בלאט 1 פון 1
באמבע קושיא: דער קאץ גייט ארויף אדער אראפ?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 2:59 pm
דורך אפטעמיסט
אפאר וואכן צוריק איז דער וועלט נישט מער געדאכט געפארן אויף רעדער מיט די באמבע קושיא
וועלכע קאליר די קלייד איז. יעצט איז שוין צום מזל דא א צווייטער בילד וואס פלאגט די מענטשהייט. דער קאץ גייט ארויף אדער אראפ די סטעפס?!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:02 pm
דורך לית דין בר נש
די ערשטע בליק האט אויסגיזעהן ווי אראפ נאכדעם האב איך גיזעהן ארויף און יעצט קען איך שוין בכלל נישט זעהן אראפ נאר ארויף
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:09 pm
דורך רויטע וואנצעס
זייער קלאר אראפ. אזוי איז מוכח פון די שאטן, שטיגן און אויגן. אויך פון די קאמרע אנגעל, אויב א נארמאלע ערוואקסענע מענטש האט עס גענומען.
Re: באמבע קושיא: דער קאץ גייט ארויף אדער אראפ?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:11 pm
דורך נופת צופים
די שאטן אונטער די קאץ ווייזט אז דער ליכטיגקייט וואס מען זעהט איז פון אויבן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
עקזעקלי. קוק אויך אויף די שטיגן, די nosing פון די שטיגן ווייזט קלאר ס'איז אויף אראפ. ווער מאכט שטיגן די וועג אראפ מיט א באמפ ביים עק פון יעדע סטעפ. מ'וועט דאך טריפן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:14 pm
דורך הוגה
לדעתי האט די שאלה נישט מיט די קאץ נאר מיט די שטיגן. די שאלה איז אויב די שטיגן גייען ארויף אדער נישט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:22 pm
דורך כוכב
שטיגן גייען אלעמאל ביידע וועגן, סיידן אן עסקאלעיטאר.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:22 pm
דורך ישראל קאפקע
רויטע וואנצעס האט געשריבן:עקזעקלי. קוק אויך אויף די שטיגן, די nosing פון די שטיגן ווייזט קלאר ס'איז אויף אראפ. ווער מאכט שטיגן די וועג אראפ מיט א באמפ ביים עק פון יעדע סטעפ. מ'וועט דאך טריפן.
ריכטיג.
געשריבן אקוראט דאס זעלבע, האט זיך פארמעקט פארן האבן די געלעגנהייט צו דריקן 'שיק'.
אויך ווען דער קאץ גייט ווען ארויף די שטיגן וואלט זיין קערפער זיך געדארפט ארויסבייגן פאראויס פאר leverage.
Re: באמבע קושיא: דער קאץ גייט ארויף אדער אראפ?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:25 pm
דורך נופת צופים
הוגה האט געשריבן:לדעתי האט די שאלה נישט מיט די קאץ נאר מיט די שטיגן. די שאלה איז אויב די שטיגן גייען ארויף אדער נישט.
ריכטיג. די שאלה איז וועלכע זייט פון די שטיגן איז אויבן און וועלכע איז אונטען. נאר כדי צו פארשטיין וואס מ'רעדט, באציעט מען זיך צום קעצעלע.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 4:13 pm
דורך קאווע טרינקער
פון די אשכול קעפעל האב איך געמיינט אז די רעדסט פון די נוסח ההגדה, שהקב"ה חישב את הקץ, לעשות כמה שאמר... וואס אין מאנכע הגדות שטייט בטעות: חישב את הקץ לעשות. נקודה.