קיין תירוץ צו פארנאכלעסיגן טענענטס, אבער פארוואס די פאמפע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

קיין תירוץ צו פארנאכלעסיגן טענענטס, אבער פארוואס די פאמפע

שליחה דורך איש צדיק תמים »

פון: JPYiddish Editorial Board

ווידעראמאל זענען חסידישע אידן אין די העדליינס, זייער אן אומבא'טעמ'טע רעאליטעט.

די שטאט דרייט זיך איבער מיט'ן ארעסט אויף עטליכע אידן איבער דעם וואס זיי האבן לאנגע יארן פארנאכלעסיגט די טענענטס אין דירות אונטער זייער אייגענטום. דער ברוקלינער דיסטריקט אטוירני קען טאמפסאן האט היינטיגן דאנערשטאג פאררופן פרעסע קאנפערענץ, וואו עס האבן זיך באטייליגט מיט גרויס פאמפע פילע הויכראנגיקע פאליטישאנס פונעם ברוקלין געגנט און פון איבער ניו יארק סיטי.

עס פארשטייט יעדער בר דעת אז עס איז אן אומ'אחריות, אן אוממענטשליכקייט און א קלארע געזעץ פארלעצונג אז מען זאל זיך ארומווארפן מיט טענענטס און אהערשטעלן פאר זיי דירות אין א געפארפולן און אומהומאניטערישן צושטאנד – נאכדערצו אז דאס איז א געשיכטע וואס ציהט זיך שוין עטליכע יאר און מ'האט איגנארירט פילע ביטעס צו רעפארמירן און איבערמאכן די דירות.

דאס הארץ ווייטאגט אויף די פראבלעמען וואס די אידן מאכן אצינד מיט, אויף די בושה און צער וואס זייערע פאמיליעס, קינדער, קרובים און גוטע פריינט גייען אריבער – טראץ וואס מ'פארשטייט אז דא האנדלט זיך פון א פאל וואס מ'האט געקלערט אז מ'איז העכער פונעם געזעץ און מ'קען זיך אוועקדרייען פונעם שטרענגן האנט פון יוסטיץ.

אונזער ווייטאג איז אבער איבער'ן ברוקלין דיסטריקט אטוירני טאמפסאן. עס איז פארשטענדליך אז ער דארף טאן דעם דזשאב אלס פראקוראר און קעיר נעמען פון די וועלכע פארלעצן דאס געזעץ; עס איז פארשטענדליך אז מען דארף קלאגן אזעלכע וואס פארלעצן טענענט רעכטן – אבער לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט.

מיר האלטן נישט חשבון, אבער אלס ברוקלינער הויפט פראקוראר האט ער ווארשיינליך ארעסטירט אינעם לעצטן מאנאט א היפשע צאל קרימינאלן און מענטשן וועלכע ווערן באשולדיגט אין געזעץ פארלעצונגען – אבער ביי וויפיל פון די ארעסטן האט מען פאררופן א פרעסע קאנפערענץ? ביי וויפיל פון די ארעסטן האט מען געמאלדן מיט גרויס פאמפע און זיכער געמאכט אז יעדער הויכראנגיקער פאליטישאן קומט פארנט פונעם קרימינאלע-סצענע און טרעט אויף פאר די פרעסע?

די סיבה פארוואס מ'מאכט יעצט אזא גרויסן מצב, מיט אלע באקריוודעטע טענענטס פארנט פון די טעלעוויזיע קאמערעס מיט אראפגעלאזטע נעזער, איז לעכערליך און דורכזיכטיג, נעמליך: מ'גייט ארויסקומען און צייגן אז מ'נעמט זיך אן פאר טענענטס וועלכע ליידן פון "סלאָמלאָרדס". דאס איז פאלקסיש, דאס מאכט א פאליטישאן גאר פאפולער אין די אויגן פונעם דורכשניטליכן וויילער, און אזוי פארזיכערט מען זיך א וויילער באזע פאר די קומענדיגע וואלן, און בכלל שטיצע פאר סיי וועלכע שריט.

נו, א פאליטישאן איז טאקע נאר א פאליטישאן, און מען קען אויך פארשטיין אז מ'טוט זאכן וואס איז פאליטיש-מאטיווירט, אבער לאמיר נאך א מינוט קוקן אויפן שפראך וואס איז גענוצט געווארן ביים ארויסגעבן די באשולדיגונגען קעגן די ארעסטירטע אידן און ביים פרעסע קאנפערענץ: "סלאָמלאָרדס".

אויף די ערגסטע קרימינאלן, מערדער און טעראריסטן, לייגט מען שטענדיג צו אזעלכע ווערטער ווי "מעגליך", "באשולדיגט", "אַלעדזשעדלי" אויף די ענגלישע שפראך – און דאס טוט מען ווייל אין אמעריקע איז מען "אומשולדיג ביז ס'ווערט אויפגעוויזן שולד". אפילו אויב די באווייזן קעגן דעם באשולדיגטן זענען הויעך ביזן הימל, איז ער אומשולדיג ביז דער ריכטער אדער דזשורי דערקלערט אנדערש.

מ'דארף בלויז צוריקקוקן וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אין א ניו יארקער געריכט עטליכע טעג צוריק, ווען געוועזענער אסעמבלי ספיקער שעלדאן סילווער איז געגאנגען בעטן דעם ריכטער אז מ'זאל ארויסווארפן די קלאגעס קעגן אים צוליב וואס פראקוראר פּריט בארארא האט אים גאר שטארק באשמוצט ביים פרעסע קאנפערענץ מעלדנדיג די קלאגעס, און דעריבער נעמט דאס אוועק די שאנסן פון סילווער צו קריגן א יושר'דיגן פראצעס. דער ריכטער האט געזאגט אז ער ווארפט נישט ארויס די קלאגעס, אבער האט גאר שארף אראפגעריסן בארארא, זאגנדיג אז עס איז געווען א זינלאזיגקייט און אומרעכט די ווערטער וואס ער האט גענוצט ביים פרעסע קאנפערענץ.

מיטן נוצן דאס ווארט "סלאָמלאָרדס" – וואס דינט טאקע גאר גוט די פאליטישע אינטערעסן – לייגט מען ארויף א קלארן סטעמפל אויף די ארעסטירטע אידן, וואס באדייט אז ס׳איז דא א שאנס אז זיי וועלן נישט האבן א שאנס פאר אן אויפריכטיגן און יושר'דיגן פראצעס, וואס אלס פראקוראר וואלט טאמפסאן געדארפט בעסער ארויסהאבן די באדייטן פון יושר, יוסטיץ און אויפריכטיגקייט.

צום לעצט: די רעדע איז פון היימישע חסידישע אידן, און אלס עמיצער וואס פאררופט זיך אלס נאנטער פריינט מיט א סענסיטיווע פארשטאנד צו מינאריטעטן גרופעס, וואלט געדארפט בעסער פארשטיין אז ארויסצוקומען און אפסטעמפלען די ארעסטירטע אלס "סלאָמלאָרדס", ווערט אויטאמאטיש ארויפגעשטעלט דער סטעמפל אויף יעדן איינציגן חסידישן איד וואס טוט אין די ריעל עסטעיט פעלד – וואס דער מציאות איז אז א גרויסע פראצענט היימישע יונגעלייט זענען אין דעם ליין.

אויב וויל עמיצער וויסן די תוצאה פון נוצן די העצע ווארט "סלאָמלאָרד", דארף מען נישט צוריקקוקן צופיל, נאר אויף די ביטערע געשעעניש ווען א חשובער איד ע"ה איז ברוטאל דערמארדעט געווארן, און א ניו יארקער צייטונג איז דאן ארויסגעקומען און אים באצייכנט מיטן שעדליכן טיטל "סלאָמלאָרד", פרעגנדיג "ווער האט אים דען נישט געוואלט טויט?", ה"י.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר