בלאט 1 פון 3
טור ארום וויליאמסבורג
נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 11:56 pm
דורך דענקער
א טור ארום וויליאמסבורג פון
hasidic williamsburg tour[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UhJ26hySxPw[/youtube]
Re: טור ארום וויליאמסבורג
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 12:29 am
דורך חאצקעל שניידער
ווער זענען די חברה? אט״ד׳דיס
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:20 am
דורך מור וקציעה
איך האב נאך נישט געזעהן קיין סאך פון די ווידיאו, אבער איין זייטיגע הערה אויף זיין טיאוריה/השערה [בערך 10-11 מינוט אריין] אז די סיבה פארוואס מענטשען טוען זיך צירוק אן דעם טלית יו''ט נאכמיטאג נאכן סעודה אויפן וועג אהיים פון שווער/טאטען איז ווייל זיי ווילן זיך שפירן הייליג, איז נישט ריכטיג,
די סיבה איז פשוט ווייל מען טאר נישט טראגען אפילו יו''ט נאר לצורך היום
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 2:04 am
דורך דענקער
דער מיט די גלעזער הייסט ר' יעקב גליק. דער אנדערער הייסט ר' ישראל קאגאן. ביידע עקס-היימישע.
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 2:19 am
דורך berlbalaguleh
דענקער האט געשריבן:דער מיט די גלעזער הייסט ר' יעקב גליק. דער אנדערער הייסט ר' ישראל קאגאן. ביידע עקס-היימישע.
דענקער: ר' יעקב גליק שליט"א (מיט די גלעזער) האט זיך פאררעדט אז זיין זיידע איז געווען א סאטמאר'ע חסיד...! אבער זיי ביידע האבן זייער גוטע, גרונטליכע ידיעות פונ'ם חסידיש'ן לעבן אין וויליאמסבורג...!
טור ארום וויליאמסבורג
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 2:28 am
דורך חאצקעל שניידער
די דרשה וועגן די שמות סתם אויסגעזויגען פון פינגער, וואו אויך מערסטנטייל פון די דרשה אויפן סאטמער רב ,הפנים א גוטע בעל דמיון , אדער א במזיד׳יגער שקרן וואס דארף פארבריצירן סחורה פאר זיינע קונדן .
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 2:32 am
דורך berlbalaguleh
חאצקעל שניידער האט געשריבן:די דרשה וועגן די שמות סתם אויסגעזויגען פון פינגער, וואו אויך מערסטנטייל פון די דרשה אויפן סאטמער רב ,הפנים א גוטע בעל דמיון , אדער א במזיד׳יגער שקרן וואס דארף פארבריצירן סחורה פאר זיינע קונדן .
ניין: ער (גליק) איז געווען זייער שטארק צום פינטל אויף ביידע עניינים. נאר אינטרעסאנט אז ער האט נישט גערעדט איבער סאטמאר רב'ס קנאות.
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 2:36 am
דורך פארוואס?
WOW!!!
דאס איז אן עקסעלענט דזשאב, עס געבט מיר א פיהלינג אז איך דארף גיין אט"ד כדי צו קענען ריכטיג פארשטיין מיין אייגענע קאמיוניטי.
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 2:53 am
דורך berlbalaguleh
פארוואס? האט געשריבן:WOW!!!
דאס איז אן עקסעלענט דזשאב, עס געבט מיר א פיהלינג אז איך דארף גיין אט"ד כדי צו קענען ריכטיג פארשטיין מיין אייגענע קאמיוניטי.
פארוואס: דער פשט איז אז אויב דו וועסט (ח"ו) ווערן או.טי.די. (יעצט, מיט א האלב רויטע און האלב ווייסע בארד...) און דו וועסט גיין אין קאלעדזש און לערנען סאושעל סטאדיעס, וועסטו פארשטיין די סוגיא פון ביידע זייטן...ודו"ק...!
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 3:54 am
דורך יואליש
יעקב גליק האט פארלאזט וומ"ס איידער ער האט חתונה געהאט (ער האט לעצטענס ב"ה חתונה געהאט און איז געהאלפן געווארן מיט זש"ק) ממילא האט ער נישט געלערענט די הלכות וואס מ'לערענט בלויז מיט חתנים, דהיינו אז אהיימטראגן די טלית פון שווער איז א שאלה פון טלטול שלא לצורך און אפשר אויך הכנה.
אויף קליימער סטרייט ביי די קליינע היימישע עירוב ברעכט אויס א מחלוקה צווישן די צוויי טור גיידס איבער די ביבלישע מקור צום איסור הוצאה מרשות לרשות. יענקל, מסתם טראכענדיג פון הוריות ד' ע"א וועלכע ניצט דעם ואל תשאו משא ביום השבת, זאגט אז ס'איז אין נביאים, בשעת ישראל טראכדענדיג פון שבת צ"ו ע"ב וועלכע ניצט דעם ויכלא העם מלהביא, טענה'ט אז ס'שטייט אין די תורה. ואת ואהב בסופה.
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 5:24 am
דורך יואליש
יעקב'ס היסבר פארוואס פארפעלקער האלטן נישט די האנט ברבים כדי מ'זאל נישט מבחין זיין בין דם לדם און אימפארמירן דעם ציבור איבערן מצב מיטן קאלענדער איז נישט ריכטיג. הגם ער איז גערעכט אז דאס איז די סיבה פארוואס מאנכע זענען זיך מונע פון הושטה ברבים אפי' בימי טהרה, איז אבער דאס נישט האלטן הענט איינגעפירט משום צניעות פון נישט צייגן חיבה בפומבי.
חלק ב' סאטמערע פאליטיק ראדני וכו'
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 7:30 am
דורך פלעין יודיש
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 7:47 am
דורך משולם שטיינפעלד
חאצקעל שניידער האט געשריבן:די דרשה וועגן די שמות סתם אויסגעזויגען פון פינגער, וואו אויך מערסטנטייל פון די דרשה אויפן סאטמער רב ,הפנים א גוטע בעל דמיון , אדער א במזיד׳יגער שקרן וואס דארף פארבריצירן סחורה פאר זיינע קונדן .
טור גייד במיטבו.
נעקסט טיים ווען דו גייסט ערגעץ מיט א טורגייד זאלסטו וויסן וויפיל וועליו זיינע ווערטער האבן
Re: טור ארום וויליאמסבורג
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 9:12 am
דורך [NAMELESS]
איז דער גליק א ברידער פון הרב יהושע גליק פון ב''פ?
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:06 am
דורך דענקער
ראשעקאל האט געשריבן:איז דער גליק א ברידער פון הרב יהושע גליק פון ב''פ?
כ'מיין אז יא.
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:30 am
דורך [NAMELESS]
הוא ומשפחתו
Re: טור ארום וויליאמסבורג
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:57 am
דורך חאצקעל שניידער
ווער איז די רעבעצין ? א כינעזער?
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 2:24 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:יעקב'ס היסבר פארוואס פארפעלקער האלטן נישט די האנט ברבים כדי מ'זאל נישט מבחין זיין בין דם לדם און אימפארמירן דעם ציבור איבערן מצב מיטן קאלענדער איז נישט ריכטיג. הגם ער איז גערעכט אז דאס איז די סיבה פארוואס מאנכע זענען זיך מונע פון הושטה ברבים אפי' בימי טהרה, איז אבער דאס נישט האלטן הענט איינגעפירט משום צניעות פון נישט צייגן חיבה בפומבי.
יואליש: דו לייגסט עס אראפ כאילו ס'איז ביי זיי א מחלוקת הפוסקים צווישן דעם רמב"ם און דער משנה ברורה. אדער דער בעש"ט און ר' חיים קאנייבסקי...

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:56 pm
דורך yatzmachp
All you need to know אזוי אזוי קוקט אויס גאנץ היסטארי. מען קען גארנישט טראסטן. אז מענטשן וואס וואלטן אזוי גרינג געקענט וויסן דעם אמת זענען איגנארענט שטעל דיך שוין פאר ווען איינער פראבירט מסביר צו זיין דעם עבר וואס מען קען נישט וויסן.
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 5:45 pm
דורך [NAMELESS]
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ווער איז די רעבעצין ? א כינעזער?
קוקטס גוט... דארט קוקט מען אן ווען מלאזט דא איבער.... מער א אומגליק ווי א גליק...
אפילו אויב ער גלייבט נישט און עולם הבא אבער עולם הזה האט ער דאך אויך נישט....
אשאד די עלעקטריק פארן שעיר מאשינדעל וואס האט פארשניטען די פיאות
נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 6:43 pm
דורך קאסטנער
אזויפיל שיינע זאכן ארום צי רעדן אין פינקט פין די שמיציגע פאליטיק מיז ער אזויפיל ארום רעדן ווי כאילו אינז האבמיר גארנישט צי פארקויפן אויסער דעם?!!
זעט אויס אז די סאטמערע בשבילי לויפט נישט אוועק מיטן זיך אפשערן די פיאות
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 11:04 am
דורך גנדי
ס'איז שוין צייט אז חסידים אליינס מיט די לבוש זאלן געבן טורס און האבן שיין פרנסה. אזוי ווי די אמיש אין פענסעלוועניא.
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 11:07 am
דורך רויטע וואנצעס
עזריאל האט געשריבן:חאצקעל שניידער האט געשריבן:ווער איז די רעבעצין ? א כינעזער?
קוקטס גוט... דארט קוקט מען אן ווען מלאזט דא איבער.... מער א אומגליק ווי א גליק...
אפילו אויב ער גלייבט נישט און עולם הבא אבער עולם הזה האט ער דאך אויך נישט....
אשאד די עלעקטריק פארן שעיר מאשינדעל וואס האט פארשניטען די פיאות
ער איז פרומער מיט דעם אז ער קוקט נישט אויף חיצונית נאר אויף פנימיות.