ערעב איד! איינער זיצט דא! ("פה-סח" #5)
נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:13 pm
מיט גרויס הכנעה און בושה לייג איך ארויס מיינע ארימע ווערק פארן עולם דא, ווען איך ווייס אז איך שרייב דא צווישן אזעכע לייבן אין מעכטיגע שריפטגיסער וואלט איך עס ליבערשט געלאזט ביי מיר, נאר אז כוכב הייסט ארויסשטעלן, פאלגט מען!
עס איז דעם ערשטן טאג יום טוב אינדערפרי. דער זייגער קלאפט שוין א פערטל פאר צען, יוישששש... מעשיגע שפעט! קוים געשלאפן א קארגע 5 שעה, די וויין שפירט זיך נאך אין קאפ, דער טעם פון אפיקומן קומט נאך ארויף פון צייט צו צייט, ספילט ווי מ'שלינגט רעפטלעך זייף... מ'כאפט ס׳מחזור מיט'ן טלית, און מ'לויפט אין בית מדרש אריין.
א יום טוב׳דיגע שטימונג שפירט זיך אינעם ברייטן חלל פון היכל הבית מדרש. ריינע נייע ציכטיגע ווייסע טישטוכער באדעקן די טישן, די פאדלאגע איז הערליך איבערגעגלאנצט געווארן, עס טראגט זיך ארויף א ריח פון מינט קאמבאנירט בענאזאם מיט אויסגעוועפטע אלקאהאל.
אין פאליש שטייען זרח און פייוויש און ווייזן פאר נחום זייער נארוואס געקויפטע מיללער שטריימל. די שול פולט זיך פאוואליע אן, די מתפללים פארנעמען די פלעצער. טליתים פאנגען אן צו טיילן ציפעדיגע פראסקעס רעכטס און לינקס, אפגעשינדעטע ביבערס הענגען על כל קוץ ותג, (אפשר וואלט אויך כדי געווען צו הערן זייער שמועס לאחר הריגתם על קידוש שם שטריימל). די שול ווערט געדעכטער און די לופט ווערט ענגער. פארנעפעלט און פארדעמפט. דער עולם יאגט זיך אריין, כאטש זיין פארוויקלט אינעם טלית פאר הא-ל. ווער וויל דען פארפאסן די ערשטע געזאנג פונעם ערשטן טאג יום טוב. יעדער וויל דאך הערן די חידושים וואס די בעלי תפילה וועלן מיטטיילן מיט'ן ציבור היי יאר פסח.
בין הבאים, צווישן דעם גאנצן עולם, מאך איך דורך מיין וועג אין איילעניש צו מיין מקום קבוע. ב״ה אז נישט אן אייגן הויז, כאטש א אייגן פלאץ אין בעסמעדריש פארמאג איך. האבן עפעס א ד׳ על ד׳ אין בארא פארק איז דאך אויך נישט קיין קלייניקייט, גראדע הערשט נישט לאנג האב איך געענדיגט אפצוצאלן די אבנארמאלע אסטראנאמישע דמי התחייבות, אבער, וואס טוט מען נישט פאר די קינדער... (און פאר זיך...).
אלנפאלס, שפאן איך זיך צו מיט קליינע אבער זיכערע טריט צו מיין אויסגעבעטענע קארנער פלאץ וואס איך האב אויסגע'פועל'ט מיט גרויס פראטעקציע. והנה און אט, א ברייט געשטאלט זיצט געמיטלעך אויף מיין פלאץ, שאקלט זיך מיט א געמאסטענעם ריטעם, און זאגט ארויס מילה במילה הויך אויפ'ן קול, ווארט ביי ווארט, פון א מחזור המפורש גאר, מיט גרויס באקוועמליכקייט, ווי ער וואלט ווען גע'ירשנ'ט ס׳פלאץ פון זיין נארוואס פארשטארבענעם טאטן...
אינסטינקטיוו האט זיך מיין האנט געוואנדן צום אורח׳ס פלייצע, ווי אים צו אויפמערקזאם מאכן אויף זיין פארדריסליכן טעות: "אנטשולדיגט רעב איד, אבער דאס פלאץ האט א בעל בית." אבער א רגע פאר'ן זיך באווייזן פאר אים האט זיך די רחמנות/גוטהארציקייט ווידער אמאל משתלט געווען, און שנעלערהייט האב איך זיך אויסגעדרייט און צוגעגאנגען צום דערנעבענדיגע ספרים שראנק, אריינגעקריפעלט מיין סידור צווישן א קובץ מפרשים און א תורה ברורה, פאר גלייכגעוויכט... און אזוי אפגעשטאנען נאך א לאנגען דאווענען פלאס קריאת התורה אויף מיינע אויסגעמאטערטע אויסגעהארעוועטע מידע פוס, וואס איז קוים ארויסגעשלעפט געווארן פון אונטער די קאלדערע נאכ'ן אפרעכטן א סדר נאכט ביז דריי אזייגער.
אט דער עפיזאד, קען זיך ביי מיר און ביי אסאך אנדערע חברים איבער'חזר'ן יום טוב און שבת. ס'קומען געסט, רבנים און פשוטי עם צוגלייך, ס'קומען יונגעלייט צו זיין א סדר ביים טאטן, נישטא שענער פון דעם, א נחת צוצוקוקן. ס'קומען צו פארן טאטעס וואס האבן שוין פארווארפן אלע קינדער ארום די וועלט צו פראווען סדרים ביי די קינדער, זאלט איר אלע וויסן, איר זענט אלע העכסט וועלקאם! און איר מאכט א ספעציעלע אטמאספערע מיט אייער אנוועזנהייט.
אבער געדענקט! איידער איר מאכט אייך באקוועם אין אייער מושב, מאכט זיכער אז די פלאץ וואס געפעלט אייך אזוי שטארק, האט נישט קיין אייגנטומער וואס איז דאהי אויף יום טוב. עס איז זייער פארשטענדליך און נארמאל זיך צו אינטערעסירן ביי די שכנים אויב דער פלאץ איז פריי. געדענקט, נישט יעדער האט די הארץ אייך אויפצוהייבן.