קדחת (פה-סח #6)

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

קדחת (פה-סח #6)

שליחה דורך נופת צופים »

בן שלשה עשר,
א קטן הצריך,
געהערט פון פאטער,
שפטרני ברוך.

אויף א גרויסע באנד,
בישיבה של קטנים,
טעג נאכאנאנד,
ביי די ווערטער זיינעם.

איין טאג מלאך,
קצות און אורים,
איין טאג גלח,
חטאת נעורים.

פון ישיבה קטנה,
זיך גערוקט פאראויס,
דאס צומישעניש מיינע,
ווערט גאר גרויס.

רוח קדים,
מצפון מים,
יצרו של אדם,
רתיחת הדם.

פון איין זייט ניצוצות,
איתרעותא דלעילא,
אוחזת פלצות,
באריכות לילי.

א באמבע פלוצלינג,
פון ערגעץ וואו,
דו האסט היינט א מיטינג,
באקען זיך מיט זי.

איך זעץ מיך פריש,
מיט א פלעשל באר מים,
אויפ'ן דיינינג רום טיש,
שוין אנגעגרייט לחיים.

נאך פאר כ'האב עספיעט,
מיין אטעם צו כאפן,
מזל טוב מ'גריט,
קענסט א וואנט טאפן.

א שטריימל אפאר שטאק,
מיט אלע צוגעהערן,
א דירה אויפ'ן בלאק,
מ'קען צוקוועטשט ווערן.

אין כולל אריין ערליך,
אזוי איז די הלכה,
פרנסה אזוי שווערליך,
פוד סטעמפס איז א ברכה.

אויפ'ן הארטן באנק,
צוריק כבראשונה,
אלץ אויפ'ן געדאנק,
מאן יהיב מזוני.

באלד אלס פרישע פאר,
די מצוה פרו ורבו,
נאך איינס יעדעס יאר
די געלט עס קומט פון וואו.

פרעג איך דא במר,
וואס וועט פון מיר ווערן,
ראש השנה ביים גמר,
פאר מיר געטוהן באשערן?

די ווייב די שוויגער שווער,
אלע ווילן נחת,
איך האלט נישט אויס מער,
עס ברענגט מיר נאר קדחת.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: קדחת (פה-סח #6)

שליחה דורך נופת צופים »

אין פה סח געשטעלט,
פעאזיע א קדחת,
פאר די גאנצע וועלט,
על הארץ מתחת.

א פי די עף פייל,
פאפירענע פארמאט,
דערנאך אויף ווירטואל,
ווער ס'איז נאכנישט זאט.

הערות ביטע לייגט,
אביסעלע פידבעק,
ס'איז גוט צו ס'זייגט,
בין איך בכלל אן טרעק.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך מוז דיר זאגן ר' נופת אז זייט דו ביסט אהער געקומען האסטו געהויבן די שטיבל כסדר מיט די זיסע פאעזיע ממש א מחיה אן דיר וואלט פה-סח געווען פעלערהאפטיג א גרויסן יישר כח
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

נופת צופים, זייער שיין און גוט געזאגט, יישר כח.
זאל דער רבש"ע העלפן אז די אלע כולל אינגעלייט זאלן שוין קענען ארויסגיין מגלות לחירות ומשעבוד לגאולה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישר כח ר' נופת עס איז ערב מ[tag]נופת צופים[/tag] וכל טעם, נהנתי מאוד,

אז די פארלאנגסט אביסל קריטיק, האלט איך עס וואלט געווען פאסיג נישט נאר צו באזינגען דעם פראבלעם נאר אויך אריינריקן דער עצה ארויס פונעם קדחת,
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: קדחת (פה-סח #6)

שליחה דורך נופת צופים »

די צווייטע טייל וועט אי"ה קומען אין @זייגער 'ס קראטש מי אויבגאבע
סענט פראם מיי קאושער פאון...
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

די נעורימ'דיגע ביינאכטיגע פלצות איז געבונדן מיט די היינטיגע קדחת? צי דו האסט סתם געוואלט ארויסברענגען פארשידענע זאכן וואס הייצן דיר אן?
איך פרעג פון דער פאעטישער שטאנדפונקט - נישט דער רעליגיעזר.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: קדחת (פה-סח #6)

שליחה דורך נופת צופים »

אויסדריקליך נישט. דער קדחת איז פונע'ם כללית'דיגע לעבן ביז אהער.

בד"וו ב"ה איך האלט שוין לאנג נאכ'ן קדחת מיט אלע דעי צרות.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: קדחת (פה-סח #6)

שליחה דורך נופת צופים »

מפוזרי האט געשריבן: צי דו האסט סתם געוואלט ארויסברענגען פארשידענע זאכן וואס הייצן דיר אן?
.


פונקטליך וועלכע חלק הייצט דיך אן, עניוועי? [emoji1]
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

וועלכע חלק עס הייצט עם, ווארט ביז ער וועט קומען לכלל התגובות הנצרך למאחורי, און ער וועט דיר דארט ענטפערן.

נופת טייערע דיין ווערק איז מייסטערהאפטיג שיין, איך וועל נישט גיין ווי [tag]געוואלדיג[/tag] עד קצה האחרון אז אן די קדחת וואלט פה-סח געווען פעלערהאפטיג, אבער עס האט בלי שום ספק וגוזמה צוגעגעבן צום אויסגאבע, און א שמייכל צו מיינע לעפצן האט עס אויך צוגעגעבן.
נו לאמיר זעהן טייטש עס איבער אין פאעזיע. :lol: :lol:
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: קדחת (פה-סח #6)

שליחה דורך נופת צופים »

א קדחת מייסטערהאפט
א לייק איינגעשאפט
אן דעם אין פה-סח
ווי א שבת אן א וואך
צו אנדעם איז א מום
אדער עולה תמים
@געוואלדיג מיט @א איד
און איך בין אינדערמיט
כאטש געברענגט א שמייכל
ביי נאך @א איד אין היכל
צו הייצונג וואס דער גרמא
לכשיגיע שמה
א תשובה דארט פארקויף עס
פארענטפערן פאר נופת
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א לייק ביסטו קוטף
נאך א שמייכל חוטף
דברים מדבש נוטף
מוסר, אין גראמען עוטף
און עס גיסט זיך כנהר שוטף.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט