בלאט 1 פון 1

דו״ד נאו״ם ישרא״ל (פה-סח אויסגאבע תשע״ה)

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:47 am
דורך יין שרף
הגהות והערות זענען וועלקאום אויף מיין סעמי-ביאגראפישן באשרייבונג איבער די לעגענדארע מגיד משרים, הרה״ג רבי ישראל דוד שלזינגר שליט״א, וואס מען קען ליינען אינעם "פה-סח" אויסגאבע.

דער ארטיקל איז געשריבן געווארן זייער בקיצור, מחוסר פנאי ומחוסר דעטאלן. ווי [tag]מאראנצןזאפט[/tag] האט שוין געשריבן תם ולא נשלם, מיט דעם שלוס איך מיין מנחת עני...

איך פלאן נאכנישט ארויסצולייגן מיין ארטיקל, נאר עס אינגאנצן איבערגיין מער פונקטליך.

דערווייל האף איך ס׳וועט זיך מאכן א שטיקל דיסקאשן וועגן די הגרי״ד און וועגן די ארטיקל.

א גוטן מועד.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 2:00 am
דורך פישלע העררינג
יישר כוח!

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 2:25 am
דורך הוגה
[justify]דאס איז געווען דער צווייטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט און איך האב זייער הנאה געהאט דערפון. עס איז גוט געשריבן, געשמאק צו ליינען. איך וועל שרייבן די זעלבע קריטיק ווי איך האב געשריבן ביי ברסלבער, עס פעלט אויס צו אדרעסירן נעגאטיווע חלקים אויך (פארשטייט זיך מיט ריספעקט) ווייל אז נישט באקומט עס א פנים ווי א פראפאגאנדע ארטיקל. עס עקזיסטירט נישט אן אדם המושלם.

איך מוז דיר, זאגן אז דיין ארטיקל האט גענצליך געטוישט מיין בליק אויף הרב שלעזינגער מן הקצה אל הקצה. וואוינענדיג אין מאנסי האב איך מיר אלץ גע'עקלט פון זיין מנהג פון ממהר זיין למחות אויף א יעדע נארישקייט. לדוגמא, שאפערס העיווען, וואו ער טרעט נישט אריין עד היום הזה, אפילו אויף א שמחה. אין מאנסי ווייסט מען אז א יעדע דריטע וואך ביי פרקי אבות קומט א מחאה אויף נאך א פירצה. אויך האב איך מיטגעהאלטן אנדערע זאכן וואס האבן געלאזט א נעגאטיווע רושם.

אבער נאכן ליינען דיין ארטיקל האב איך באקומען די פולסטע ריספעקט פאר אים, מחמת דריי נקודות וואס דו רירסט אן. די ערשטע צוויי רירסטו ממש אן בקיצור, אבער איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי אנדערע און געהערט מער באריכות. דער דריטע נקודה שרייבסטו יא מער באריכות און דאס האט מיר דאס מערסטע איינגעקויפט. דא האט איר די דריי נקודות.

1) דער אופן וויאזוי הרב שלעזינגער איז אנטלאפן פון מחלוקת אין זיין ערשטע שול, תפארת משה, עד כדי כך ער האט נישט געלאזט בויען זיין שול ביז מען צאלט אפ די הלוואה פון דער אנדערע שול. מען קען אזא זאך נישט טרעפן בימינו מיט קיין לעכט.

2) דער אופן וויאזוי ער גיבט זיך אפ מיט אלמנות, יתומים און אנדערע נצרכים, סיי מיט'ן שאפן געלט און סיי מיט'ן זיי מחזק זיין פערזענליך. א באקאנטע זאגט מיר אז ער פארט ארום מאנסי והגלילות, א יעדע ערב שבת פאר עטליכע שטונדע, צו באזוכן אלע אלמנות ויתומים. און דא רעדט מען פון א איד וואס האט אן action packed schedule. ער וואלט געקענט נוצן די איבעריגע פאר שעה.

3) והעולה על כולם, די וועג ווי ער נעמט אן זיין פאסטן אלץ אן עבדות און נישט א שררה. ער לעבט פון דער ציבור, דערפאר קומט זיי שיעורים ביום ובלילה, ער גיבט זיך אוועק פארן ציבור 24/7 ממש. ער פארט נישט אויף וועקאציעס, באזוכט נישט ביי רביס, פליט נישט אויף קברי צדיקים, ער לעבט צו טון פאר זיינע מענטשן. רוב רובם פון די היינטיגע רבנים לעבן מיט די געפיל אז א יעדער איז זיי שולדיג, עס קומט זיי אלעס.

איך וואלט נאר געוואלט מעורר זיין אז דו שרייבסט אז ער איז "משונה'דיג קלוג", בנוגע די הונדערטער אידן וואס רעדן זיך אדורך מיט אים בכל ענינים. עס מוז באטאנט ווערן אז זיין "קלוג'שאפט" איז דיין פערזענליכע אפיניאן. אסאך האלטן אז ער איז בכלל נישט Street smart, ובפרט בעיניני חינוך.

פון מיין עקספיריענס מוז איך אים דן זיין לכף זכות אויף עטליכע עצות והדרכות וואס ער האט געגעבן פאר געוויסע מענטשן, אז כך גילו לו משמים. ווייל אויף דער וועלט האט עס נישט געמאכט קיין טראפ סענס, וכמו שנתבאר אחר זמן.

אויך פון אנדערע האב איך געהערט אז ער ענטפערט תשובות ועצות חותכות, אן אדורך טון די צדדים, און ער עקשנ'ט זיך שטארק און האלט זיך ביי זיינס. דאס צייגט אז די תשובות קומען נישט מתוך חכמה נאר מתוך זיין בטחון אין זיין סיעתא דשמיא וכח התורה. וממילא, דער וואס, זוכט דאס איז גוט, אבער דער וואס זוכט חכמה, כ'בין נישט זיכער אויב ער איז די ריכטיגע אדרעס.

נאך אמאל וויל איך מיר באדאנקן פאר דיין רייכע ארטיקל!


.[/justify]

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 2:45 am
דורך יין שרף
א גרויסן יישר כח פארן אנפאנגן אדרעסירן די צווייטע זייט מטבע, ס׳איז נאך דא אסאך פון די צווייטע זייט... נאר איך האב ליב צו פאוקאסן אויף איין זייט על אף ס׳הערט זיך נישט אביעקטיוו.

דאס וואס דו דערמאנסט וועגן זיין חכמה האב איך אויסדרוקליך נישט געמיינט בעצה ותושי׳, אפילו לדעתי איז עס לאו דוקא נישט קלוג נאר ענדערש ״כאפ לאפ״. איך האב עס געמיינט און כאפן אן עסק. דהיינו מענטשען וואס האבן רעדן מיט אים זייער צווישן די טראפן כאפט ער צו שנעל גענוי אויף ווי אהין זיי צילן. ועוד די וועג ווי ער בליקט איבער א ספר. און געדענקט וואכן שפעטער דערפון. פון איין מאל אריבערבליקן.

100 פראצענט גערעכט אויף זיין ״סטאבארן׳קייט״ פון וואס אסאך האבן זיך שוין אפגעבריט. ער רירט זיך נישט אוועק פון א זאך וואס ער מאכט אפ. אבער פון די צווייטע זייט זעהן מענטשען דערפון א שטארקע כאראקטער און מנהיג (על אף ער איז נישט גערעכט אסאך מאל)

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 2:50 am
דורך הוגה
יא, איך מוז צושטימען אז פאר געוויסע מענטשן איז דער קאנפידענס מיט וואס ער גיבט זיין תשובה א שטארקע טובה. עס גיבט זיי האפענונג, און אסאך מאל מאכט עס אז די עצה זאל ווערן א self fulfilling prophesy. עס איז נישט קיין ספק אז זיין וועג איז בעסער ווי די וואס ענטפערן וואקעלדיגע ספקות'דיגע תשובות.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 5:32 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליינעדיג דער ארטיקעל, האב איך באמערקט אז ס'פעלט ריכטיגע דאטומ'ס. ווען איז יעדער זאך געשען? ווען האט מען געבויט דער בנין? וויפיל יאר זענען זיי געווען אין גלות? וכדו'
און הוגה, איך פארשטיי נישט דיין רואיגקייט. אז מוחה זיין אויף נערישקייטען געפעלט דיר נישט, מסתמא ווייל ס'איז נישט שכל'דיג און ס'ברענגט קליינקעפעל'דיגקייט ביים עולם, וואס טוישט זיך ווייל ער איז מחזק אלמנות ויתומים? ס'מוז דען קומען צוזאמען?

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 9:48 am
דורך הוגה
זייער סימפעל. דאס גייט צוזאמען מיט מיין שיטה אז א יעדע מענטש האט מעלות און חסרונות. ביז יעצט האב איך כמעט נאר געוואוסט זיינע חסרונות. יעצט האב איך אויסגעפונען די דריי דערמאנטע מעלות. היינטיגע רבנים (און מן הסתם אסאך אמאליגע) זענען מער פארנומען מיט זיך ווי מיט זייער ציבור. דא האסטו א רב וואס זעהט זיך פאר א נכס ציבורי אזוי ווי איך האב ארויסגעברענגט אין די דריטע נקודה. ער אנטלויפט פון מחלוקת מיט אן אמת, ער זאגט נישט סתם רעטארישע ווערטער, ער טוט למעשה. און ער זארגט זיך פאר די downtrodden. דאס זענען דריי גרויסע און וויכטיגע כאראקטאר שטריכן פון א מנהיג. האב איך יעצט ליב זיינע מחאות? ניין! איך האלט אז עס איז נעריש. אבער איך האב פולע ריספעקט פאר אים.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:51 am
דורך פלעין יודיש
ימים נוראים פארט ער נאך קיין שווייץ?

מיין שוואגער א תלמיד פון לוצצערן הערט נישט אויף צו רעדן פון זיין דאווענען און דרשות
ער פלעגט פארן יאר איין יאר אויס.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 11:26 am
דורך shlomyg
I loved the article about torrenting and about the dinosaurs and the torah view

thank you for a great magazine

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 12:58 pm
דורך chusid
הוגה, ער טוט די גוטע זאכן מכח מענטשליכקייט אדער פשוט ווייל מיט יעדע מצוה קויפט מען זיך איין כולם הבא און פאר יעדע מחלוקה גייט מען פלאקערן אין גיהינום?....

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:24 pm
דורך ביבער
נאכנישט געליינט דעם ארטיקל, אבער פון מיינע יארן אין לוצערן געדענק איך אים אלס א זייער ערנסטער מענטש, זיינע תפילות האבן געקענט א שטיין פון הארץ מאכן צוגיין.
אויך פלעגט מען שמועסן אז יוה"ק איז ער נישט געשלאפן און מוצאי יוה"ק איז ער ווייטער נישט געשלאפן כדי ער זאל קענען שלאפן אויפן וועג אהיים נישט צו זיין אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:26 pm
דורך יין שרף
..."he's European, sure he only does it for "manners

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 1:33 pm
דורך שלמה המלך
יש"כ @יין שרף זייר א גיטען ארטיקל! אבער איך שטים פול מיט @הוגה'ס שיטה אויך צי באטוינען דען חלק השני כי גדול הוא.
הגם אידערער מענטש האט צוויי חלקים, השלמה איז דא נאר ביי גאט אליין, און אוודאי ביי אזא געזעלשאפטענער מענטש איז ביי אים אסאך נאטירלעכע טענות אבער אלץ השלמות הארטיקעל אינעם פה-סח פרייהייט פון ווארט אויסגאבע איז פאסיג אביסעלע מער זיך באנעמען מיט יענעם חלק.
איך האב א ידיד נאמן וואס איז געוועהן אדוק ומקושר צי אים אבער האט פון אים גאכאפט א פראסק וואס ער איז ארויסגעפלויגען פונעם עמפייער סטעיט בילדינג אזש דער איד קען אים מער נישט אנקוקען און טרעט נישט אדורך זיין שוועל מער.
וקצרתי מחמת טרדות המועד.
אבער נישט פארגעסען אז די תורה רופט אן נח אלץ איש צדיק תמים אפילו עס איז געוועהן יש דורשין אותו לגנאי

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 7:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט'ס מ'דארף צוויי זאכען אפלערנען. איינס, אז ס'איז אייביג מעגליך נאך א פנים צו א מענטש, און זיין גאנצע מהות איז נישט דער קליינער חלק וואס מ'האט געזען.
צווייטענס, אז דער מאכען נעריש'ע מחאות איז לאו דוקא א תוצאה פונ'ם שלעכט'ס און סעלפישקייט פון א רב אדער א רעבע א יורש א מענטש'ן - פרעסער. ווייל הרב י''ד ש איז נישט אזוינס און פון דעסטוועגען איז ער מוחה אויף נערישקייטען.
טאקע א וויכטיגע לימוד.

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 6:16 pm
דורך ראש הישיבה
[justify]איך שטום מיט די ארטיקל, און האב זעהר הנאה געהאט פון דעם. אזוי אויך רילעיט איך מיט הוגה'ס תגובה וואס ער ברענגט ארויס צו ביידע צדדים.

עטליכע הארות.

1. בנוגע די מחלוקה מיט די ערשטע קהילה איז נישט אזוי קלאר ווער איז געווען די אינסטיגעיטער. יש אומרים אז ער איז אריין אלס א אינגע רב מיט שטארקע תקיפות, און דאס האט גורם געווען די בעקפייער. אזוי אויך ערשט נאך וואס ער איז ארויס האבן זיך מער מענטשן געשטעלט אויף זיין זייט, אבער מתחילה איז א גרעסערע טייל פון די מתפללים נישט געווען צופרידן מיט אים.

2 איך פאל אריין דארט מזמן לזמן. פון איין זייט איז משוגע צו ווערן וויאזוי ער שלעפט א דאווענען עד אין סוף. פון די אנדערע זייט איז נתפעל צו ווערן וויאזוי פשוטע מענטשן קענען דאס מיטהאלטן אין אפילו הנאה האבן.

3 די גוט שבת זאגן פאר מיר איז א פעין אין די נעק. עס קען דויערן איבער 35 מינוט, כאטש עס איז נישט געווען ביים דאווענען קיין גרויסע עולם. אבער פון די אנדערע זייט ווען מען קומט נאנט זעהט מען וויאזוי ער געבט יעדעם זיין פערזענליכע אטענשאן. מיינע קינדער גרייטן אסאך מאל צו א תורה'לע אים צו זאגן ביי גוט שבת זאגן, און ער הערט אויס יעדן קליין קינד. ער פרעגט יעדן קינד ווי מען האלט אין די מסכתא און פרעגט עפעס א שאלה'לע צו מאכן די קינד פילן גוט.

4 דאס וואס די עולם ווערט נתפעל פון זיינע בקיאות וואס ער ווארפט אלץ צאם ביי א שיעור איז נישט אזוי ברור. אונז לעבן היינט אין א וועלט וואס האט גרויסע רבי'ס ווי 'רבי גוגל', אדער הרב אוצר החכמה. איך האב שוין עטליכע מאל געמאכט א סוירוש נאך זיין שיעור, און אלע מראי מקומות זענען אפירגעקומען. אזוי אויך האב איך אמאל נאך א שיעור פאר קבלת שבת געטראפן די גאנצע שיעור אין לוח דבר בעתו. מענטשן וואס האבן געלערנט מיט אים אין כולל זאגן אז ער איז נישט געווען די גרעסטע מתמיד, און אודאי נישט געווען די גרעסטע בקי.

5 ער איז א קריזמאטישע מענטש און דיליווערט זייער גוט א שיעור און האלט די עולם צוהערער געשפאנט.

איך וועל בל"נ שרייבן נאך עטליכע הארות ווען עס וועט זיין מער צייט.[/justify]