בלאט 1 פון 6

ראה את הברכה אשר אני נותן לך. לך, להנאתך ולטובתך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:16 pm
דורך [NAMELESS]
לכבוד ידידינו היקרים תושבי קאווע שטיבל והגלילות.

לאור מיין ארטיקל דא: viewtopic.php?f=4&t=8655#p266187, וואס דער עולם האט ב"ה אויפגענומען מיט צופרידנהייט. האב איך געטראכט, אז אפשר וואלט דער עולם הנאה געהאט פון געוויסע פראפיילן וואס כ'וויל מאכן אויף באקאנטע - אבער אינטרעסאנטע - אידן.

פארשטייט זיך אז אויב יא, וועט דאס בעז"ה קומען מיטן גאנצן קנאק, מפורש ומפורט אויף אפאר קאפיטלען. און דערפאר, דארף איך וויסן בעפאר אויב ס'וועט זיין פאראינטרעסירטע דערינען, ווייל אויב נישט איז א שאד די צייט.

ממילא האב איך א געדאנק: איך וועל אראפברענגען אין די נעקסטע פאר תגובות, די אישי הציבור וואס איך וויל באשרייבן, און כ''וועל זען לויט די תגובות ולייקס של הציבור, אויב ס'איז גענוג ווערט זיך אפצומוטשענען אראפצושרייבן זייערע קורות החיים.

און צום לעצט, די תגובה וואס גייט האבן די מערסטע לייקס/נאכפראגעס, וועט אי"ה זיין די ערשטע, און אזוי וועט מען גיין כסדר. אבער כנ"ל, כ'דארף אן ערנסטער התייחסות צו יעדע תגובה כדי דאס זאל חלק פון מיין פראיעקט.

זעטס און האטס הנאה!!!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:17 pm
דורך געוואלדיג
חזק ואמץ מיר ווארטן מיט שפאנונג

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
וזה החלי:

א באשרייבונג אויפן אמשינאווער רבי'ן* שליט"א, וואס איז א פייערדיגער עובד ה' אויסגעמישט מיט אן עילוי'אישן מח.


[center]תחת הכותרת:
"עמוד האש האחרון? - הגה"ק הרבי מאמשינוב שליט"א.[/center]




*גילוי נאות: א שיינע פאר יאר פון מיין לעבן האב איך געאטעמט אמשינאוו [היינט שוין נישט אזוי שטארק], און כ'קען דאס פון אביסל אן אינערליכן בליק.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:24 pm
דורך געוואלדיג
מסתם וועט דאס זיין גאנץ אינטרעסאנט און איז זיכער ווערד א אנאליז.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
א באשרייבונג אויפן וועלט בארימטן משפיע, הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן* שליט"א, א בארימטער בעל אגדה און באהאלטענער גאון.


[center]תחת הכותרת:
"המשפיע שמואס בגינוני כבוד - הגה"צ רבי אלימלך בידרמן שליט"א.[/center]




*גילוי נאות: שוין ארום 10 יאר צוריק, האב איך אנגעהויבן האבן שייכות מיט דעם איד, עד עצם היום הזה ב"ה, און כ'קען דאס פון אביסל אן אינערליכן בליק.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:36 pm
דורך [NAMELESS]
א באשרייבונג אויפן אזוי גערופענעם 'מייסד תנועת ההשכלה', משה מענדלסאהן, המכונה: רמ"ד, משה דעסויער, ורמבמ"ן.


[center]תחת הכותרת:
"כנגד ארבעה שיטות במשה מענדלסאן דיברה תורה:
אחד קראו חכם, אחד רשע, אחד תם, ואחד שאינו יודע לשאול" .
[/center]

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:43 pm
דורך [NAMELESS]
קטעי זכרונות שראה אבי מורי בעצמו לפני 30 שנה*, אויף וועלט בארימטע גדולי ישראל א שטייגער ווי דער סטייפלער, רבי גדלי' נדל, רבי יענקל'ע גאלינסקי, זצ"ל. ולהבחל"ח הרב שטיינמאן, רבי חיים קניבסקי, ועוד.


[center]תחת הכותרת:
"ערשט-האנטיגע אנקעדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א, פון איבער 30 יאר צוריק".[/center]




*לידיעת הציבור: כ'האב דאס שוין אמאל מפרסם געווען אין לשה"ק בפונדק אחר, און דער עולם האט הנאה געהאט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:45 pm
דורך שמעקעדיג
מענדלסאן?

viewtopic.php?f=8&t=3812

(אגב, פארוואס איז עס "ברכה"?)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:מענדלסאן?

viewtopic.php?f=8&t=3812

(אגב, פארוואס איז עס "ברכה"?)

כ'בין דאך נאך א גרינער, און כ'האב עס נאכנישט געזען. עמיר עס דארפן ליינען און זען אם יש מה לחדש בנושא. וייש"כ על ההפנייה.

(אפשר איז עס ברכה, ווייל כ'וועל אים באשמוצן? און אפשר ווייל כ'וועל דיך אויפקלערן?... גיי ווייס. וואסאמאל זיכער, אז ארויסהאבן א נושא על בוריה איז זיכער א ברכה!).

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:52 pm
דורך [NAMELESS]
לכאורה ביז מארגן וועט די בילד זיך אויסקלארן, און דערנאך וועט קומען די החלטה, אויב עפעס וועט ארויפגיין - און אויב יא, וואס ערשט.
אויב ס'וועט זיין א נאכפראגע, וועט אי"ה זונטאג זיך אנהייבן אן אשכול על אחד מאישים הנ"ל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:14 pm
דורך געוואלדיג
אדנירם האט געשריבן:א באשרייבונג אויפן [size=150]אזוי גערופענעם 'מייסד תנועת ההשכלה', משה מענדלסאהן, המכונה: רמ"ד, משה דעסויער, ורמבמ"ן.[/size]


[center]תחת הכותרת:
"כנגד ארבעה שיטות במשה מענדלסאן דיברה תורה:
אחד קראו חכם, אחד רשע, אחד תם, ואחד שאינו יודע לשאול" .
[/center]


?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:23 pm
דורך [NAMELESS]
רבי גדלי' נדל,

איך האלט אז דו זאלסט עם באשרייבן צום ערשט, היות עס איז נאכנישט דא א שלימות'דיגע באשרייבונג -פראפייל אויף עם אן קיין נגיעות, און מען ווייסט כמעט נישט היינט זיין אמת'ע גדלות,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:44 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:א באשרייבונג אויפן [size=150]אזוי גערופענעם 'מייסד תנועת ההשכלה', משה מענדלסאהן, המכונה: רמ"ד, משה דעסויער, ורמבמ"ן.[/size]


[center]תחת הכותרת:
"כנגד ארבעה שיטות במשה מענדלסאן דיברה תורה:
אחד קראו חכם, אחד רשע, אחד תם, ואחד שאינו יודע לשאול" .
[/center]


?

ר' [tag]געוואלדיג[/tag], כ'שטעל מיך פאר, אז דיין סימן שאלה איז איבער דעם מאדנעם כותרת וואס כ'האב געמאכט.
די ענטפער איז, אז - אנדערש ווי אנדערע וואס האבן אים באשריבן - האב איך אים געוואלט באשרייבן פון פיר אנדערע ריכטונגען. לויט די פארשידענע מיינונגען וואס זענען דא אויף אים. צו ער איז געווען אן ערליכער איד מיט גוטע כוונות, אדער סתם א חכם שהשאיר אחריו תלמידים, אדער א רשע א קרומער, אדער איינער מיט גוטע כוונות אבער פארט אן אויבערחכם. וזהו הכונה של ארבעה בנים.
אבער נאך [tag]שמעקעדיג[/tag]'ס לינק, ווייס איך נישט צו כ'וועל אים באשרייבן. כ'דארף ערשט איבערגיין די חומר פון דארטן צו זען אם מקום הניחו לי להתגדר.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:47 pm
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:
רבי גדלי' נדל,

איך האלט אז דו זאלסט עם באשרייבן צום ערשט, היות עס איז נאכנישט דא א שלימות'דיגע באשרייבונג -פראפייל אויף עם אן קיין נגיעות, און מען ווייסט כמעט נישט היינט זיין אמת'ע גדלות,

כ'האב קלאר געשריבן אז כ'מאך נישט קיין פראפייל אויף אים, ער וועט סך הכל דערמאנט ווערן צווישן די אנדערע קטעי זכרונות.

אבער אולי יבוא יומו, אז כ'זאל אים ארויסנעמען פון באקס, גוט אפשטויבן פון אלע שמוץ וואס מ'האט ארויפגעקלעבט אויף אים, אזוי אז ער זאל גלאנצן מיט זיין גאנצן פראכט!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 7:44 pm
דורך כוכב
אדנירם, די תאווה ברענט שוין, האסט אונז גוט אנגעדרייט, נעם דיך איבער איינס פון די פריערדערמאנטע אישים און שטעל אהער איינס אבער א גוטס אז סזאל טאנצן די געהירן.

Re: ראה את הברכה אשר אני נותן לך. לך, להנאתך ולטובתך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 7:52 pm
דורך א איד
קען איך שוין קוים ווארטן אויף די באשרייבונגען
עס ווען זיין אין אידיש אוודאי, יא?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:05 pm
דורך [NAMELESS]
נעוואדע!


---------------
דערווייל שטייט דער אמשינובער ביים שפיץ פארמעסט, און כפי הנראה דער איינציגסטער וואס גייט באשריבן ווערן, אנלעס דער עולם לייקט די אנדערע תגובות אויך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:17 pm
דורך chusid
קענט וועיט!!!! איך וואוט אז דער אמשינאווער זאל זיין די ערשטע ווייל איך ווארט שוין יארן אויף א ראציאנאלע באשרייבונג אויף אים.... נאך א איידיע אויף א באשרייבונג איז פראפעסער ישעיה ליבוביטץ .

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:42 pm
דורך שמעקעדיג
דער אמשינוב'ער ארטיקל וועט זיין רעדי 2 וואכן נאכן ענדיגן, כדרכו בקודש.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 8:48 pm
דורך מפוזרי
איך בין אינטרעסירט אין אלע (כ'האב געלייקט אויך..) אבער ס'זאל זיין ריכטיג ארומנעמנדיגע ארטיקלן, נישט נאר ווי א חסיד אויף א רבי'ן. (כמעשה פה-סח).

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 9:52 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אדנירם האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
רבי גדלי' נדל,

איך האלט אז דו זאלסט עם באשרייבן צום ערשט, היות עס איז נאכנישט דא א שלימות'דיגע באשרייבונג -פראפייל אויף עם אן קיין נגיעות, און מען ווייסט כמעט נישט היינט זיין אמת'ע גדלות,

כ'האב קלאר געשריבן אז כ'מאך נישט קיין פראפייל אויף אים, ער וועט סך הכל דערמאנט ווערן צווישן די אנדערע קטעי זכרונות.

אבער אולי יבוא יומו, אז כ'זאל אים ארויסנעמען פון באקס, גוט אפשטויבן פון אלע שמוץ וואס מ'האט ארויפגעקלעבט אויף אים, אזוי אז ער זאל גלאנצן מיט זיין גאנצן פראכט!

צומאל איז די שמוץ וואס מען פרובירט מיט אלע כוחות אראפשטויבן, די ריכטיגע גלאנץ און פראכט פונעם מענטש, ודו"ק.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 10:34 pm
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:איך בין אינטרעסירט אין אלע (כ'האב געלייקט אויך..) אבער ס'זאל זיין ריכטיג ארומנעמנדיגע ארטיקלן, נישט נאר ווי א חסיד אויף א רבי'ן. (כמעשה פה-סח).

תפסת מרובה לא תפסת.

כ'גיי אפשר נישט רעדן ווי מנשה פילאפף רעדן וועגן סאטמארער רב, אבער כ'גיי אודאי נישט באזינגען קיין חסרונות אויפן אמשינאווען רבי [כ'האלט דאך פארט אז דער איד איז אן איש קדוש]. מעמיר פרובירן צו זיין דאס מערסטע אביעקטיוו שייך. וואס איז זיכער, אז כ'גיי נישט דערציילן סתם מופתים אין די וועלט אריין, אדער ווישן זאכן אונטערן קארפעט [ווי אין פה-סח], וד"ל, נאר ענדערש א רייכע ביאגראפישע שילדערונג מיט מיין פרשנות, לאור די אינפארמאציע וואס כ'באזיץ אויפן אמשינובער.

רבי משה מענדלסאהן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 11:39 pm
דורך [NAMELESS]
לדעתי וועט זיין דאס מערסטע אינטערסאנט א באשרייבונג אויפן רמבמ"ן, אויב קענסטו באמת דעקן אלע פיר שיטות בשלימות.

און פארגעס נישט אז ס'איז דא א פינפטע שיטה, אחד קראו "קדוש". ה"ה הגאון בעל שאילת יעב"ץ ז"ל