דרך ארץ קדמה לתורה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

דרך ארץ קדמה לתורה

שליחה דורך שמעון וואלף »

ס'איז באקאנט דאס ווארט אז פארדעם לערנט מען פרקי אבות אין די וואכן בעפאר שבועות, ווייל שבועות איז דאך זמן מתן תורתנו און מסכת אבות לערנט מדות, וויל מען מרמז זיין אז דרך ארץ קדמה לתורה.

כלפי מה הדברים אמורים?

און די לעצטע טעג איז מיר אויסגעקומען צו הערן דריי מעשיות וואס יעדע פון זיי פארלאנגט התבוננות, מ'זאל אריינקלערן ווי מ'שטיימיר און וואספארא געפיראכץ אונזער געזעלשאפט לעבט מיט.

לאמיר קודם איבערגעבן פרטי הדברים.

מעשה א'
מיט גרויס שוידער איז אויפגענומען געווארן די שרעקליכע נייעס איבער דאס אומקום פון צוויי יונגע נפשות, וועלכע זענען ציטרעטן געווארן צום טויט ביים לוי' פון רב וואזנר ז"ל. קיינער באשילדוגט נישט אז ס'איז געווען במזיד, אבער אן אונס איז עס אויך נישט געווען. ס'זענען דא געלערענטע מענטשן וואס ווייסן וויאזוי צו ארגענעזירן מאסן צאמקונפטן אז ס'זאל נישט צוקומען לידי סכנה. אן אומפאראנטפארליכע עסקן אן עקספיריענס וואס האלט זיך קלוגער און מאכט אפ וואס צו טון אן קיין חשבון איז ווייט פון זיין א שוגג.

מעשה ב'
די צווייטע עפיזאט איז געווען באריכטעט אויף ק"ש דורך ידידנו [tag]פליקער[/tag]


פליקער האט געשריבן:א געוואלדיגע חוצפה האט זיך אפגעשפילט פארענט פון די בראדוועי מצה בעקעריי ערב פסח, ווען עס זענען געוועין ליין'ס ארים די בלאק, און קיין מצה איז נישט געוועין צי באקריגן אינטער ווארטן דריי שעה אויפן ליין.

און נאכען ווארטן באקומט מען זעקס מצות וואס זענען ווייעך און נישט אין מויל צי נעמען, קוים כשר, אדער גאר חמץ.

א גרויסע שאנדע


מעשה ג'

דעם חוה"מ איז מיר אויסגעקומען צו זיין און א שול אין פענסילוועניע. הער איך ווי איינער פון די מתפללים דערציילט פאר זיין חבר אז ער איז געווען מיט זיין משפחה ביי diggerlabd און ער דערציילט בערך בזה הלשון:

There was a lot of Yiddish speaking there. We waited on line for over an hour and it just didn't move. Every few minutes a few other children came and said that their family is in line. Until my wife called the manager who stopped it and said that you cannot go ahead of the line even if your family is there. At the end we had to leave before we got our chance, because it was getting too late.
I also noticed that the only food rappers on the floor were from Kosher l'pesach food.


איך האב נאך צענדליגע מעשיות צוצולייגן אבער דאס האב איך געהערט אין די לעצטע צוויי-דריי טעג. הצד השוה וואס מ'נעמט ארויס פון די עפיזאטן איז אז אין אונזער געזעלשאפט שפירט מען נישט פאר קיין עוולה מזלזל צו זיין בכבוד הבריאות. איך רעדט שוין נישט פון די חילול השם און גניבה וואס איז אינוואלווד, נאר פשוט דרך ארץ! אונזער סיסטעם ווי טאמער ביסטי א קנאקער מיט פראטעקציע האסטי אלעס און טאמער נישט ביסטי א שמאטע, איז אן עקל.

יעצט, אין די וואכן פאר קבלת התורה, לאמיר פראבירן מתקן צו זיין דאס ביסול וואס מיר קענען.מ'דארף מגנה זיין ווען מ'זעהט א צווייטן זיך אויפפירן מיט זלזול כלפי אנדערע און מ'זאל לערנען די קינדער זיך אויפצופירן מענטשליך און רעספעקטירן א צווייטן.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

געוואלדיגע אשכול. הער אויס א פערדע מעשה.
פאר יו"ט בין איך אין ליין אין א באנק און סשטייט א יודישע ווייבל און שמועסט מיט די טעלער קודם האלט זי אויף די ליין. נאכדעם הער איך ווי זי פרעגט די טעלער צו זי זוכט נישט יעצט עפעס א פארט טיים דשאב. פרעגט שוין די פראפעשאנעל לוקינג טעלער מיט נייגער וואס איז די דשאב זאגט די פרוי הויעך אן א בושה צו קלינען מיין הויז... כהאב געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה. למעשה האט די טעלער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געענטפערט די ווייבל אז זי קען באשטיין נאר אויב זי דאס ווייבל קומט קודם קלינען איר הויז פאר א וואך... אבער קאם אן ווי איז א ביסעל שכל פון ווי שטאמט דאס שוטה'שקייט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

אמבעליוועבל, איך שפיר ווי דאס בליט זידעט איבער
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך קאסטנער »

shem-tov האט געשריבן:געוואלדיגע אשכול. הער אויס א פערדע מעשה.
פאר יו"ט בין איך אין ליין אין א באנק און סשטייט א יודישע ווייבל און שמועסט מיט די טעלער קודם האלט זי אויף די ליין. נאכדעם הער איך ווי זי פרעגט די טעלער צו זי זוכט נישט יעצט עפעס א פארט טיים דשאב. פרעגט שוין די פראפעשאנעל לוקינג טעלער מיט נייגער וואס איז די דשאב זאגט די פרוי הויעך אן א בושה צו קלינען מיין הויז... כהאב געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה. למעשה האט די טעלער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געענטפערט די ווייבל אז זי קען באשטיין נאר אויב זי דאס ווייבל קומט קודם קלינען איר הויז פאר א וואך... אבער קאם אן ווי איז א ביסעל שכל פון ווי שטאמט דאס שוטה'שקייט


פין ווי זאל וויסן אז נישט א יעדע פרוי וואס גייט מיט הויזן איז געבוירן געווארן איר צי העלפן קלינען די הויז?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מעשה ג' איז סתם עין-רע. אזוינע איצידענטען שפילן זיך אפ אין אלע חוה"מ פלעצער. ס'דא לאנגע ליינס, טא פארוואס דארף א טאטע שטיין אין ליין מיט אלע זעקס קינדער ווען די קינדער קענען ביזדערווייל זיצען אויף א דערנעבנדע באנק?? אדער גיין בינתיים אויף א צווייטע רייד? שטעל דיך פאר מ'דארף נישט שטיין פיזיש אויפן ליין, נאר ס'גענוג אריינצושרייבן א נאמען. פארשטייסט??

בעיני ראיתי חול המועד סוכות אין diggerland ווי גוישע קינדער דרייען זיך ארום און עסן בפרהסיה. כ'פארשטיי אז יענער האלט זיך מער elite ווייל ער רעדט נישט אידיש.

אגב, איך בין משוגע מקפיד אויף מיר און מיין משפחה זיך צו פירען מענטשליך צווישען אנדערע, אבער האלטן א פלאץ אין די ליין פאר מיינע קינדער איז פון די פאר פארבליבענע רעכטן וואס כ'גיי נישט מוותר זיין.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיז ארויסברענגן א פארקערטע נקודה,
דאס יאר איז געווען ביי די מצה בעקעריי בראדוויי א ליין איבער א האלבע סקווער בלאק! ביז אינמיטן סאוט 5! און די עולם האט ערליך געווארט איבער 2 שעה, כאטש עס איז געווען גאנץ לייכט זיך אריין צו ריקן אינמיטן וואס ממש יחידים אוממענטשען האבן דאס געטון,
פון אלע עידשעס, ווייסע בערד, פני העדה אידען, בני ראשי הקהילה וכדו',
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קאווע טרינקער האט געשריבן:מעשה ג' איז סתם עין-רע. אזוינע איצידענטען שפילן זיך אפ אין אלע חוה"מ פלעצער. ס'דא לאנגע ליינס, טא פארוואס דארף א טאטע שטיין אין ליין מיט אלע זעקס קינדער ווען די קינדער קענען ביזדערווייל זיצען אויף א דערנעבנדע באנק?? אדער גיין בינתיים אויף א צווייטע רייד? שטעל דיך פאר מ'דארף נישט שטיין פיזיש אויפן ליין, נאר ס'גענוג אריינצושרייבן א נאמען. פארשטייסט??

בעיני ראיתי חול המועד סוכות אין diggerland ווי גוישע קינדער דרייען זיך ארום און עסן בפרהסיה. כ'פארשטיי אז יענער האלט זיך מער elite ווייל ער רעדט נישט אידיש.

אגב, איך בין משוגע מקפיד אויף מיר און מיין משפחה זיך צו פירען מענטשליך צווישען אנדערע, אבער האלטן א פלאץ אין די ליין פאר מיינע קינדער איז פון די פאר פארבליבענע רעכטן וואס כ'גיי נישט מוותר זיין.


ווען מ'שרייבט איין א נאמען אויף א צעטל ווייסט יעדער אז איך האב 10 אדער 20 מענטשן פאר מיר, און קען מחליט זיין אויב סלוינט זיך אויסצוווארטן. אבער אויב זעהט איינער 20 מענטשן און ווארט ערליך און פון די צוואנציג ווערט הונדרעט, איז עס זייער אומ'יושר'דיג.

די האלטסט א פלאץ פאר דיינע קינדער און א צווייטער האלט א פלאץ פאר אלע קאזינס און א דריטער פאר אלע קינדער פון זיין חדר וכו'. וויפול איז די שיעור?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

shem-tov האט געשריבן:געוואלדיגע אשכול. הער אויס א פערדע מעשה.
פאר יו"ט בין איך אין ליין אין א באנק און סשטייט א יודישע ווייבל און שמועסט מיט די טעלער קודם האלט זי אויף די ליין. נאכדעם הער איך ווי זי פרעגט די טעלער צו זי זוכט נישט יעצט עפעס א פארט טיים דשאב. פרעגט שוין די פראפעשאנעל לוקינג טעלער מיט נייגער וואס איז די דשאב זאגט די פרוי הויעך אן א בושה צו קלינען מיין הויז... כהאב געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה. למעשה האט די טעלער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געענטפערט די ווייבל אז זי קען באשטיין נאר אויב זי דאס ווייבל קומט קודם קלינען איר הויז פאר א וואך... אבער קאם אן ווי איז א ביסעל שכל פון ווי שטאמט דאס שוטה'שקייט

אין מביאין ראי' מן השוטים. פליז לייג נישט אזא פרוי אין איין שורה מיט אנדערע נשים צדקניות פון דעם עם חכם ונבון. אנדערש ווי שמעון וואלפ'ס עפיזאדן, איז אזא מעשה נישט קיין טעגליכע ערשיינונג ביי אונז און איז בבחי' אחת היתה ופרסמה הכתוב.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך שטעל מיר פאר ווי אמת די מעשה איז, לכאורה היימישע געבעקס כמובן
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

נאך פסח תשע"ה
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: דו ענדיגסט דיין מאמר מיט די באקאנטע רש"י..."אחת היתה ופירסמה הכתוב"...דו קענסט שוין שרייבן שתיים היו ופירסמן הכתוב... ווייל איך געדענק אזא מעשה...פארצייטנס, ווען מ'האט נאך געדארפט גיין אויפקעשן די פ.ס. (פאר די תקופה פון די בענעפיט קארטלעך...!) איז געשטאנען א אידישע פרוי אויסגעצירט נאך ערגער ווי די טאכטער פון כהן גדול אין ליין. ווען זי איז צוגעקומען צו דעם קעשיער, אין א גוי'אישן פלאץ האט די קעשיער זי אנגעקוקט און געפרעגט מיט וואונדער. "דו נעמסט פוד סטעמפס"...? דאמאלס האביך פארשטאנען פשט אין די משנה..."נזם זהב באף חזיר, אשה יפה וסרת טעם"...!
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: דו ענדיגסט דיין מאמר מיט די באקאנטע רש"י..."אחת היתה ופירסמה הכתוב"...דו קענסט שוין שרייבן שתיים היו ופירסמן הכתוב... ווייל איך געדענק אזא מעשה...פארצייטנס, ווען מ'האט נאך געדארפט גיין אויפקעשן די פ.ס. (פאר די תקופה פון די בענעפיט קארטלעך...!) איז געשטאנען א אידישע פרוי אויסגעצירט נאך ערגער ווי די טאכטער פון כהן גדול אין ליין. ווען זי איז צוגעקומען צו דעם קעשיער, אין א גוי'אישן פלאץ האט די קעשיער זי אנגעקוקט און געפרעגט מיט וואונדער. "דו נעמסט פוד סטעמפס"...? דאמאלס האביך פארשטאנען פשט אין די משנה..."נזם זהב באף חזיר, אשה יפה וסרת טעם"...!


הלוואי וואלט די מעשה נישט געווען אמת אבער ליידער הערט מען אזעלעכע געשפרעכן מער ווי אמאל אמאל. און עזריאל מעגסט שוין נעמען א ברעיק פון דיין גרויליגן עדיטוט ביסט נישט אין חדר פארשטייסט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

I'm really sorry
ס'טוט מיר וויי אזוי צו שרייבן, אבער וואס זאל איך טוהן אז אז דאס קוקט מיר אויס צו זיין די אמת
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

מיר איז עס געווען מער א בושה ווי ווייטאג ווענדט זיך ווי איינער. סהאט מיט די טבע וואס דער באשעפער האט אריינגעפלאנצן אין אונז ווייסוואסעכמיין
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

סדא א געוויסע באשעפעניש וואס האט א טבע אז ווען זי הערט אדער זעהט עפעס וואס טויג נישט מאכט זי זיך ווי זי זעהט עס נישט. זיי רופן איר די בת היענה כווייס נישט פונקטלעך פארוואס. און בכלל זעה איך נישט קיין גרויסע נפק"מ צווישן די מעשה מיט אויסנוצן די ריטורען פאליסי פון וואל מארט וכדומה. אינסאלטן יענעמנס אינטעלידשענס איז ליידער גאנגבאר און די זעלבע האסטו פרובירט צו טאן מיט מיר. נייס טריי. און דערויף איז טאקע דער אשכול דא דרך ארץ קדמה לתורה
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

shem-tov האט געשריבן:מיר איז עס געווען מער א בושה ווי ווייטאג ווענדט זיך ווי איינער. סהאט מיט די טבע וואס דער באשעפער האט אריינגעפלאנצן אין אונז ווייסוואסעכמיין

סטוט מיר ווי דאס צו הערן, אבער ווען מאיז באהאלטן אונטער א ניק דארף דאס נישט זיין קיין בושה
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

ניין. כהאב געשריבן אז שטייענדיג אין ליין האב איך געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה הערענדיג די קאנווערסעישאן.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך קאסטנער »

די דא דא (מיט א פתח)...
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

שמעקעדיג האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:געוואלדיגע אשכול. הער אויס א פערדע מעשה.
פאר יו"ט בין איך אין ליין אין א באנק און סשטייט א יודישע ווייבל און שמועסט מיט די טעלער קודם האלט זי אויף די ליין. נאכדעם הער איך ווי זי פרעגט די טעלער צו זי זוכט נישט יעצט עפעס א פארט טיים דשאב. פרעגט שוין די פראפעשאנעל לוקינג טעלער מיט נייגער וואס איז די דשאב זאגט די פרוי הויעך אן א בושה צו קלינען מיין הויז... כהאב געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה. למעשה האט די טעלער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געענטפערט די ווייבל אז זי קען באשטיין נאר אויב זי דאס ווייבל קומט קודם קלינען איר הויז פאר א וואך... אבער קאם אן ווי איז א ביסעל שכל פון ווי שטאמט דאס שוטה'שקייט

אין מביאין ראי' מן השוטים. פליז לייג נישט אזא פרוי אין איין שורה מיט אנדערע נשים צדקניות פון דעם עם חכם ונבון. אנדערש ווי שמעון וואלפ'ס עפיזאדן, איז אזא מעשה נישט קיין טעגליכע ערשיינונג ביי אונז און איז בבחי' אחת היתה ופרסמה הכתוב.


ליידער איז עס נישט קיין איזאלירטער פאל , נישט לאנג צירוק האט א באקאנטער זשורנאליסט Eric Westervelt פון NPR פארציילט אן ענליכע מעשה אויף National Public Radio ,


http://www.kunc.org/post/citizen-poet-s ... day-racism

דא האט איר א Transcript

WESTERVELT: Well, it's hard to let go. I remember my wife, who's Asian-American, was walking down a street in Jerusalem, where we lived at the time. And an ultra-Orthodox couple walked up to her and said, excuse me, do you speak English? And she said, yes, I do. And they said, are you available to clean my house on Tuesdays and Thursdays?
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז מעך יעצט איינגעפאלן אזא תורה: "דרך ארץ" די ווילסט וויסן וואס דאס מיינט דרך ארץ? איז קוק אויף דעם דרך ארץ אליינס. א יוד דארף אלעמאל וויסען צו זיין דער ערשטע די שנעלסטע וואס שייך. דאס איש פשט "דרך ארץ קדמה" , דער דרך ארץ פעדערט זיך, ער שטופט זיך פאראויס, "לתורה" אפילו פאר דער תורה לויפט ער. כ"ש אונז דארפן זיך ארויסלערנען זיך אלץ צו שטיפען און זיין פאראויס פון יעדער
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

shem-tov האט געשריבן:געוואלדיגע אשכול. הער אויס א פערדע מעשה.
פאר יו"ט בין איך אין ליין אין א באנק און סשטייט א יודישע ווייבל און שמועסט מיט די טעלער קודם האלט זי אויף די ליין. נאכדעם הער איך ווי זי פרעגט די טעלער צו זי זוכט נישט יעצט עפעס א פארט טיים דשאב. פרעגט שוין די פראפעשאנעל לוקינג טעלער מיט נייגער וואס איז די דשאב זאגט די פרוי הויעך אן א בושה צו קלינען מיין הויז... כהאב געמיינט איך באגראב מיך פאר בושה. למעשה האט די טעלער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געענטפערט די ווייבל אז זי קען באשטיין נאר אויב זי דאס ווייבל קומט קודם קלינען איר הויז פאר א וואך... אבער קאם אן ווי איז א ביסעל שכל פון ווי שטאמט דאס שוטה'שקייט

טאקע א שרעקליכע מעשה, אבער כמו שנתבאר לעיל 'לא על הכלל כולו יצא'.
אזא מעשה איז שטוינענד אפילו אין אונזער חסיד'יש/חוצפה'דיג/אתה בחרתנו/גרויסהאלטעריש/עגאאיסטיש/צענטריסטיש קולטור.

אבער אז מרעדט שוין...
בין איך גרייט צו שווערן ביי פרעה'ס בארד, אז די פרוי איז נישט געווען קיין באבובער, בעלזער, גורער, וויזשניצער, באיאנער, וכדו'. נאר איינער וואס באלאנגט צו עפעס אן אנדערע ספעציפישע חסידות, וואס איז לקוי סיי אין מענטשליכקייט בכלליות, אין סיי אין איגנאראנץ בפרטיות.
כ'וואלט עס אנגערופן אזוי: איראגאנץ און איגנאראנץ [תרי רעין דלא מתפרשין בדר"כ].
און די תוצאות שפעטיגן נישט צו קומען...
ומשום ה'וד"ל' אקצר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מור וקציעה האט געשריבן:ליידער איז עס נישט קיין איזאלירטער פאל , נישט לאנג צירוק האט א באקאנטער זשורנאליסט Eric Westervelt פון NPR פארציילט אן ענליכע מעשה אויף National Public Radio ,
http://www.kunc.org/post/citizen-poet-s ... day-racism

דא האט איר א Transcript
WESTERVELT: Well, it's hard to let go. I remember my wife, who's Asian-American, was walking down a street in Jerusalem, where we lived at the time. And an ultra-Orthodox couple walked up to her and said, excuse me, do you speak English? And she said, yes, I do. And they said, are you available to clean my house on Tuesdays and Thursdays?

במחילת כבוד הגה"צ עריק מוועסטערוועלט שליט"א, האט ער [און כפי הנראה אויך דו] פשוט א טעות געהאט בנוגע דעם נושא.

און ארץ ישראל זענען קיין שחורים כמעט נישט פארהאנען - חוץ פון עטיאפיער. די אנדערע שווארצע זענען די אומלעגאלע אימיגראנטען וואס כאפן זיך אריבער קיין ארץ ישראל זוכן עפעס ארבעט. נישט אלע פון זיי קענען א רעכטער ענגליש. דערפאר האט זי געפרעגט דעם שחורה אני ונאוה צו זי קען ענגליש, און אויב יא צו זי קען ארבעטן ביי איר.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

זי איז אן אזיאנער-אמעריקאנער, נישט קיין אפריקאנער.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
פארשפארט