בלאט 1 פון 1

אידן אין כלל ישראל אנגעשטעקט מיט זיך אנקוקן נעגעטיוו?

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:36 pm
דורך געוואלדיג
אין ליכט פון די אשכול און לאור די אשכול וואונדער איך זיך פשוט צו וויסן אויב נאר ביי אונז אידן איז דא די מענטאלעטי פון זיך אנקוקן אזוי נעגעטיוו אדער עכ"פ מער ווי אנדערע אזוי ווי עס איז משמע פון די גמרא וואס איך האב שוין היינט נאכגעברענגט צוויי מאל במסתרים תבכה נפשי מפני גוה אמר רב שמואל בר איניא משמיה דרב מקום יש לו להקב''ה ומסתרים שמו מאי מפני גוה אמר רב שמואל בר יצחק מפני גאוותן של ישראל שניטלה מהם ונתנה לעובדי כוכבים. (חגיגה ה:), אדער איז דאס א זאך אין אלע קולטורס זיך צו אנקוקון נעגעטיוו,

די אראבער אדער קריסטן האלטן אויך אז זיי זענען עגאיסטן אדער די פאלנע גוים?

אדער אפשר גאר איז טאקע נאר דער עם הנבחר אזוי געשלאגן מיט עגאיזם און זענען ערגער פון די אבעריגע פעלקער און אוודאי ערגער פון די גוים וואס וואוינען ארום אונז וואס זענען אויסדריקליך נישט קיין עגאיסטן און טראכן כסדר פון אנדערע ווי למשל זייערע דאגיס און אלע בעלי חיים וכדו'?

הבו עצה הלום...

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:45 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג: דו ברענגסט אויף זייער א גוטע נקודה למחשבה. איך אליינס טראכט איבער די זאכן ביני לבין קוני.(ניין. נישט קוני ראטנבערג ע"ה. נאר קוני מיט א חולם..)
נאר איך מיין אז איך האב געטראפן דעם ריכטיגן פשט ומהלך הדברים. והנה: די גוים, קריסטן און אראבער און אלעס אינצווישן זענען זיכער, ברובם הגדול א סאך ערגער פון אונז. נאר פון זיי וועלכע האבן נישט קיין תורה ומצוות קען מען נישט דערווארטן עפעס בעסער. ס'איז א פשיטא אז א פראסטער גוי האט נישט קיין מידות און איידלקייט. ער האט נאר זיך און זיינע אייגענע תענוגי עולם הזה אינזין. אבער אונז אידן, וועלכע דארפן דאך יא צו זיין איידל, קענען מיר כאטש מאכן א חשבון הנפש פארוואס ס'איז נישט אייביג אזוי...!

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:54 pm
דורך Milk shake
הגה: נישט כלל ישראל, בלויז יחידים, וואס זענען גאנץ "אנגעליינט", און מיט זייער קאמפלעקס געמישט מיט זייער געגעטיוו וועג פון טראכטן קומט ארויס אזעלכע אויסברוכן.

במחכ"ת, דיין קעפל דארף אויך נישט זיין געוואנדן צו "גאנץ כלל ישראל", יחידים.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:04 pm
דורך מאטי
און אפשר איז כלל ישראל פשוט א נוגע בדבר צו יעדע צד.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:10 pm
דורך קאצקע ציקער
Self hating Jews!!

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:26 pm
דורך קאסטנער
אויך געטראכט דערפין ביים ליינען יענע אשכול, עס מאכט סענס אז נאך אזויפיל שפעט אין ליצנות געוואנדען צי אינזער צייט זאלן מיר דעוועלאפן א קאמפלעקס אז אינז זענען ריין שלעכט עגא, אבער מען קען עס נישט נעמען צי קיין שום עקסטרים נישט אז אינז זענען נאר בישביליס אין אויך נישט אוועק מאכן אז מיר זענען כולו ריין, ביי א יעדע פאלק פאלט אריין פין אלעם "אבער ביי א יעדע פאלק דארף מען עס טאקע פארעכטן"

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 7:12 pm
דורך געוואלדיג
Milk shake האט געשריבן:הגה: נישט כלל ישראל, בלויז יחידים, וואס זענען גאנץ "אנגעליינט", און מיט זייער קאמפלעקס געמישט מיט זייער געגעטיוו וועג פון טראכטן קומט ארויס אזעלכע אויסברוכן.

במחכ"ת, דיין קעפל דארף אויך נישט זיין געוואנדן צו "גאנץ כלל ישראל", יחידים.


דאס איז די ווערטער שפיל ווי די אנדערע אשכול נעמט יחידים און מאכט דאס פאר כלל ישראל, אויפן זעלבן וועג האב איך געטוהן און דאס טאקע געמיינט.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז דאס אנדערש פון די אלע מוסר דרשות און של"ש תורות וואס מ'האלט אונז און איין קריטיקירן, און ווער רעדט נאך פון די פולע קול קורא'ס וואס איז אנגעהאנגען און אונזערע גאסן.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 8:37 pm
דורך געוואלדיג
נו ווייל איך קען נישט לינקען צו די מודעות האב איך זיי נישט געמיינט? ועוד דא איז מען מער אפענע קעפ וואלט איך ערווארטעט זיך צו אנקוקן מער פאזעטיוו.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 8:53 pm
דורך מפוזרי
ס'איז נישט קיין סתירה, זיך כסדר אנקוקן נעגעטיוו קומט אויך פון עגאאיזם.
אויף די סלאנימ'ער גייט א וויץ אז זיי מיינען אלץ זיך, אפילו ווען זיי זאגן '' להפנות אליך כל רשעי ארץ '' מיינען זיי אויך נאר זיך.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 9:48 pm
דורך שמעקעדיג
סעלף העיטינג דזשוס איז נישט די ריכטיגע אויסדרוק לענ"ד.
קיינער האט זיך נישט אליין פיינט.
וועסט נישט טרעפן צב"ש איימיצער וואס רייכערט און באקלאגט זיך הלמאי כלל ישראל רייכערט.
מען רעדט זיך אפ נאר אויף א צווייטנס חסרונות. דאס איז נישט סעלף העיטינג.
ליבערשט געשלאגן אויף ואהבת לרעך כמוך. יעדער האט חסרונות.

למען האמת איז גוט אז מען איז מעורר. וקבל את האמת ממי שאומרו. נאר עס דארף נישט זיין אויף אזא נעגאטיוון אופן. אבער בעצם האב איך הנאה, פאראן ליידער אסאך וואס מעגן הערן די מוסר דרשות. הלואי זאל עס אויפטון.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 10:56 pm
דורך איך אויך
ברוד מאוד כשמש אז יא. און נישט נאר ביי די פרומע חלק אידן ,געב נאר א הער די אלע קאמעדי שאוס און ארטיקלן פון אידישע קאמידיענס וואס זענען טשאק פול מיט סעלף-דיפרישיעיטינג הומאר ,ביי קיין שום אנדערע אומה ולשון הערט מען נישט אזאנס.

נאר דא אויף ק''ש קומט צו א עקסטערע באנוס ווייל זיי מיינען נעבעך עס איז קיהל צו זיין א שונא ישראל און ווער רעדט נאך פון א שונא חרדים לתאבון איז ממש א הירא.

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 10:59 pm
דורך מאטי
שחורים מאכן חוזק פון שחורים, פארהייראטע פון הייראט, וכן הלאה. הלזאת נקרא קאמידיע.

Re: איז כלל ישראל אנגעשטעקט מיט זיך אנקוקן נעגעטיוו?

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 11:01 pm
דורך אויסגערוט
איך אויך האט געשריבן:ברוד מאוד כשמש אז יא. און נישט נאר ביי די פרומע חלק אידן ,געב נאר א הער די אלע קאמעדי שאוס און ארטיקלן פון אידישע קאמידיענס וואס זענען טשאק פול מיט סעלף-דיפרישיעיטינג הומאר ,ביי קיין שום אנדערע אומה ולשון הערט מען נישט אזאנס.

נאר דא אויף ק''ש קומט צו א עקסטערע באנוס ווייל זיי מיינען נעבעך עס איז קיהל צו זיין א שונא ישראל און ווער רעדט נאך פון א שונא חרדים לתאבון איז ממש א הירא.

דעס איז גראדע נישט אמת. ביי אסאך אנדערע איז עס אויך דא ווי למשל ביי די שווארצע און היספאנישע קאמעדי שויס איז א נארמאלע זאך חוזק צו מאכן פון זייער נאטור

נשלח: מיטוואך אפריל 15, 2015 11:04 pm
דורך איך אויך
אביסל געוויס יא אבער נישט גאנצעטע שאוס וואס איז איין שטיק זעלבסט קאמעדי דאס איז נישט דא ביי קיין איינעם פון זיי.