חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
איך וויל ארומרעדען פארוואס איך בין נישט קיין חב"ד חסיד און וואס איך ווייס פון חב"ד און פארוואס ס'געפעלט מיר נישט. איך מיין נישט די געזעלשאפטליכע נקודות דערפון, ס'גייט מיר ווייניג אן צו מ'גלויבט אז דער רעבע איז משיח, און די זייטיגע משוגעת'ן וואס ס'געפונט זיך אין יעדע קרייז איז נישט דער נושא. סתם אזוי, דער לעצטע רעבע איז מיר א קליינע משל פון חב"ד. איך האב אסאך געזען אין ליקוטי שיחות און איך בין גאנץ ווייניג נתפעל פונ'ם רעבע'ן הן בענין חסידות, וואס ער רעדט אויף גאנץ א קליינער פארמאט, ווי אויך זיין אינטעלעקטואל"ע כוחות, וואס זענען גאנץ קליין כלפי אמת'ער גדולי ישראל וואס איך האב געזען און געלערנט. איך מיין די תורות און עניינים און צוגאנג צו אידישקייט וואס דרייט זיך אין חב"ד און האט זיך שוין אריינגערוקט אינ'ם ברייטערע ציבור וואס צייגט אויף א געוויסע טע'אלאגי'ע וואס כפי החינוך מאבותי ורבותי און וואס מ'האט מיר אויסגעלערנט פון ספרים איז דאס נישט איינשטימיג מיט תורה'דיגע מושגים.
דער עבודה פונ'ם מענטש איז צו זיין אן עבד ה', און יעדער טריט זיינער דארף זיין משועבד צו עבדות. דער אייבישטער האט געהייסען טוהן מצוות, דארף מען טוהן מצוות. דער אייבישטער האט געהייסען דאווענען צו איהם, דארף מען דאווענען צו איהם. דער אייבישטער האט געהייסען האבען מדות טובות, דארף מען האבען מדות טובות. אלס אונטער'ן רובריק פון עבודת ה'. ווען א מענטש דערגרייכט הויכע מדרגות און האלט שוין נאכ'ן קיינמאל נישט זינדיגען און מוכתר בכל מדה טובה און ער טוט אלע מצוות בהידור, קען ער אנהייבען מיט חסידות, וואס דער באדייט דערפון איז נאכגייען כוונת הקב"ה במצוותיו און פראבירען צו טוהן כפי דער עומק הכוונה פון יעדע מצוה אלס אן אויסדרוק פון אהבת ה' וואס מ'זוכט צו טוהן אפילו מער ווי ער האט געהייסען.
דער לימוד הקבלה איז א חלק פון לימוד התורה אזוי ווי כל התורה כולה. ס'איז אויך א חלק פון עבודת ה'. דער עבודת ה' דערין איז צו לאזען א מענטש וויסען יסוד הכוונה בהבריאה כדי צו וויסען ווי זיך צו פירען בדרכי החסידות, ד.ה. נאכצוגייען דער אמת'ער רצון ה'. דאס איז די צווייטע טריט פון עבודת ה', אז א מענטש איז אזא עבד אז ער זוכט זיך משעבד צו זיין נאך און נאך פאר זיין בורא אויסצודרוקען זיין הכנעה צו איהם און זיין אהבה. דעריבער טאקע איז געווען אנגענומען בכל תפוצות ישראל, און געפסקנ'ט דורך תקנות וחרמות, און שטארק באשטעטיגט אין כתבי אריז"ל, אז מ'זאל נישט וואגען צוצוגייען צו לימוד הקבלה אז מ'שטייט נישט אויף א הויכע שטאפעל אין עבודת ה'. נאר דער וואס האלט ביי חסידות מעג עס לערנען, ווייל נאר דער וואס האלט ביי חסידות לערנט עס ריכטיג און האט א שייכות דערצו.
כפי וואס איך ווייס, איז חב"ד געבויט אויף גאר אן אנדערע צוגאנג. דאס אליינס אז מ'האלט און מ'וויל מחנך זיין קליינער קינדער מיט לימוד 'פנימיות התורה' איז דער ערשטע טריט. מ'זוכט אריינצוברענגען דער מענטש אינ'ם כוונת הבריאה נאכצומאכען דער אייבישטער און זיך צושטעלען צו זיין ארבעט. מ'גייט נישט צו אלס עבד, נאר אלס שותף. דעריבער רעדט מען פון 'לכתחלה אריבער' און 'ביטול היש', וואס איז איראניש, ווייל דאס איז די גרעסטע ישות שייך. אז מ'גייט צו צו אידישקייט אן א הכנעה אן אן עבדות, נאר אלס אדון און דער וואס פיהרט דער וועלט. איך קום נישט לייקענען דער מציאות אז יעדע פעולה וואס א מענטש טוט דערגרייכט גאר הויך, אבער אז דאס זאל זיין דער עיקר כוונה פונ'ם פעולה איז א ישות וואס שטימט נישט מיט'ן יסוד פון עבדות לה' וביטול אליו. דאס מאכט דער מענטש דער צענטער פונ'ם געשעפט און נישט דער אייבישטער.
איך האב מקצר געווען און ארויסגענומען אסאך פון וואס איך האב געשריבען אין אנהייב, ווייל איך בלייבען מיט דער נקודה.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ס'איז פאר'ענטפערט תוך דברי. איך רעד נישט פון דער מציאות, איך רעד פון דער מהלך אין עבודת ה', וואס טרייבט דער מענטש צו דינען דער אויבישטער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
Re: חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
זיי האלטן אז רצון השם איז צו מקיים זיין מצות מיט די טיפע כוונות און דורכדעם מתקן זיין גרויסע זאכן וואס השם פארלאנגט פון זיינע עבדים מתקן צו זיין,
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
וידבר ה' אל משה אחרי מות שני בני אהרן וגו'" - מה ת"ל היה רבי אלעזר בן עזריה מושלו משל לחולה שנכנס אצלו רופא אמר לו אל תאכל צונן ואל תשכב בטחב בא אחר ואמר לו אל תאכל צונן ואל תשכב בטחב שלא תמות כדרך שמת פלוני זה זרזו יותר מן הראשון לכך נאמר אחרי מות שני בני אהרן
רש"י אין פ' אחרי טענה'ט אז ווען מען זאגט א ציווי פאר א מענטש מיט א הסבר דערצו, וועט עס יענער ענדערש פאלגן. ווען עבודת ה' קומט מיט א געשמאק אז מען פארשטייט און מען ווייסט וואס מען טוט אויף דערמיט, טוט מען עס מיט מער חשק.
איך האב נישט געלערנט צופיל חב"ד ספרים, נישט פונען לעצטן רבי'ן און נישט פון זיינע פארגייער, אבער די מערסטע ווער איך נתפעל פונעם לעצטן רבי'ן ווען איך זע די קליפס ווי אזוי ער נעמט אויף מענטשן. צו יעדן איינעם האט ער אזא גלייכן שכל הישר'דיגן ענטפער אויפן ארט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
עי''ש בתפארת יונתן וואס זאגט אנדעריש פשט.
איך בין נתפעל פונ'ם רעבענ'ס אויפנעמען מענטשען. ער איז זיכער נישט געווען קיין קטלא קניא, אבער איך זעי נישט קיין רשכבה''ג אין לערנען אדער אין חכמה
איך בין נתפעל פונ'ם רעבענ'ס אויפנעמען מענטשען. ער איז זיכער נישט געווען קיין קטלא קניא, אבער איך זעי נישט קיין רשכבה''ג אין לערנען אדער אין חכמה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
$
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אז דו מיינסט קולטוריש/געזעלשאפטליך, שרייב אין צימעס. אז דו האסט א מיינונג לגבי עבודת ה' וואס באלאנגט אין העמק דבר, אדרבה זיי אונז מהנה מפרי עטך ומיני ומיניה יתקלסון לך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס זענען גאנץ קליין כלפי אמת'ער גדולי ישראל
ערשטענס, ווער ביזטו צו וויסען ווער איז און ווער איז נישט אמת'ער גדולי ישראל?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס כפי החינוך מאבותי ורבותי
דאס איז א ענטפער אויף די שאלה, מען קען שוין זעהן וואספארא חינוך דו האסט באקומען
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
ביסט כשר גערעכט, א מענטש קען נישט מעסטען ווער איז א גדול בישראל. נו ט'ווי קען מען וויסען עפ''י תורה ווער איז און ווער איז נישט? די איינציגסטע מפורש'ער זאך לגבי דעם, כפי מיטב ידיעתי, איז דאס וואס דער תורה זאגט הלך אחר רוב הלך אחר חזקה. אויף יעדער מענטש איז דא א רוב מיט א חזקה אז ער איז אן עם הארץ. יעצט דער וואס האט א וועג פון וויסען ווער איז ארויס פון אט די גדר, קען וויסען ווער איז א גדול בישראל. און דער וואס האט נישט קיין וועג ווייל 'ווער ביסטו?' וכהנה נערישקייטען, דארף אלעמען האלטען. פאר אן ע"ה און אין זיין וויסען איז נישט דא קיין גדולים בישראל.
ביטע האלטען צו תקנות השטיבעל, נישט מכשכש זיין דער זנב דא. לאז פערזענליכע אטאקע'ס און פארפרומטע צואה ווי ס'באלאנגט, אין אייוועלט.
ביטע האלטען צו תקנות השטיבעל, נישט מכשכש זיין דער זנב דא. לאז פערזענליכע אטאקע'ס און פארפרומטע צואה ווי ס'באלאנגט, אין אייוועלט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מדארף בעצם [tag]ונבנתה העיר[/tag] מיט אנדערע חסידי חב"ד זאלן בעסער מסביר זיין מיט די חבדצקע שפראך און מראי מקומות, אבער לפום ריהטא איז אייער קשיא באזירט אויף א טעות הן בהבנה והן במציאות. חסידות איז נישט קעגן קבלת עול מלכות שמים כעבדא קמיה מרא. אדרבה עס רעדט אסאך איבער דער ביטול פון קבלת עול. נאר עס איז טאקע אויך פארהאן א מושג פון א בן וואס איז משיג די טעמי הדברים און ווערט א שותף למעשה בראשית כלשון רז"ל שהובא פה ויותר מזה מבואר בהרבה ספרי קבלה ופנימיות בסוד תנו עוז לאלוהים. אין חסידות רעדט זיך אסאך מאל די מעלות וואס איז דא סיי אין דער בן און סיי אין דער עבד. וואס למעשה דארף מען ביידע מדרגות אם כבנים אם כעבדים. אייער געדאנק אז דאס מאכט דער מענטש דער צענטער און נישט דער באשעפער איז אזוי פונקט פארקערט ווי די גאנצע מכוון פון פנימיות התורה און חסידות אז עס איז שווער צו באגריפען פון ווי איר האט בכלל באקומען אזא איינדרוק. על פי חסידות איז די גאנצע מטרה פון אלעס נאר מגלה זיין אלוהות אויף דער וועלט דורך די תורה ומצוות. דער מענטש זיין עבודה זיין שכר שפילט בכלל נישט קיין ראלע דא.
אויך במציאות ווייס איך נישט ווי מען קען טראכטן אז המכונים חסידים פילן זיך באופן כללי מער יישים און בעלי בתים אויף זייער תומ"צ ווי אנדערע. די קבלת עול הכי פשוט פון פאלגן די תורה און שולחן ערוך איז גלייך ביי אלע ארטאדאקסישע אידן חסידים און מתנגדים צוגלייך.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
על ראשון ראשון, איך האב מסביר געווען. די מדרגות פון חסידות וואס א מענטש לעבט ווי א בן איז געגעבען געווארען נאכ'ן זיין א עבד בשלימות. אזוי וועט זיין חסידות נישט מבטל זיין זיין עבדות. אבער דער צוגאנג אז פון אנהייב אן רעדט מען פון חסידות, וואס אין חב''ד איז דאס א קלארער שיטה, מיט קליינע קינדער און עמי הארץ, הייסט'ס דער ערשטען טריט אדער פון די ערשטע טריטען אין אידישקייט איז נישט בנוסח עבדות, לאזט נישט דער שמירת המצוות זיין צו דער זאך און אויך נישט די חסידות.
און דיין צווייטע פאוינט איז נישט ריכטיג. דער סבה פון דער דגש אויף חומרות אינ'ם חסידיש'ע וועלט, דער כח אז מנהיגים קענען שטעלען אן עיקר אויף חומרות, נישט נאר עמך אידען נאר מנהיגים, איז טאקע פאר דער סבה. ווייל מ'זעט נישט איין דער ענין. ביים ליטווישען ציבור, אע''ג אז מ'קען טרעפען דער פראבלעם אויכ'ט, אבער נישט אין אן איינגעפיהרטען חינוך אופן. די חזון איש'ניקס און די בריסקער ביי זיך, הגם זיי לעבען מיט חומרות, וועלען נישט מחנך זיין די קינדער אזוי. אז מ'ווייזט זיי אויף אז דער חומרא נעמט צו פונ'ם עבדות, רעכענען זיי דערמיט, עכ''פ די וואס איך קען
און דיין צווייטע פאוינט איז נישט ריכטיג. דער סבה פון דער דגש אויף חומרות אינ'ם חסידיש'ע וועלט, דער כח אז מנהיגים קענען שטעלען אן עיקר אויף חומרות, נישט נאר עמך אידען נאר מנהיגים, איז טאקע פאר דער סבה. ווייל מ'זעט נישט איין דער ענין. ביים ליטווישען ציבור, אע''ג אז מ'קען טרעפען דער פראבלעם אויכ'ט, אבער נישט אין אן איינגעפיהרטען חינוך אופן. די חזון איש'ניקס און די בריסקער ביי זיך, הגם זיי לעבען מיט חומרות, וועלען נישט מחנך זיין די קינדער אזוי. אז מ'ווייזט זיי אויף אז דער חומרא נעמט צו פונ'ם עבדות, רעכענען זיי דערמיט, עכ''פ די וואס איך קען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך ווייס נישט וויאזוי מען גייט זיך דא דינגען אויב איר גייט פשוט שרייבען אייערע הנחות אלץ מציאות און זיך נישט רעכענען מיט וואס די חסידים אליינס זאגן. וואס איז שלעכט אויסצולערנען אפילו פאר קינדער אז עס איז דא העכערס פון סתם מקיים זיין גזרת המלך ווי ער וואלט געווען א דיקטאטור כחוק בלי טעם נאר די תורה ומצוות האט אויך א פנימיות'דיגער טעם און מובן וואס מען דארף זיך מחבר זיין דערצו? וואס פאלט אייך איין עס איז סותר דער ענין פון קבלת עול אלץ דער ערשטער טריט?
אפשר פארקערט, די וואס מאכן א דגש נאר צו שטארק אויף קבלת עול בראקן אריין אז עבודת השם מוז זיין טרוקן כאילו דער תורה איז עפעס א ספר חוקים וואס מען מוז פאלגן ווי קליינקעפיגע קנעכט און עס טאר נישט האבען קיין שום געשמאק אדער לעכטיגקייט. און אפילו ווען ער לערנט שוין יא די פנימיות נעמט ער עס אן מיט אזא זויערקייט אז עס פארגייט די גאנצע אפעטיט. איז אסאך בעסער אז פון אנהייב איז מען מחנך ביידע חלקים סיי אהבה סיי יראה סיי די חיוב פון פאלגן די תורה גם כשאין לה טעם און סיי די טעם און געשמאק פון קיום התורה והמצוות.
דער קשר פוון יא חומרות נישט חומרות צו דער שמועס לא הבנתי בכלל.

- נקודת החבדית
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 70
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל
תניא פרק מא.
ברם צריך להיות לזכרון תמיד ראשית העבודה ועיקרה ושרשה. והוא כי אף שהיראה היא שרש לסור מרע והאהבה לועשה טוב. אעפ"כ לא די לעורר האהבה לבדה לועשה טוב ולפחות צריך לעורר תחלה היראה הטבעית המסותרת בלב כל ישראל שלא למרוד בממ"ה הקב"ה כנ"ל שתהא בהתגלות לבו או מוחו עכ"פ דהיינו להתבונן במחשבתו עכ"פ גדולת א"ס ב"ה ומלכותו אשר היא מלכות כל עולמים עליונים ותחתונים ואיהו ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין וכמ"ש הלא את השמים ואת הארץ אני מלא ומניח העליונים ותחתונים ומייחד מלכותו על עמו ישראל בכלל ועליו בפרט כי חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם והוא גם הוא מקבל עליו מלכותו להיות מלך עליו ולעבדו ולעשות רצונו בכל מיני עבודת עבד. והנה ה' נצב עליו ומלא כל הארץ כבודו ומביט עליו ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי. ועל כן צריך לעבוד לפניו באימה וביראה כעומד לפני המלך
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב שוין מסביר געווען. דער אהבה און דער פנימיות המצוה מוז זיין אויף א יסוד פון קבלת עול. נישט אז קבלת עול איז אויך א זאך, וכלשון התניא שהביא [tag]נקודה החבדית[/tag], נאר דער יסוד אויף וואס מען בויט. ווען א קינד און א מתחיל אין עבודת ה' הערט שוין וועגען זיין אויפטוה און זיין בעלעבתישקייט אויף דער וועלט, פעלט עס אין זיין קבלת עול. איך האב נישט געזאגט קיין מציאות נאר אז אזוי איז מסברא. קודם דער אבן היסוד און נאך דעם נאך א שטיין, ביז צום שפיץ. און אויב מ'בויט דער שפיץ פאר'ן יסוד, צופאלט עס, ניין?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
ברם צריך להיות לזכרון תמיד ראשית העבודה ועיקרה ושרשה. והוא כי אף שהיראה היא שרש לסור מרע והאהבה לועשה טוב...
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וואס איז דיין מיינונאג וועגן לערנען מיט א קינד מסילת ישרים?
גראד פין אנפאנג שרייבן "שהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' ולהנות מזיו שכינתו" ?
דיין רבי האט אויסגעלאזאט דעם "ועתם תהי׳ לי ממלכת כהנים וגוי קדוש"?
מאכט דאס נישט דעםמענטש דער צענטער פונ'ם געשעפט?
דו האסט א פוינט מיט וואס דו שרייבסט - אבער דאס איז נישט חסידות בכלל אדער חב"ד בפרט.
ס'דא היינט פארשידענע new age סאדא-חסידות מענלי בעסעד אויף ר' צדוק און ר' נחמן וואס זענען גילטי מיט וואס דו שרייבסט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
לעיקוואד האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי מען גייט זיך דא דינגען אויב איר גייט פשוט שרייבען אייערע הנחות אלץ מציאות און זיך נישט רעכענען מיט וואס די חסידים אליינס זאגן. וואס איז שלעכט אויסצולערנען אפילו פאר קינדער אז עס איז דא העכערס פון סתם מקיים זיין גזרת המלך ווי ער וואלט געווען א דיקטאטור כחוק בלי טעם נאר די תורה ומצוות האט אויך א פנימיות'דיגער טעם און מובן וואס מען דארף זיך מחבר זיין דערצו? וואס פאלט אייך איין עס איז סותר דער ענין פון קבלת עול אלץ דער ערשטער טריט?
אפשר פארקערט, די וואס מאכן א דגש נאר צו שטארק אויף קבלת עול בראקן אריין אז עבודת השם מוז זיין טרוקן כאילו דער תורה איז עפעס א ספר חוקים וואס מען מוז פאלגן ווי קליינקעפיגע קנעכט און עס טאר נישט האבען קיין שום געשמאק אדער לעכטיגקייט. און אפילו ווען ער לערנט שוין יא די פנימיות נעמט ער עס אן מיט אזא זויערקייט אז עס פארגייט די גאנצע אפעטיט. איז אסאך בעסער אז פון אנהייב איז מען מחנך ביידע חלקים סיי אהבה סיי יראה סיי די חיוב פון פאלגן די תורה גם כשאין לה טעם און סיי די טעם און געשמאק פון קיום התורה והמצוות.
דער קשר פוון יא חומרות נישט חומרות צו דער שמועס לא הבנתי בכלל.
איך האב מיך שוין פין לאנג פארלוירן דא אין דעם שמועס. ס'איז שוין צו טיף פאר מיר. בקיצור, איך וועל שוין קיין ליבאוויטשער נישט ווערן. אבער איך וויל מיך נאר באציען צו לעקוואד'ס ווערטער אז מ'דארף מחנח זיין אויף אהבה מיט יראה צוזאמען. איז אזוי, שטייט אינעם הייליגער בית אהרן (ויחי) אז קודם דארף זיין כשור לעול, דאס הייסט, אפילו אויב מ'פילט נישט קיין טעם, דארף מען עס טון אן א טעם. און נאכדעם איז כחמור למשא, אז דער טעם וועט שוין ציקומען.
למעשה, דער בית אהרן וואלט נאך געווען א דעה יחידאה. אבער אסאך ספרים זאגן אז הגם אהבה איז קודם ליראה, דאך דארף מען קודם האבן אביסל יראה נאך פאר די אהבה. און ס'קען גאר זיין אז דאס איז דער חילוק פון יראת העונש און יראת הרוממות.
דער בית אהרן רעדט אפשר פון עפעס אנדערש, אבער לגבי חינוך קומט אויס דער זעלבער.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
בן אדם האט געשריבן:למעשה, דער בית אהרן וואלט נאך געווען א דעה יחידאה. אבער אסאך ספרים זאגן אז הגם אהבה איז קודם ליראה, דאך דארף מען קודם האבן אביסל יראה נאך פאר די אהבה. און ס'קען גאר זיין אז דאס איז דער חילוק פון יראת העונש און יראת הרוממות.
אין די תניא'ס יראה זעה איך נישט קיין יראת העונש
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel