגענע הענט
ואת הנעשה, אין להשיב
אוי הלוואי!
מ׳וואלט געקענט

הילד איננו
פארפאלן, פארפארן
אבער אינעם חמץ
א זכר, א נחמה
פאר די יונגע יארן.