1. לעצטנס איז דא ארויפגעשטעלט געווארן א ווידעא איבער א טור אין וויליאמסבורג דורך א געוויסן מאן דהוא. באלד אנהויב פון דעם טור שטעלן זיי זיך אפ ביי א גרויסן אדווערטייזמענט פלאקאט פון פוקס שטריימעלעך, און די צוויי באמערקן אן אפענעם טעות, אנשטאט "אין ביהמ"ד" שטייט "און ביהמ"ד".
כאטש די גאנצע טור זעט אויס אנגעפיקעוועט מיט פורים תורות, איז דאס אבער א וויכטיגע אבזערוואציע. אין דער צייט וואס די גראמטיק אין אויסגאבעס זענען פארהעלטניסמעסיג אויסגעהאלטן, איז אבער די גראמאטיק ביי אונזערע עד בדיוטא התחתונה.
דארט שמייכלען זיי זיך גאנץ פיין אונטער פון דעם מארקעטינג סלאגאן "די שענסטע שטריימל אין שול", ווי דער עיקר איז "צו זיין א זאך אין שול" מיט א שיינע שטריימל.
אונזער מארקעטינג אינדוסטריע בכלל פאדערט א גרינטליכע אנאליז, וואס איך פלאן צו שרייבן ווען איך ענדיג אלע מיינע פראיעקטן... בכל אופן האף איך דא ארויפצושטעלן מיינע מארקעטינג אבזערוואציעס.
הויפטזעכליך דארף באטאנט ווערן די שטריימל אדווערטייזמענט אינדוסטריע, ווי איינער שטייגט איבער דעם צווייטן מיט טפשות און אאומקאמפענטענץ. אזא טעות ווי "עקסלוסיוו" אנשטאט "עקסקלוסיוו" האט געקענט אנגיין פאר וואכן און חדשים אן איינער זאל באמערקן.
די טפשות אווארד גייט פאר "שטריימל סענטער". איך קען נישט סובל זיין זייער קינדערישער קאמפיין, און זייער לעצטיגער סלאגאן "וואס זאגט די גאס?" דארף גרוילן יעדן רעכטדענקיגן מענטש.
און ווער עס קען מיר מסביר זיין די מארקעטינג קאנצעפט פון דעם קרויס עד: "אליין אין וואלד", וועל איך בלי"נ ארויסנעמען פאר א לאנטש!...
אליין אין וואלד איז א נאמען פון א בוך און א פאסיגער נאמען פאר א שפיל, גיי פארשטיי וואס עס האט מיט שטריימלעך.
לא תם ולא נשלם.
איך וויל איינלאדענען [tag]ראשעקאל[/tag] צו דעם אשכול. איך בין זייער לאו טעק, אויב דו קענסט פרובירן צו שטעלן די בילדער ווען איך באהאנדל אן אדווערטייזמענטס, וועט עס פיל ארויסהעלפן פאר דער הצלחה פון דעם אשכול.
כוכב'ס מארקעטינג אבזערוואציעס
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
בוני עולם קאמענטארן
דער בוני עולם דינער איז דער אסקאר-אווענט פון חסידישן יאר, דער גרעסטער דינער פון חרדישע אידן. היות ס'איז נישטא קיין סעלברעטיס, קיין אנצוגן צו באטראכטן, און ניטאמאל א פאסיגן האוסט וועלן מיר מוזן שטעלן דעם פאקוס אויף עטליכע מינדערוויכטיגקייטן.
בוני עולם איז איינס פון די סוקסעספולסטע געשיכטעס אין חרדישע מארקעטינג און ברענדינג, א מוסד וואס האט אין א געוויסן זין איבערגעשריבן די וועג פון חרדישע שנאר; פארמישט די קארטן פון פריאריטעט פון צדקות, איבערלאזנדיג די רבי מאיר בעל הנס פושקעס זשאווען; געהעכערט די השגות אין צדקה ארויסשלעפנדיג מיליאנען פון עשירים און הונדערטער דאלער פער אלגעמיינער עמך יחיד וואס זיין אמאליגע השגה אין נתינה איז געווען חי דאלער; און אריינגעברענגט די עקסטרעוועגאנטע דינערס און דראמאטישע פראגראמען וואס יעדער מוז נאכמאכן.
דער ציל פון א דינער איז צו ברענגען אויפמערקזאם צום מוסד און איז בעצם נישט מער ווי א מארקעטינג-טול. דעריבער פרובירט מען אלעמאל אויפצוקומען מיט פרישע חידושים און ספינס אבי צו שלעפן דעם ציבור'ס אטענשאן צו בוני עולם.
האט איר מיינע קאמענטארן:
רופא חולים, דער ראנער-אפ פון היימישע שנאר און בוני עולם האבן געהאט א פונדעמענטאלע דיפרענץ אין טאקטיק וויאזוי זיי האבן געטארגעט דעם עולם. אין דער צייט וואס בוני עולם האט געצילט דורכ'ן זשורנאל, נעמליך, אז דער נדיב זאל וועלן באגריסן אן אנערי, האט רופא חולים סוקסעספול באוויזן אוועקצושטעלן רעטוירנונג קאסטומערס מיט'ן בעטן 360 פער יאר, ווי א יערליכע איינצאלונג געהיטן צו ווערן פונען מלאך המוות..
בוני עולם האט היי יאר פרובירט נאכמאכן מיט'ן נפש קאמפיין. צו בעטן 432 אויפ'ן יאר. ס'איז א גוטע איידיע אבער עס דארף בעסער ווערן אויפגעארבעט.
אינעם דינער זאל זעלבסט: די פאלאס איז געווען א גוטע טויש, די בליטשערס האבן געמאכט א מצב. די לאנטש באקס איז געווען דיסעפוינטינג; דער מגיד קאנטאר פון טיילאנד איז קיינמאל אנגעקומען; די צווייטע שטאק איז געווען הייסער ווי די גיהנום; די דריטע זאל איז געווען חוזק געמאכט פון די מענטשהייט, אויסגעזעצט מענטשן ווי ביי א לוי'.
יקיר איז געווען פון איין זייט קארני און אומקלאסיש, (ווער עס וויל זאל הערן וואס ער האט צו זאגן...) יעדע נאמען האט ער געזאגט גרייזיג, ער האט זיך נישט אויפגעהערט אליין צו פארקויפן מיט אדווערטייזן זיינע קאסעטן און בדחנות, און פון דער אנדערער זייט איז ער געווען היימיש און אריגינעל, און אויף א געוויסן פארנעם קאנעקטעד מיט'ן עולם. דער מארמערשטיין איז סתם א קלאון.
אהרן ארי' אייזנבערג איז א קלאסישע וואסער מאלער, אבער איך האב אים שוין געהערט הונדערט און איין מאל; די וואלעי פארקינג איז געווען א מחי' אבער ביז צום זאל האב איך פשוט געבלאנזשעט (זיי וואלטן געדארפט הענגען מאפעס). שלומי און יאנקי האבן געזינגען מורא'דיג פראפעסיאנאל אבער די אויסוואל פון ניגונים איז געווען געפערליך. אויסטערליש בארינג. די זמירות האבן געגריזשעט אויף די נערוון און שיר ושבח האט קיין סאך נישט צוגעגעבן. אווער אלל האט געפעלט א צוזאמנארבעט פון אלע דריי צוזאמען. א דיסעפוינטנינג פרעזענטאציע. די ווידעא פון רב וואזנער געהערט נישט אין די ענטערטעינמענט קאטאגאריע נאר ליבערשט וי נאך א דרשה וכו'.
אוועראלל, א הייליגער צוועק און א גוטע שנאר קאמפיין, אבער א טאטל דיזעסטער אין ברענדינג, געט אוט טו דע וואוט, און די מארקעטינג און פראגראם איז מורא'דיג צוריקגעשטאנען און אוטדעיטעד פון אזויפיל אספעקטן אז נאר, אבער אז עולם גולם אינקלאדינג מיך קומט ממילא זענען זיי גערעכט.

הצלה, קול און די מעשה מיט דער וואלף!
הצלה שרייט שוין נאכאמאל וואלף.
מ'האט אפירגעזוכט דעם שענסטן הצלה מעמבער וואס זאל דינען אלס "מאדעל", מורינו ר' מוישי קיש וועמענס פעך שווארצע געזיכט און זילבערנע פיאות זענען אויסגעהאנגען אויף אלע קאנסטראקשן סייטס. יאסי בלומענפעלד וכת דילי' מאכן אן אייזערנעם זשאב מיט ריזיגע רעקלאמעס אויסנוצונדיג יעדן פסוק וואס "קול" ווערט נאר אין איר דערמאנט. און איך בין נייגעריג וואס וועט זיך אפשפילן אין זאל גופא.
פאריאר און פאר צוויי יאר און ווילאנג איך געדענק נאר איז געווען ממש גיהנומעס. קיין שיף, קיין רודער. א ווירקליכע משוגעים הויז. קיין שום רעספעקט פאר תושבי בארא פארק. מהאט געשטיפט מהאט געשטויסן . אריינגעפאקט די גאנצע שטאט אין אן אומגעקילטן בעיסמענט און אויפגעהאלטן ביז צוויי פארטאגס. לבי אומר לי אז דאס גייט זיך איבערחזרן. איך בין נייגעריג צו סאיז פארהאן איין מענטש וואס שלאפט נישט ביינאכט אויס זארג אז דער דינער זאל זיין א סוקסעס.
די אלע רעקלאמעס וועלן גארנישט העלפן. ווילאנג מיינט הצלה קען מען שרייען וואלף?