בלאט 1 פון 1

חינוך, מה הוא? (פה-סח אויסגאבע)

נשלח: זונטאג אפריל 05, 2015 9:41 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
דער ארטיקל געפינט זיך בידערווייל אינעם פה-סח אויסגאבע

אויף בידערווייל עפען איך דעם אשכול, פאר הערות והארות

חג כשר ושמח
ממנו
הצב"י
ר' שלמה אבן גבירול

נשלח: זונטאג אפריל 05, 2015 9:50 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב געליינט דיין הערליכע ארטיקל. ס'איז מיר מורא'דיג געפאלן ווי דו לייגסט עס אראפ מיט ארגינעלע פשטות און קאמאן סענס אן אלע סעווען לעיערס. יישר כח!

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:56 am
דורך פישלע העררינג
יעצט געליינט. הערליך! יישר כוח!

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 6:14 pm
דורך ברסלבער
א דאנק פארן ארטיקל, זייער גוטע און ריכטיגע נקודות ארויסגעברענגט, אויף א שיינעם אופן.
ולהוסיף נופך, כדאי דאס קינד זאל אננעמען די אויטאריטעט פון די עלטערן פארלאנגט זיך געווענליך נישט קיין פעטש, און ווען די עלטערן האבן נישט די אויטאריטעט, העלפט נישט קיין פעטש. קינדער קענען און דארפן "שפירן" אז די עלטערן זענען זיכער מיט זיך, אז זיי ווייסן וואס זיי ווילן און וועלן נישט מוותר זיין אויף א זאך וואס זיי האלטן פאר ריכטיג, און דאן האבן די עלטערן די אויטאריטעט, און די קינדער וועלן שיין פאלגן. מען דארף נישט פארלאנגען פון די קינדער צופיל, אבער די ביסל וואס מען פארלאנגט יא דארף זיין מיט א קלארקייט און שטארקייט, דאס איז דער ערשטער און וויכטיגסטער יסוד אין חינוך.

אגב, דאס וואס דו שרייבסט אז מען דארף געבן פאר די קינדער די געזונטסטע עסנווארג וואס שייך, דאס טאר אויך נישט גיין איבער די מאס, קינדער מעגן עסן נאשערייען, אפילו ווען עס איז נישט הונדערט פראצענט געזונט, פארשטייט זיך מיט א מאס.
די לעצטיגע משוגעת'ן וואס די העלטה-דעפארמענט האט איינגעפירט אין די סקולס, און דאס איז אנגענומען געווארן אויך ביי טייל היימישע מוסדות, אז מען געבט פאר די קינדער נאר האל-וויט ברויט און אנדערע א.ג. געזונטע עסן, דאס ברענגט נאר אז די קינדער זאלן אהיימקומען פאר'חלש'ט הונגעריג, נאכדעם וואס זיי האבן גארנישט אריינגענומען אין מויל דעם גאנצן טאג.
עס איז געווען אין די נייעס לעצטנס אז גרויסע סקולס האבן געמאכט קאנטראקטן מיט פארעמס, צו געבן פאר די בהמות די פילע טאנען איבריגע "געזונטע" עסן וואס די קינדער רירן נישט צו דערצו. עס איז א שאד צו ווארפן אין מיסט ווען די פארעמס קויפן עס אפ פאר א ביליגע פרייז.

Re: חינוך, מה הוא? (פה-סח אויסגאבע)

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 12:56 am
דורך נולד מאוחר
זייער גוט אראפגעלייגט.
כהאב הנאה געהאט פונעם פריספעקטיוו אז חינוך איז לאו דוקא אדער דוקא לאו וועלכע לבוש אדער מהלך אין עבדות השם איז ריכטיג. נאר פשוט געבען געזונטע נאראשמענט פארן גוף אדער נפש איז גאר די גרויסע דערהויבנע ענין פון חינוך.

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 8:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב זייער הנאה געהאט פונ'ם ארטיקל, נאר מ'קען עפעס מוסיף זיין וואס גיבט א נייעם ליכט אויפ'ן גאנצע ענין און די גאנצע ארטיקל.
חינוך מיינט אז מקגעוואוינט דאס קינד צו עפעס, כדי ער זאל שפעטער גייען אין די וועגען וואס מ'האט איהם מחנך געווען. אזוי מיינט חינוך כלי קודש אין תורה און דאס מיינט דאס ווארט חינוך אין ספרים. דאס מיינט אז נישט נאר אז מ'דארף איהם געבען צו עסן געזונט, מ'דארף איהם אויסלערנען און צוגעוואוינען צו עסן געזונט. פון יונגווייז ווייסט ער אז מ'עסט נישט סתם אן א חשבון, נאר ווען מ'איז הונגעריג. מ'עסט נישט איבער די מאז, מ'כאפט נישט וכדו'. ממילא ווען ער איז עלטער וועט ער וויסען ווי זיך צו פיהרען געזונט.
בענין דער נפש איז אויך אזוי. א מענטש וואס פון יונגווייז ווייסט ער וואס ער פיהלט און פארוואס זיין מצב רוח איז אין א געוויסע וועג, קען זיך אן עצה געבען מיט זיין לעבען. מ'לערנט אויס דאס קינד וויאזוי זיך צו פארען מיט זייין הרגשים כדי אין די עלטער וועט ער קענען ווייטער אנגייען מיט אזא חינוך.

מ'זאגט פונ'ם אלטער פון קלם: חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסור ממנה, אז מ'דארף מחנך זיין א קינד כדי ווען ער ווערט עלטע רוועט ער זיך ווייטער מחנך זיין!