בלאט 1 פון 1

אייגענע געדאנקן – טעגליך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:07 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
ברוכים הבאים צו נייעם אשכול "אייגענע געדאנקן – טעגליך"

יעדער האט צומאל טיפע געדאנקן וואס בליצען אויף אין מוח, על הא ועל דא, אבער ס'האט נישט קיין פשט צועפענען א באזונדערע אשכול, און דערפאר בלייבט עס פארשלאסן אין די טיפע קעמערלעך אין מוח, און צומאל פארגעסט דער בעל מחדש אליינס אויך. ועל זה אמרו חכמים ווי על דאבדין. עס איז ממש א שאד ס'זאל נישט ווערן פאראייביגט עלי אשכול בתוך הקאווע שטיבל.

צווישן אזויפיהל קלוגע ניקס, וואס דרייען זיך טעגליך אדורך דא אינעם שטיבל, איז זיכער אז די אשכול וועט כסדר ווערן פארפלייצט מיט טיפע און בליציגע אייגענע געדאנקן –טעגליך.

נ"ב ביטע צוצייכענען אן אות צו יעדן געדאנק, אז ווען איינער וויל מגיב זיין, זאל מען וויסן אויף וואס ער גייט ארויף

א

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:07 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
ס'מיר היינט בייגעפאלן, אזא געדאנק
נאכדעם וואס אדם הראשון האט עובר געווען אויפן ציווי השם, און געגעסן פונעם עץ הדעת. האט אים גאט באשטראפט, מיטן קללה וואס אונז ליידן נאך עד היום 'בזיעת אפיך תאכל לחם', פון היינט און ווייטער אז מען וויל האבן פרנסה, מוז מען פארדעם שווער ארבעטן.

האב איך געטראכט, עס איז גארנישט קיין קללה, ס'איז פשוט א טובה וואס גאט ב"ה האט געטוהן פאר אדם הראשון. וויבאלד אדם האט געגעסן פון עץ הדעת, כידוע בספרים, אז דאס האט אים ערוועקט די תאוות המשגל. און כידוע אז א לב פנוי מן החכמה, אויב איז מען נישט ביזי איבערן טאג, אז מען האט איבעריגע צייט, וואס ס'געשעהט, אזוי חז"ל זאגן אין פרקי אבות פ"ב , "רבן גמליאל בנו של רבי יהודה הנשיא אומר, יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ, שיגיעת שניהם משכחת עוון; וכל תורה שאין עימה מלאכה, סופה בטילה וגוררת עוון." און דעריבער האט אים גאט געזאגט 'בזיעת אפיך תאכל לחם'

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:39 pm
דורך שמעקעדיג
אויב וואלט עס געווען נאר א טובה וואלט מען געקענט ארבעטן סתם אזוי, נישט אזוי שווער, נישט אזוי לאנג, מיט מער וואקאציעס, זיך נישט מוטשען אזוי פאר פרנסה, א.א.וו.
עס איז פונקט אזא ברכה ווי בעצב תלדי בנים.
אז ג-ט האט געזאגט קללה, קללה איט איז.
ווי פלעגט די באבע זאגן? ארבעט מאכו די לעבן זיס. אפשר בלשון סגי נהור.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:44 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
האב איך נישט געוואוסט אז די ארבעסט שווער, אנטשילדוגט פאר'ן טרעטן אויף דיין הינער אויג
איך ארבעט ב"ה, אבער נישט שווער

ווייסט די באקאנטע משל פונעם חפץ (ווערט געברענגט אין איינע פון גדי פולק'ס ביכער)

אבער אין אמת'ן אויב די פילסט אז די ארבעסט שווער, טראכט אפשר זאלסטו טוישן דשאב, א דשאב מוז מען אינשויען
מען ארבעט ווייל מען אינדשויט עס, און געלט איז פשוט א תירוץ פאר די ווייב

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:37 pm
דורך שמעקעדיג
נו אדרבה, האסט א דזשאב פאר מיר?... :P

עכ"פ לאמיר נישט פארקריכן פון די "געדאנקען". לאמיר הערן ווייטער און זיך דערקוויקן.

ב

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:28 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
פרעגט מיר היינט איינער, ווי איז שייך צוזאגן, אז די גוים זענען פונקט ווי בהמות

בין איך אים מסביר דאס אז די גוים זענען בהמות, דאס האב איך נישט מחדש געווען, דאס האבן די גוים אליינס מחדש געווען
ווי זיי זענען מסביר, אז 'יומען', זענען א געוויסע סארט פון די משפחה פון מאלפע'ס
Human.PNG
Human.PNG (45.11 KiB) געזען געווארן 1046 מאל


איך ציה מיך פשוט ארויס פון דעם כלל אין איך האלט אז איך בין א מבחר הבריאה, וואס גאט האט אליינס באשאפן.

ג

נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2015 10:29 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
ווי אזוי קען זיין, בית שמאי האלט ס'איז אסור, און בית הלל האלט אז ס'איז מותר, ממה נפשך, די אמת קען דאך נאר זיין 'איינס', אויב אזוי מוז זיין אז איינער האט גערעדט שקר בטעות, אדער בית שמאי אדער בית הלל

אבער די אמת, אז יעדע הלכה, לדוגמא, מען טאר נישט עסן חמץ אום פסח, דאס איז נישט קיין אבסאלוט זאך, ס'איז נישט קיין פאקט. נאר רעלאטיוו צו אונז אידן וואס גאט האט אונז געגעבן די תורה, רעלאטיוו צו אונז איז די הלכה אז מען טאר נישט עסן חמץ פסח.
לויט דעם איז פשוט, סיי בית שמאי און סיי בית הלל זענען גערעכט, ווייל רעלאטיוו צו בית שמאי איז די הלכה 'באמת' אזוי, און רעלאטיוו צו בית הלל איז די הלכה 'באמת' אזוי, אלו ואלו דברי אלוקים חיים. און נאכער רעלאטיוו צו עם ישראל פסק'נט מען ביי רוב מחלוקת כדברי בית הלל.

ד

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 12:59 am
דורך רויטע וואנצעס
לא לחכמים לחם, פארוואס? ווייל דער חכם טראכט צו אסאך און מאכט חשבונות, האט ער נישט די קוראזש אריינצוטאנצן אין ביזנעס.

נשלח: פרייטאג מאי 15, 2015 10:23 am
דורך דוק ותשכח
פעם אחת, ניגש הרב שלמה מראדומסק ללמדן אחד, שהיה ידוע בתאוותו לכסף, ושאל אותו: "כמה עמודי גמרא למדת היום?
- "שישה עמודים".
- "כתוב ווי העמודים וחשוקיהם כסף, כלומר - למדת ו' עמודי גמרא, ועדיין יש לך חשק לכסף?!"

פשט איז, זיין תאוה צו געלט ווייזט אז דאס לערנען איז אויך לשם תאוה (כבוד צו כדומה)