[justify]געשריבען דורך בן נריהו. בעארבעט אויף פליסיג יידיש - מיט ערלויבערניש - דורך דער רעדאקטער, מיט דאנק.
[center]שׁלאַף-שׁטוּנדע[/center] "איך גיי כאפן א דרימל" - זאגט זיך ביי לייט, פון מויל ארויס. גיכער איז ריכטיגער - "דער דרימל כאפט דיך", ווארום אזוי איז עס אין פאקט... דער באשאפענער מענטש איז נישט אומשטאנד צו אנגיין מיט א טאג ארבעט - מיט די פולע קראפט - אויב ווערט עס נישט צובראכן דורך א דרימל. דער קערפער מאנט עס, און א קלוגער מאן גיבט זי עס.
עס ווילט זיך מיר באשרייבן די גענויע שטודיעס איבער דרימלען, ווען איז די בעסטע צייט צו כאפון א דרימל, און פארוואס איז דענסטמאהל די בעסטע צייט, וואס די בענעפיטן זענען פון דרימלען, ווען און וויאזוי א איד געהער צו דרימלען, און אזוי ווייטער, אבער מיין צייט איז שטארק באגרעניצט. דעריבער וועל איך די מער סייענטיפישע טייל לאזן פאר אן אנדערע מאהל, און דא וועלן מיר בלויז אנצייכענען עטליכע אינטרעסאנטע פונקטען וואס אנטבאלאנגט א דרימל - מיט האפענונג דאס די לעז מאטריאל וואס איך שטעל צו וועט נישט פארדרימלען די ליינער.
[center]חילוק צווישען א דרימל און א שלאף[/center]ווען מען פארשטייט דער פארשידנארטיגקייט צווישען א דרימל און א געהעריגע שלאף, ערלויבט עס צו בענעפיטירן דאס מערסטע פון שלאף און שניידן די מערסטע איינקומפט פון א דרימל.
געווענליך ווען מען שלאפט, גייט דער קערפער פאריבער 5 שטאפלען פון שלאף טיפקייט. ווען מען דרימלט פאר בלויז א קורצע וויילע, ערלויבט מען די קערפער פאריבערגיין בלויז 2 שטאפלען פון שלאף. די דאזיגע ערשטע צוויי שטאפלען פון שלאף נעמט געווענליך נישט מער פון 20 ביז 30 מינוט, לויט ווי דר. מייקל בראייס שרייבט אין זיין בוך "ביוטי סליפ". אן עכטע שלאף געשעהט ווען מען ערלויבט די קערפער צו רוען גענוג לאנג צו פאריבערגיין אלע 5 שטאפלען פון שלאף אין איין ציה.

- Sleep a.jpg (19.69 KiB) געזען געווארן 3111 מאל
א גוטע דרימל טאר נישט פארטרעטן א ריכטיגע טיפע שלאף, כאטש א גוטע דרימל שפילט א וויכטיגע ראלע אינעם דויערהאפטקייט פון די טאג.
קעררי סנאוי, אין א מינוט פון ערלייכטערונג, האט געזאלט האבן געזאגט: "קיין טאג איז נישט גענוג שלעכט - דאס א דרימל זאל עס נישט קענען פאררעכטן..."
[center]בעסטע פלאץ צו דרימלען[/center]פאלגענד איז וואס דער ניו יארק טיימס, דעצעמבער דעם 7'טן, 2011, האט געשריבען וואס אנטבאלאנגט דרימלען אויף א באן:
א רייזע אויף דער ניו יארק'ער באן קען זיין א איבערפלוס אויף די חושים פון א מענטש; מוזיקאנטן שפילן פאר אביסל רעשט געלט, קאנדאקטערס בעטן זיך צו אפלאזן די טירן, און פאסאנזשירן זעלבסט, שטייענדיג צאמגעשמאלצן איינס צום אנדערן, טיילן ארום אלע סארטן זעאונגען, הערונגען, שמעקונגען, און אנרירן.
אבער אין די מיטן פון דעס אלעס, זענען דא אפאר ניו יארקערס וועלעכער באווייזן פארט צו כאפן א דרימל. מען טרעפט א זיץ, די באן הייבט אן גיין אין א ריטמישע גאלאפ, און די אויגן פארמאכן זיך. הערמאטיש פארמאכטע מיילער אנטלויזענען זיך, צוקנייטשטע שטערענס לאזן נאך, און די קעפ פאלן ארונטער.
מענטשן פון אויסער ניו יארק וואונדערן זיך אפשר, וויאזוי עס קען געמאלט זיין אז אין די שטאט וואס שלאפט קיינמאהל קענען אזויפיהל ניו יארקערס באווייזען צו איינדרימלען אויף די באנען. עס איז נישט פאראן א געזעץ קעגן דרימלען אויף די באנען, אבער די וואס טוען עס טוען עס אויף די אייגענע אחריות; א לעצטיגע שטודיע, דורכגעפירט דורך די עם. טי. עי. קאמיטעט, ווארענט אז רויבערס זוכן באשטימט אויס שלאפענדיגע רייזענדע צו אויפשניידן זייערע טאשן צו בארויבן טייערע אייפאונען און דאס גלייכן.
טא, זענען די דרימלס ווערד?
דר. קארל בעיזיל, דער דירעקטאר פון די "עפילעפסי און שלאף דעוויזיע" אין "ניו יארק פרעסבייטעריען שפיטאל - קאלאמביע יונעווירסעטי מעדיקל צענטער", האט זיך אנגעטראגן אויסצוגעפינען.

- Sleep 9.gif (25.48 KiB) געזען געווארן 3111 מאל

- DrBazil_NY1.jpg (37.56 KiB) געזען געווארן 3111 מאל
נאך וואס דר. בעיזיל איז אויפגעשטיגן אויף א "עי" באן ליניע איין אינדערפרי, האט ער פראבירט צו טרעפן אין וועלכע שטאפל פון שלאף די דרימלערס געפינען זיך. ער האט געזאגט, אז צו דערגרייכן די נידריגסטע - און ווייניגסטע אויפרישענדע - שטאפל פון שלאף, שטאפל 1, דארף א רייזענדע ערמעגליכן זיינע אויגן צו פארשטאטערן דאס ארומרוקן זיך. צו דערגרייכן שטאפל 2, מוז א רייזענדע בארואיגן אויך די מוסקעלן און אויפהערן גענצליך צו באוועגן די אויגן.
דר. בעיזיל האט חושד געוועהן אז די רייזענדע דערגרייכן בלויז שטאפל 1 פון שלאף, און דעריבער איז עס א שאד צו שלאפן, ווייל עס דערפרישט איבערהויפט נישט.
אויף די פארלאנג פון א רעפארטער, האט דר. בעיזיל איינגעווייערט א שלעפעריגע באן רייזענדע כדי צו שטודירן זיינע מח כוואליעס דאדורך זיין דרימל. ער האט באוואויגן דר. ברענדאן פארמאן, א 30 יעריגע ניורעלאגיע פעללאוי, וועלכער האט שוועריגקייטן ביים איינשלאפן ביינאכט און איז זייער שלעפעריג בייטאג.
דר. פארמאן שלאפט כסדר איין אויף די באן, האבענדיג זיך צוגעוואוינט דערצו ווען ער פלעגט רייזן טעגליך פון ברוקלין קיין מאנעהעטן ווען ער איז נאך געוועהן א רעזידענט, און ער האלט טייער יעדעס מינוט שלאף וואס ער באווייזט אריינצוכאפן.
דר. בעיזיל האט אויסשטאפירט דר. פארמאן מיט 25 דראטען, און זיי איינגעלייטעט אין א קאנטראל מאניטאר נישט גרעסער ווי א אייפעד.

- SLEEP2-popup.jpg (64.24 KiB) געזען געווארן 3111 מאל
די צוויי האבן אויפגעשטיגן אויף א באן, א "עי" באן גייענדיג זיד, אויף די 207'סטע סטריט. דר. פארמאן האט אויסגעקליבן א ווינקל זיץ, און דר. בעיזיל האט זיך געזעצט קעגן איבער כדי צו צייכענען נאטען. דער באן האט אפגעצויגן פון די סטאנציע אום 6:09 פארנאכטס, און עס האט נישט אויסגעזעהן ווי דר. פארמאן וועט עספיען אריינכאפן עפעס שלאף. דער באן דרייווער האט שטארק געווילדעוועט מיט די באן, און געמאכט שנעלע מאניעווערס אויף די שינעס, שרייענדיג אין דער מייקראפאן סיסטעם אז די באן איז געשפעטיגט און מוז אנקומען צייטליך צו די נעקסטע סטאנציעס.
דר. פארמאן האט געגעניצט, איבערגעלייגט די הענט איינס איבער'ן צווייטן, צאמגעלייגט די פיס, און צוגעמאכט די אויגן. ער האט געעפנט די אויגן ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט. ער האט געפלאטערט מיט די אויגן ווען אנדערע לייט האבן געשמועסט איבער זיין רוקן. די באן האט זיך א ווארף געטוהן, און ער האט אינגאנצן געעפנט די אויגן - און טיף געגעניצט.
אום 6:18 פארנאכטס, ווען דער באן איז געפארן א לענגערע שטרעקע, האט דר. פארמאן געכאפט א ריכטיגע דרימל. זיין קאפ איז טאקע געפאלן אויף ארונטער. אבער אזוי ווי דער קאנדאקטער האט אויסגערופן אז מען האלט ביי די 59'סטע גאס, איז דר. פארמאן אויפגעשפרינגען און שנעל אראפגעשטיגן.
פון א רייזע וואס האט גענומען 23.5 מינוט, האט דר. פארמאן באוויזען צו דרימלען פאר 10 מינוט. נאר 3 מיט א האלב מינוט האט דר. פארמאן דערגרייכט שטאפל 2 שלאף.

- 08sleep2-blog480.jpg (108.79 KiB) געזען געווארן 3111 מאל
"זעהט אויס אז מען קען יא שלאפן א שטאפל 2 שלאף אויף א באן", האט דר. בעיזיל קאמענטירט, "אבער בלויז אביסלע." ער האט צוגעלייגט, אז "אפילו א קליינע מאס פון שטאפל 2 דרימל קען העלפן פארבעסערן די טעגליכע פונקציעס".
אבער דר. פארמאן איז נישט איינגעגאנגען אויף זיינע רייד. "איך שפיר הויפטזעכליך נישט אויסגערועט" האט ער געזאגט, צולייגענדיג "עס קומט נישט נאנט צו א דרימל אין א בעט."
[center]*[/center][/justify]