דער "שורת הדין" ביים מקוה איד!...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15301 מאל

דער "שורת הדין" ביים מקוה איד!...

שליחה דורך אדנירם »

מיט דעם וועל איך אנפאנגען שרייבן מיין ערשטן אשכול אין 'קאווע שטיבל', און כ'האף דער עולם וועט הנאה האבן.


- א -

יאנקל איז אויפגעשטאנען א צופרידענעם יענעם מיטוואך פרשת וישב, וויסנדיג אז 'עוד מעט' גייט ער ענדליך ענדליך איינקויפן דעם לאנג ערווארטעטער שפאגל נייעם קאמפיוטער. ווייל יאנקל - אדער ווי מען רופט אים אין די ארבעט: יעקי - איז א גרויסע קאפשטיק אינעם געביט פון טעכנאלאגיע, אלס בחור איז ער שוין געווען באוואוסט מיט זיינע רצונות און כשרונות אין דעם פעלד, און אלס יונגערמאנטשיק האט ער זיך גאנץ שנעל ארויפגעדראפעט אויפן לייטער פון סוקסעס, ווערנדיג אנערקענט אלס געלונגענער פראוגרעמער פאר פארשידענע ערליי זאכן בעולם האינטערנעט והמסתעף.

מטבע הדברים האט ער כסדר ליב געהאט איבערפרישן זיין קאמפיוטער, איינקויפן די לעצטע ווערסיע, די שענסטע און דאס בעסטע, ברייטסטע סקרין, א.א.וו. און טאקע צוליב דעם איז ער געווען מלא שמחה יענעם מיטוואך וישב ווען ער האט מחליט געווען אריינצופארן קיין מאנהעטן איינקויפן ערשט האנטיג דעם ברענד-ניו קאמפיוטער.

אריינקומענדיג אין גוי'אישן הערליכן געשעפט, נתמלא הבית כולה אורה ושמחה, ס'טייטש 'יאנקל מחותן קומט קויפן א נייע קאמפיוטער, און טאקע דאס שענסטע און דאס בעסטע'. יאנקל האט ארומגעקוקט אפאר מינוט, און צום סוף האט זיין קאפ זיך א לאז געטון אינעם ריכטונג פון דעם שפאגל נייעם כלי מפואר. ווי א סוחר ממולח האט יאנקל געפרעגט אויף אפאר אנדערע קאמפיוטערס וויפיל זיי קאסטן, און דער מוכר ווייזט אים "דאס איז $600", "דאס איז $749", און "דא האב איך אביסל א שוואכערע כלי פאר א מציאה פרייז פון $400". צום סוף - פארשטייט זיך - קומט מען צום נקודה, און יאנקל פרעגט אויף 'זיין' שמענדריק "וויפיל איז דאס?", און דער מוכר ענטפערט: "אה, דאס איז א טייער געשעפט, מיט אלע פיטשיווקעס וואס דו ווילסט וועט עס דיר קאסטן לא פחות פון אן אלף'ל".

האמת אגיד ולא אכחיש, ס'האט יאנקל א ציפ געטאן ביים הארץ, 'אזויפיל געלט?' - טראכט ער צו זיך, 'ווען איך ווייס ווען פון פריער וואלט איך איינגעקויפט ביים קאנקורענץ. דארט איז עס אודאי סאך ביליגער'. אבער ווי דער אידישער סימן פון 'ביישנים' האט יענקל נישט געקענט זאגן פארן מוכר אין פנים אריין רגשות לבו, און 'ס'פאסט נישט' זיך צו דינגען מיטן היי קלעס גוי מיטן שיינעם סוט און פריש פארקעמטע האר אין א זייט. יאנקל נעמט ארויס דעם טויזענטער פון טאש, און מעשה סוחר געט ער עס איבער מיט אזא פארטעמפטן בליק ווי צו זאגן 'אן אלף'ל ארויף אן אלף'ל אראפ, דאס איז קליינגעלט ביי מיר'...


- ב -

שמערל שמש, זה שמו וזה זכרו שוין די לעצטע דרייסיג יאר זיכער. פון ווען ער האט נאך געהאט א פעך שווארצן בארד, און גלייכע ביינער. די יונגעלייטלעך געדענקן אבער נאר א גרויער בערדל, און אן עטוואס געבויגענעם איינגעהויקערטן רוקן. מן הסתם פון צרות ישראל, כלומר, אייגענע צרות. דאס וועלטל שמייכעלט נישט צו שטארק אין זיין ריכטונג. והא ראי', ער איז שוין שמש [שאמעעס בלע"ז] יאאאאאאאאארן לאנג, פון מתושלח'ס צייטן זיכער. אן עני ואביון מגוזלו, ארבעט שווער פאר זיין ביסן ברויט.

קהל דראגמירעשט קען זיך נישט ערלויבן אים צו צאלן א שיינעם געהאלט, אבער אלס שמש דינט ער אויך ווי דער מקוה איד, וויין פארקויפער, טלית בייטל פעדלער, אלעס אינערהאלב מוסדות דראגמירעשט והגלילות. דער שמש זיפצט שוין נישט איבער זיין ביטער גורל, ער איז שוין ליידער צוגעוואוינט צו דעם. ער האפט נאר צו מאכן אפאר גרייצער פארקויפנדיג קליינע פושקעלעך 'שעמפו' פאר 50 צענט, קעמלעך פאר 75 צענט, און נעגלעך שניידערס פאר א דאללער. א ציצית/גארטל איז שוין א גרעסערע מציאה פאר אים. ער קען דארט לייזן דריי דאללער אויפאמאל.

שמערל שמש איז נישט בייז אויף גאט, ער האפט נאר אויפן בעסטן, און לעבט מיטן 'ברוך ה' יום יום'. און ווי נישט ווי שוויצט ער אדורך זיינע טעג אלס דראגמירעשטער שמש. טעג? יארן! שוין איבער דרייסיג יאר, ווי קען מען פארגעסן!


- ג -

דאנערשטיג אינדערפרי, פרשת וישב. אונזער וואויל בארימטער יונגערמאן יעקי [אין ביהמ"ד רופט מען אים מפני הכבוד: רבי יענקב. ער איז פארט פון די גרויסע שטיצער'ס פונעם דראגמירעשטער קהילה] גייט אין מקוה, ס'הייסט! א חסיד'ישע איד כאפט א ווארימע מקוה פארן דאווענען. צייט האט ער ב"ה, ער ארבעט נישט פאר קיין באסס, קען מען שטיין אין שויער א האלבע שעה, שרייען 'אוי טאטע' א זיבן אכט מאל אינעם בור המקוה וואס הייסע פארע שמייסט דיר אין פנים, און צום לעצט - דערציילן פאר זיינע חברים ו[כלומר'שטע] ידידים איבער זיין נעכטיגע געלונגענע איינקויף אין מאנהעטן.

נאכן זיך אנטון זיינע קליידער, וויל ער קרייזלן זיינע פיאות מיטן קעמל זיינעם, ווען פלוצים שפירט ער אז זיין טאש איז לער. קיין קעמל איז נישט דארט פארהאנען. א צושפילטער לויפט ער ארויס פון מקוה און קלאפט אן אינעם גרויען שמערל שמש, און פרעגט אים צו ער פארקויפט אפשר קעמלעך, "כ'דארף נייטיג א קעמל" - זאגט ער. 'זה קלי ואנוהו' - קלאפט ער זיך אין געוויסן.

שמערל שמש זאגט אים: "א קעמל קאסט 75 צענט". און ערעב יאנקל הייבט אן מאכן א חשבון: 'ער קויפט איין צוואנציג קעמלעך פאר 5 דאללער, קומט אויס אז ס'קאסט אים נאר א קוואדער א קעמל, און דער חזיר שעמט זיך נישט מיר צו בעטן דריי מאל אזויפיל געלט, גאנצע פ-י-נ-ף א-ו-ן ז-י-ב-ע-צ-י-ג צענט. גנב איינער'. א בייזער געט זיך יאנקל א דריי אוועק פונעם שמש'ס ריכטונג, 'יעבור עלי מה - פון דעם רויבער וועל איך קיין קעמל נישט קויפן'.


- ד -

דוד המלך שרייבט זייער א שארפע פסוק אין תהילים (צד, ו): אלמנה וגר יהרוגו ויתומים ירצחו. זיינע ווערטער זענען זייער שווער אויבערפלעכליכערהייט. חוץ פון אזעלכע רשעים ווי נאציס און אייסיס, ווער האט אן אגענדע פון הרג'ענען? פון פסוק איז משמע אז מען רעדט פון סתם שלעכטע מענטשן, אבער הרג'ענען? מאן דכר שמיה. זאת ועוד, אז מען רעדט שוין יא פון א מערדערע, פארוואס זאל ער פונקט הרג'ענען דעם אלמנה ויתום, דארט וואו א נארמאלע מענטש אנטוויקלט א רחמנות געפיל מער ווי אויף אנדערע.

מיר קומט אויס אז זיין לשון איז א מליצה, און ער רעדט פון סתם 'רחמנות'ן', 'נעבעך'ס', איינזאמע פארלאזטע מענטשן וואס שוויצן שווערליך אדורך זייערע טעג [א בפירוש'ע ראי' האב איך פונעם פסוק (שמות כב, כא): כל אלמנה ויתום לא תענון. און רש"י איז מפרש: הוא הדין לכל אדם, אלא שדיבר הכתוב בהווה, לפי שהם תשושי כח, ודבר מצוי לענותם, עכ"ל. ממש כדברינו]. דארט איז שייך א מענטש זאל פארוואנדעלט ווערן אין א רוצח, א רשע, א שלעכטער עגאאיסט וואס זעט ווי דער ארימאן זוכט אים צו באראבעווען.

אט דער יאנקל, מחמת חיבת הגוי וחיבת השיינע סוט און שיינע האר, וועט זאגן "הונדערט דאללער ארויף, הונדערט דאללער אראפ, ס'פאסט זיך נישט ביליג צו מאכן פארן גוי". דער זעלבער שיינער איד, ווען ער זעט אז דער ארימער נעבעכדיגער שמש זוכט צו לייגן ברויט מיט פוטער אויפן טיש דורכן בעט פון אים "75 צענט" פאר א קעמל, וועט זיין שוים ארויפקומען, זיין בלוט וועט זידן, זיינע נאזלעכער וועלן זיך פארברייטערן באלד אזוי גרויס ווי דער בור פונעם מקוה, זיינע אדערן וועלן זיך ארויסשטעקן דראענדיג דאס צו נוצן פאר א תליה, און כל עצמותיו תאמרנה 'גנב און רויבער'.

קלאגט דער אלטער דענקער, קרעכצט דער פאעטישער מתבודד: "אלמנה וגר יהרוגו ויתומים ירצחו. ויאמרו לא יראה י-ה וגו'". דער שיינער איד מיינט אז גאט געדענקט נישט וואס האט פאסירט נעכטן ביים איינקויפן דעם קאמפיוטער vs. דעם היינטיגן 'קעמל'. און ווי א בת קול יוצאת מהר חורב, טראגט זיך אדורך ווי א שטורמווינט דער המשך הפסוקים, דער שארפער וויי געשריי: "בינו בוערים בעם, וכסילים מתי תשכילו?!".

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר