בלאט 1 פון 1
תיקון כללי אדער תפיסה?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:45 pm
דורך דוד בער
אין ספר המידות לר"נ מברעסלעוו {ערך נאוף, אות לג} שטייט אז מי שעובר על משכב זכר, על ידי זה נתפס בתפיסה.
זעהט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז תיקון הכללי העלפט נאר ווען מ'זינדיגט חלילה בינו לבין קונו אבער פאר משכב זכר קומט זיך תפיסה.
Re: תיקון כללי אדער תפיסה?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:55 pm
דורך עדיאל
אפשר נאר אויב מ'זאגט נישט קיין תיקון כללי?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:56 pm
דורך לית דין בר נש
על ידי זה נתפס בתפיסה מיינט אז ער ווערט נענש מיט תפיסה?
אדער ער ווערט פארכאפט אין א אייגענע תפיסה? לכאורה מיינט עס אז ער ווערט פארכאפט אין א תפיסה אין זיך אליין און זיך ארויסצוזעהן פון דער תפיסה זאגט מען תיקון הכללי והכל על מקומו יבא בשלום
אין א זייטיגע נאטיץ משכב ז.. איז נישט בינו לבין קונו??? ער רעדט נישט פון קיין מאנס, א מאנס איז בין אדם לחבירו אבער סתם ברצון איז בינו לבין קונו
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:59 pm
דורך הבא ללמד
פשטות פין דע תיקון הכללי איז געמאכט נאר פאר א מקרה לילה ניטאמאל פאר מוז"ל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
ווער זאגט אז נתפס בתפיסה האט מיט א תיקון אנגעלייגט ?
אפשר מיינט עס א פאקט אז ווער עס פאטשקעט אין די ענינים קומט צום סוף אן אין תפיסה ,
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:12 pm
דורך הבא ללמד
קענסט נאך זאגען מער ווער עס פאטשקעט מיט דע ענינים איז בעצם און תפיסה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:51 pm
דורך [NAMELESS]
וואס אן אמת איז, אז דער ספר המידות זענען ע"פ רוב נישט קיין אייגענע געדאנקען, נאר וואס ער האט צאמגעקליפן מפי ספרים וסופרים שוין פון ווען ער איז געווען יונג. וכמש"כ תלמידו ר' נתן.
ממילא קען זיין אז דאס האט ער נאכגעשריבן פון א צווייטן.
[וכמו"כ י"ל, שכתבו קודם שיסד ענין תיקון הכללי].
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 4:58 pm
דורך שמעון וואלף
לית דין בר נש האט געשריבן:אין א זייטיגע נאטיץ משכב ז.. איז נישט בינו לבין קונו??? ער רעדט נישט פון קיין מאנס, א מאנס איז בין אדם לחבירו אבער סתם ברצון איז בינו לבין קונו
וואס איז דיין פראבלעם ארויסצושרייבן משכב זכר?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:03 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז א קרוב משפחה מיטן ח', פאר די וואס האבן מורא צו זאגן 'חרם'...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
וייתכן לפרש שאין הכוונה בדווקא תפיסה ואם שוהה בהולנד יצא ידי חובתו ויכול להישאר שם כל ימי חייו
נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:20 pm
דורך [NAMELESS]
אתא קלילא האט געשריבן:וייתכן לפרש שאין הכוונה בדווקא תפיסה ואם שוהה בהולנד יצא ידי חובתו ויכול להישאר שם כל ימי חייו
וכן יובא בספר המדות מהדו"ח.
נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:23 am
דורך petergrifin
אדנירם האט געשריבן:וואס אן אמת איז, אז דער ספר המידות זענען ע"פ רוב נישט קיין אייגענע געדאנקען, נאר וואס ער האט צאמגעקליפן מפי ספרים וסופרים שוין פון ווען ער איז געווען יונג. וכמש"כ תלמידו ר' נתן.
ממילא קען זיין אז דאס האט ער נאכגעשריבן פון א צווייטן.
[וכמו"כ י"ל, שכתבו קודם שיסד ענין תיקון הכללי].
איך אמאל געלײנט עפעס דערװעגן אז דער אויפטו פון רבי נחמן זצ״ל תיקון כללי איז אז ביז איהם איז עס נישט געװען אין דער בעסטע
סדר ( דער קאפיטלעך תהילים), נאר ער האט עס מסדר געװען דער װעג עס דארף צו זײן.
נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 6:22 am
דורך לעיקוואד
ערגעץ האב איך שוין געשריבען איבער דער ספר המדות ביחס לשאר ספרי הר"ן אפשר אפילו ביחס צו אן ענליכע נקודה. לפי שעה טרעף איך עס נישט ביים ר' לערי. דאכציך אויב מען מעג מלמד זכות זיין אויף מ"ז? @ברסלבער געדענקסט?
עכ"פ מקען נישט פרעגן אזוינע קשיות ואין למדים הלכה מפי ספר המדות.