דער וועג צום אמת (טיפער ווי בלויז פיזיקס) פה-סח פולע ארטיקל
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 9:58 pm
אויב וואלט עפיסטעמאלאגיע געדארפט צוטיילן וויסנשאפט אין צווייען וואלטן זאך-קענער אן קיין ספק דאס צוטיילט ווי פאלגנד: אויף איין זייט עמפירישע פיזישע זעבארע וויסנשאפט, דאס וואס לאזט זיך אבזערווירן, און אויף דער אנדערער זייט די נישט פיזישע וויסנשאפט (אנדערע וואלטן צוגעלייגט: אויב מ'מעג דאס בכלל רופן וויסנשאפט). דאס הייסט, אזעלכע ערשיינונגען וואס לאזן זיך בשום אופן נישט עקספערימענטירן, אבער דאך עפעקטירט דאס די מענטשהייט און אלעס ארום, ווי אויף להכעיס די פאזיטיוויסטן.
אין ליכט פון דער דערמאנטער דיכאטאמיע האט זיך ארויסגעשיילט א מאדערן-אינטעלעקטועלער חדר וואס טיילט זיך אין די פאלגנדע דריי קאטעגאריעס:
דער סייענטיסט, דער פילאזאף, און דער טעאלאג.
ס'איז זייער גרינג צו דערקענען דעם אונטערשייד צווישן דעם סייענטיסט און די אנדערע צוויי, אבער צווישן די לעצטע צוויי, דער טעאלאג און דער פילאזאף, לאזט זיך נישט גרינג דערקענען א חילוק. דאך, אז מ'וועט קוקן טיפער וועט מען באמערקן ווי ס'איז דא א געוויסע שטערקערער בונד וואס דוקא דער סייענטיסט טיילט מיטן פילאזאף, וואס טרייבט זיי ביידן אפשר ווייטער און טיפער אוועק פון דעם לעצטן – דער טעאלאג. דער בונד וואס פאראייניגט די צוויי ערשטע רופט זיך "לאגיק".
דער קוקווינקל פון די פריער דערמאנטע שפילט זיך אויס לאו דוקא ווען מ'דעבאטירט רוחניות'דיגע נושאים, נאר אויך בנוגע אנדערע געשעענישן און זאכן. א סייענטיפישער בליק קוקט צום ביישפיל אויף א בויגן מיט געשריבענע נאטן פון דער פינפטער סימפאניע פון בעטהאווען אייניג ווי אויף סיי וועלכן שטיקל פאפיר מיט טינט וואס איז פאראן אויפן אוניווערס. די איינציגע נפקא-מינה וועט כאפן די פשוט'ע פיזישע אבזערווירנדע דיפערענצן. ווי לענגער, ברייטער, הייסער, קעלטער, דער פאפיר אדער די טינט איז, און אזוי אויך אלע אנדערע פרטים וואס לאזן זיך אבזערווירן. דאס חשיבות פון דער טיפקייט וואס ליגט אינעם אינהאלט פון דעם וואס איז אפגעשריבן געהערט פשוט נישט צו זיין תחום, און צום בעסטן וועט ער דאס אננעמען מיט סקעפטיציזם.
א פילאזאפישער בליק וועט אבער וועלן דערגיין די לאגיק פונעם בויגן מיט די נאטן וואס מאכן עס חשוב'ער אין די אויגן פונעם אבזערווירער. דער פילאזאף וועט אריינקריכן אינעם "פארוואס". פארוואס טאקע זענען די שטריכן געשטעלט אזויווי זיי זענען? ער וועט קלערן וויאזוי ס'שאפט זיך דערפון א ליד. אבער ווי נאר ער איז צופרידן פונעם ענטפער וועט ער זיך באגנוגן מיט דער קאלטער לאגיק וואס מאכט דעם אויסשטעל חשוב'ער פון אנדערע בויגנס, וואס אפילו א טאן-טויבער וואלט געקענט פארשטיין.
א טעאלאג וועט זיך אבער נישט באגנוגן מיטן פארוואס, ער וועט אריינקריכן אין דער נשמה פונעם ליד. אין דעם וואס מאכט דעם צוהערער אז ער זאל עס וועלן הערן נאכאמאל און נאכאמאל. אפילו נאכדעם וואס ער פארשטייט שוין די די לאגיק פונעם פילאזאף וועט ער אבער וועלן דערגיין צי ס'איז פאראן א טיפערע דערהויבנקייט וואס רעדט צו זיין נשמה און זאגט איר "הער דאס איבער און איבער". מוזיק טעאריע קען איבערגעבן קאלטע אינפארמאציע פאר א מוזיקאנט ווי אזוי אויסצושפילן דאס ליד, אבער דאס וואס א מוזיק ליבהאבער שפירט און דערקוויקט זיך הערנדינג די קאמפאזיציע, דאס איז א פערזענליכע ערפארונג וואס איז צווישן דעם מענטש און דעם ליד.
אודאי וועלן אלע אייניג הנאה האבן פון דעם ליד, אבער די נקודה איז: די אינפארמאציע מיט וואס די דריי באזונדערע סארט אינטעלעקטואלן וועלן זיך באפאסן איז גאנץ אן אנדערע. אלע וועלן קוקן אויף דעם זעלבן שטיק פאפיר, אבער זיך אריינלאזן אין באטראכטן פרטים וואס וואלטן נישט אינטערעסירט דעם אינטעלעקטועל פונעם אנדערן חדר.
זיכער וועלן מיר טרעפן פילאזאפן וואס פארמאגן טעאלאגישע שטריכן (אזא איינער איז געווען אפלטון), און אזוי אויך פארקערט, דער אמת איז טאקע אז פאר א דרויסנדיגן מענטש זענען זיי תלוי איינער אינעם צווייטן - טעאלאגישע השקפות מוזן זיין מבוסס אויך אויף לאגיק, און פילאזאפיע אליין איז אומרייף אויב מ'נעמט נישט די טרוקענע מסקנות און מ'מאכט איר לעבעדיג. דאך, ווען מ'דארף דעפינירן די תחומים זענען די אויבנדערמאנטע אנדערשקייטן גענוג שטארקע דעפינירונגען וואס מאכן יעדן תחום וואס זיי זענען.
פון דעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט און ווייטער, ווען מ'דעבאטירט דעם מושג וואס רופט זיך "גאט", האט דאס אויך באקומען אזא סארט משמעות. נעמליך: די דריי יסודות'דיגע וויסנשאפטן, די זעלבע סוג חכמים, פרובירן צו פארשטיין דעם באגריף לויט זייערע תחומים, און מיר וועלן אנאליזירן יעדעס איינס באזונדער.
דער גאט פון דעם סייענטיסט:
דער גאט פון דעם סייענטיסט, אויך באוואוסט אלס "דער גאט פון די געפ"ס" איז א גאט וואס איז פיזיש בנמצא. ער באווייזט וואונדער, באלוינט טעגליך די נאבעלע, און באשטראפט די שלעכטע, ברענגט פיזיש שטורמישע וועטערס, ער ברענגט מחלות צו שיקן ווארענונגען און גוטע צייטן צו שענקען גענאדע. אויב קען מען אים אויפווייזן איז ער דא, און אויב נישט איז ער נישט דא (אדער איז ער יא דא, נאר מיר פארשטייען נישט ווי אזוי). אזא גאט איז גרינג צו פארשטיין געבן פאר מענטשן וואס טראכטן נישט אריין צו טיף, אבער ס'קען אויך גרינג אפגעווארפן ווערן דורך געלערנטע.
דער גאט פון דעם פילאזאף:
דער גאט פון דעם פילאזאף איז שוין אביסל שווערער צו באגרייפן, ס'איז כאילו א סך הכל פון לאגישע מעטאפיזישע הוכחות וואס הייבן זיך אן דארט וואו פיזיק ענדיגט זיך. ער פארלאנגט גארנישט פערזענליך פון דעם מענטש, און ליבט נישט קיינעם פערזענליך, הגם ס'לאזט זיך זאגן אז ער ליבט זיין יקום בכלליות. אין קורצן: לויטן פילאזאף איז ער בלויז א מעכאנישע ענטפער צו געוויסע אומפארשטענדליכע מאטעמאטישע פראגעס אינעם יקום. אפילו מיר זאלן שוין אננעמען אז ס'איז דא א פליכט אים צו דינען איז עס בלויז אזא לאגיש-מאראלישער חשבון, אז ס'לוינט נישט צו זיין א כפוי טובה וכדומה.
דער גאט פון דעם טעאלאג:
דאס איז בעצם א מאדיפיצירטע ווערסיע וואס האט אין זיך שטריכן פון ביידע צוזאמען. ער איז דא אבער נישט פיזיש, ער האט בעצם א פערזענליכע פארבינדונג מיטן מענטש, אזא וואס יעדע מציאות אדער אי-מציאות פארמאגט אין זיך. ער איז דער וואס מאכט דעם מענטש שפירן וואס ער שפירט. ער איז דער וואס גיט דעם מענטש דאס געפיל פון לעבן. ער איז דער וואס שאפט רצון צו וועלן אנע חשבונות, צו שפירן/געבן ליבע, האפענונג, טרויער, דאגות, דעפרעסיע, און גוטמוטיגקייט. קיינער קען דעם גאט נישט אפפרעגן, בלויז דער מענטש אליין. ער איז אמת ווייל דער מענטש שפירט אים, און יעדער לאגישער חשבון פארקערט איז ארויסגעווארפן.
טרעפליך איז דער פארגלייך וואס פראפ. מנחם קעלנער אין זיין בוך Must a Jew believe anything מאכט א סך הכל פון די אבזערוואציעס וואס דער בארימטער טעאלאג אברהם יהושע העשיל האט זיך געפילעוועט צווישן דעם גאט פונעם פילאזאף און דער גאט פון דעם טעאלאג.
1)The Philosophers God
2) The God of the Theologian (Abraham's God)
1) God - being
2) God - Concern
1) God - unmoved mover
2) God - Most moved mover
1) Perfect person - philosopher
2) Perfect person - prophet
1) Men searches for God
2) God searches for man
1) We seek to define God
2) We seek to experience God
1) Concept of God
2) Presence of God
ווי דערמאנט פריער, יעדע ערשיינונג איז מעגליך צו באטראכטן דורכ'ן קוקווינקל פון די יסודות'דיגע דריי וועגן, געוואנדן לויט ווי אזוי דער מענטש ארבעט זיך אויס צו קוקן אויף ערשיינונגען.
דער סייענטיסט קוקט אויף א שטיין און זעט א צוזאמגעשמאלצענע חומר וואס רופט זיך שטיין. ער הייבט אן רעכענען ווי אלט דער שטיין איז, וואס דארף געטון ווערן עס צו מאכן אויס שטיין. וואס מאכט דעם שטיין הארט ווי א שטיין, וואס איז געווען פאר דער שטיין האט עקזיסטירט. איינמאל ער ווייסט די פיזישע אינפארמאציע לייגט ער דאס אריין אין זיינע ארכיוון.
דער פילאזאף זעט דעם שטיין און קלערט אריין אין דער לאגיק פון דעם מציאות פון שטיין. אפשר גאר איז דאס אן אילוזיע און באמת איז נישט פארהאן א מציאות פון שטיין? אפשר איז גאר בכלל נישט דא קיין מציאות? איז דער שטיין א מציאות פון שטיין ווייל איבעראל חוץ דא איז נישטא "שטיין"? אויב איבעראל וואלט יא געווען שטיין חוץ דא וואלט דאס ביסל העדר פון שטיין אפשר פונקט אזוי געהייסן שטיין?
דער טעאלאג זעט אין דעם שטיין א פערזענליכע ערפארונג, א מוסר השכל וואס לערנט אים צו זיין נענטער צו העכערקייט. ער זעט אין דעם שטיין דאס וואס דער מוזיק-ליבהאבער זעט אין דער פינפטער סימפאניע, ער זעט נישט ריין פיזיקס, נישט חשבונות, ער זעט ענדלאזע הערליכקייט וואס הייבט אים העכער יעדעס מאל וואס ער באגעגנט זיך מיטן שטיין.
***
ס'איז פאר אלעמען באקאנט דער צווייטער אמענדמענט פון דער אמעריקאנער קאנסטוטוציע אז יעדער בירגער האט די רעכט צו באזיצן וואפן. ס'איז דא פארשידענע וועגן ווי אזוי דענקער פרובירן דאס צו מאדיפיצירן צו דער מאדערנער עפאכע. די רעכטע קאנסערוואטיוון שרייען "חס וחלילה נישט רירן קיין אות! מ'זאל נישט צורירן צו דעם געשעצטן דאקומענט, וואס איז דער קוואל פון אונזער פרייהייט." לעומת זה האבן מיר די גאר פראגרעסיווע וואס חוצפה'ן זיך צו טענה'ן אז ס'איז היינט צוטאגס א נארישע געזעץ און מ'דארף עס פשוט ארויסשניידן פונעם דאקומענט וזה הוא. ווידער זענען דא רעאליסטן וואס קריכן אריין אין דער לאגיק פון דעם אמענדמענט און פרובירן פאסן באשלוסן וואס איז למעשה געאייגנט פארן היינטיגן דור. ס'איז דא וואס לערנען אריין פשט אז ס'גיט טאקע די רעכט פאר יעדן בירגער אייניג, דאס מיינט אבער נישט אז די רעגירונג טאר נישט ארויפלייגן געוויסע באגרעניצונגען אויף אלעמען צוגלייך, ווי למשל קעגן עלעמענטן מיט קרימינאלע היסטאריע, פארנאכלעסיגקייט וכדומה, לויט ווי זי שפירט פאר וויכטיג.
ס'וועלן אבער זיין נאך אנדערע וואס וועלן נישט מאכן די לאגישע ארגומענטן, נאר זיי וועלן פרובירן אויסצוגעפינען וואס די טאטעס פון אמעריקע האבן באמת געפילט אין הארצן בשעת זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם אמענדמענט. וואס איז באמת געווען דער זארג וואס האט באאומרואיגט זייער געוויסן? און ווי אזוי האבן זיי דאס מסדר געווען דורך דעם צווייטן אמענדמענט? דאס הייסט אז די פיזישע מעשה, ווי אויך די לאגישע פירושים וואס מ'קען אלס אריינלערנען, איז בעצם נישט דער עיקר מיט וואס מ'דארף זיך פארמעסטן. מיר דארפן זיך נאר אריינטון אינעם גייסט פון זייער נשמה, זען וואס זיי האבן געוואלט דערגרייכן, און פרובירן טון דאס וואס זיי וואלטן ווען היינט געטון אינעם זעלביגן ריטעם.
דאס ברענגט אונז בעצם צום געדאנק פון אידישע עקזיסטענציאליזם ס'איז באמת זייער א שמאלע ליניע מבחין צו זיין ווען מצוות מעשיות איז דער עיקר, און ווען מ'זאגט אז דער גייסט, די נשמה וואס ליגט הינטער דער מעשה, דאס דארף דאמינירן די החלטות און די תוצאות וואס דאס ברענגט מיט זיך.
אלזא, ס'איז ווערד מ'זאל זיך מתבונן זיין אין די טאג טעגליכע פראגעס וואס מיר האבן אין לעבן, און באטראכטן אונזער החלטה ווי א מכריע צום וואגשאל, ווען אויף איין זייט שלעפן אראפ די פיזישע מעשים, קליינע אותיות, טעכנישע גדרים, הלכות פסוקות, און קעגן איבער דעם ליגן די געדאנקען וואס קומען ארויס צווישן די שורות, א מעטאפיזישע אומגרעניצבארע שיינקייט וואס איז העכער ווערטער. דערנאך דארפן מיר מחליט זיין ווען, וויפיל, און ווי אזוי צו באפרידיגן איין זייט פון דעם וואגשאל איבער דער אנדערער.
ס'איז אוממעגליך דאס אפצושרייבן אויף א שטיקל פאפיר ווייל ס'איז קיינמאל נישט גלייך. יעדער מקום און יעדע צייט, יעדער גוף און יעדע נשמה, יעדער מוח און יעדעס הארץ, איז ליכט-יארן אנדערש ווי אן אנדערע. פיזישע מעשים מוזן רעפרעזענטירטן א טיפערע נקודה ווי די זאך זעלבסט. זיי קענען נישט מחייב זיין אלעס און אלעמען צוגלייך. ס'איז בעצם נישט דא קיין "אלע". גאולה מיינט: צו טרעפן דעם באלאנס צווישן ביידן, צו וויסן וויפיל פון דעם איז דער עיקר אינעם יעצטיגן מצב, און וויפיל פון דעם צווייטן איז בלויז א טפל. ס'איז נישט קיין גרינגע זאך צו טון, אבער נאר ווען מ'מיינט עס ערנסט, מיט אן אויפריכטיגער הכנעה סיי צום געשריבענעם ווארט און סיי צו דער אינערליכער כוונה, קען מען אויספירן דעם רצון השם.