פארוואס אכשר דרא און וויאזוי עס אפצושטעלען
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

דער אשכול באלאנגט שוין אין א פאר ערטער, אלס תגובה צו אסאך פאסירונגען וואס ווערען באשריבען דא אויף ק"ש, ממילא שרייב איך עס עקסטער, ומכאן יקיש ווי ס'פעלט אויס.
אסאך פרעגען אויפ'ן מצב פון אכשר דרא, מיר ווערען מער און מער ראדיקאליזירט פון יאר צו יאר. עקסטרעמער זיגען אויף אלע פון זייער מערכות און מ'פיהרט טייערע קלוגע אידען מיט זייער קינדער אוועק פונ'ם דרך פון רק עם חכם ונבון. פארוואס איז עס אזוי? פארוואס ביי יעדער געראנגעל צווישען א נארמאלע מיט א פינסטערע געווינט דער פינסטערע? פארוואס פארגעסט מען פון יאר צו יאר וויאזוי ס'איז געווען? וואס קען מען טוהן צו דרייען דער זייגער צוריק אן אונטערצוברענגען גאנץ אידישקייט? שבור את החבית ושמור יינה?
לדעתי איז מעגליך אז דאס א פסיכאלאגישע דערשיינונגע. אסאך מענטשען פילען נישט באקוועם ווען זיי טוהן פונקט ווי יעדער איינער. זיי פילען דערדרוקט כאילו סאסייעט"י צווינגט זיי צו טראכטען און טוהן פונקט אזוי, און זיי ווייסען נישט וויאזוי זיך אויסצורופען אלס זעלבסשטענדיגע מענטש. וויבאלד אונזער חינוך לאזט נישט א מענטש וויסען פונקט וואס ער פיהלט, ממילא האט ער נישט קיין נארמאלע וועג צו לייזען אדער אנערקענען דער פראבלעם, ווייל ס'איז שטארק באהאלטען פונ'ם מענטש, אבער ס'איז דארט.
וואס טוט ער? ער הייבט טוהן אביסל אנדעריש ווי אלע. קודם זאגט ער ביי קדושה הויך 'וכן כתוב' אנשטאט'ס 'ככתוב' וכדו'. וואס פאסירט ווייטער? אלע מאכען איהם נאך און היינט איז דער 'וכן כתוב' דער אלגעמיינט נוסח. מוז ער עפעס אנדעריש טוהן. אבער ס'איז נישט גענוג. ער מוז מפרסם זיין פאר אלעמען און זיך דערקלערן אלס א מענטש צווישען מענטשען. איז ער טרעפט נייע חומרות און איז זיי מפרסם. למשל, קיין שום הלכה מסורה מנהג חומרא פאדערט נישט אז א פרוי טאר נישט פירען א קאר. אבער איינער וואס וויל זיך זען אלס א מענטש מאכט זיך א חומרא אז מ'טאר נישט לאזען א פרוי פירען א קאר. ער גייט ארום מיט א פני תם פרעגען 'וואס איז דער היתר צו לאזען א פרוי פירען א קאר?' א מענטש הערט אזא זאך פון א רב א דיין צו וואס, און ער ווערט נתפעל. אויף מארגען איז דאס געווארען א מנהג, און אויף איבער מארגען א הלכה קבועה מיט אן אור-אלטע מסורה, נאך עלטער ווי דער מנהג פון ניצען נ.דזש.\אריזאנא ווייץ. שוין, אז יעדער פאלגט דער א.ג. איסור איז אונזער נעבעך ווידער א מענטש פונקט ווי יעדער איינער. זוכט ער נייער 'איסורים' אויף זיך צו דערקלערען אלס פרומע מענטש.
דער עולם זאל כאפען. ווען ס'קומט ארויס א גרויסע איסור אויף עפעס, מיינט עס נישט אז מ'אסר'ט עס. מ'וויל זיך דערקלערען אלס א מחמיר, און מ'איז דערמיט מסביר פארוואס דאס איז א חומרא.
פראבירט'ס ענק איינמאל. ס'זאל ארויסקומען אן איסור, און יעדער איינער וועט אנפייפען. די מסדרי האיסור וועלען זיין צופרידען, ווייל מיט דעם בלייבען זיי אויבער-מענטשען, און ער וועט צוקומען צו דיר אין ביהמ"ד 'דו קויפסט נאך דער שפאקטיוו?', און דו וועסט ענטפערען 'יא' הויך און דייטליך. ער וועט פרעגען 'וואס איז דיין היתר?', האלט זיך איין און ענטפער נישט. ער מיינט נישט דיר צו פרעגען, ער מיינט נאר צו זאגען אז ער עקזיסטירט. יא, פונקט ווי ווען דיין קינד שטייט אויף א בענקען און זאגט הויך 'קוק אויף מיר', אזוי איז דער מענטש. אז מ'וועט זיך אזוי פיהרען, וועט מען קענען אפשטעלען דער באן בעוד מועד, ותשקוט הארץ, עכ"פ ארבעים יום.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
ווען דו רעדסט פון וכן בתיב ביזטו גערעכט, אבער ווען דו רעדסט פונעם הארבן איסור פון דרייון א בייק אדער מאכן איבונגען, אדער די שרעקליכע איסור פון שמירן דעים פנים ביי א שוועסער'ס חתונה, אדער גיין מיט גאלדענע גלעיזער, דארטן ביזטו שוין נישט גערעכט, ווייל דו שפילסט מיט די קינדער, מען טראסקעט זיי גלייך ארויס.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'ווארפט קינדער טאקע ארויס, בלויז פאר דעם? אדער איז דאס דער תירוץ פאר'ן ארויסווארפען דער וואס ס'געפעלט נישט דער בעה"ב פונ'ם אינסטיטוצי"ע?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
לדעתי זעמיר שוין דורך די תקופה. ס'איז געווען די ערשטע דור - צוויי נאך די מלחמה, וואס האבן צוריק אויפגעבויעט אידישקייט און ס'האט געהערשט א צעמישעניש וויבאלט ס'האבן זיך צאמגעטראפן אידן פון אנדערע בעקגראונדס און מ'האט געמאכט איין קוגל דערפון.
היינט איז מען שוין, עפ"י רוב, מער באזעצן און ס'שוין דא א שטיקל סדר. צו דעם קומט אויך צו די פאקט אז די אמאליגע תמימות'דיגע אמונת חכמים, האט אויסגעוועפט (ליידער). קוק למשל די פסק הלכה פון רב וואזנר ז"ל אז מ'טאר נישט אריינטרעטן און א שטוב וואס האט אינטערנעט. מ'האט עס אויסגעלאכט פון דעי וואן, טראצדעם וואס אסאך האבן אים געהאלטן פאר פוסק הדור.
איך האלט אז דער עולם קומט צעביסלעך מער און מער צום שכל און פארלאנגט אפטער צו וויסן מהיכן דנתנו.
היינט איז מען שוין, עפ"י רוב, מער באזעצן און ס'שוין דא א שטיקל סדר. צו דעם קומט אויך צו די פאקט אז די אמאליגע תמימות'דיגע אמונת חכמים, האט אויסגעוועפט (ליידער). קוק למשל די פסק הלכה פון רב וואזנר ז"ל אז מ'טאר נישט אריינטרעטן און א שטוב וואס האט אינטערנעט. מ'האט עס אויסגעלאכט פון דעי וואן, טראצדעם וואס אסאך האבן אים געהאלטן פאר פוסק הדור.
איך האלט אז דער עולם קומט צעביסלעך מער און מער צום שכל און פארלאנגט אפטער צו וויסן מהיכן דנתנו.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
פארוואס זאגסטו 'ליידער'? פארוואס זאל מען קענען ארויסגעבען א 'פסק' אז מ'טאר נישט אריינטרעטען אין אזא שטוב און מ'זאל נישט פאדערען מהיכן דנתוני? א שטוב מיט אינטערנעט איז א קדש קדשים? צו אפילו א היכל?
בכל אופן, איך זעה נישט אז ס'ווערט בעסער. יעדער מוסד וואס האלט זיך בעסער און חשוב'ער, מיינט עס מער פאדערונגען נישט מער צוגעשטעלט. מ'קען זאגען 'עה, וואס דארף איך דער חשוב'ער מוסד? מיר איז גוט א פשוט'ער מוסד.' אבער מיט דעם האסטו ווייטער זיך געמאכט צווייטע-קלאסיג, און די פינסטערע געוואונען. ווען מ'וועלן קענען אריינברענגען ביי מענטשען צו שעמען צו זאגען פאר א צווייטען וועגען א נייע חומרא, דעמאלס וועט מען זען דער טויש. ביז דעמאלס מאכט נישט אויס וואס דער טוט און וואס יענער טוט.
אויכ'ט דארף מען וויסען אז דער רשימה פון זאכען צו אסר'ן איז נישט ענדלאז. למעשה, קיין שום נארמאלע חסידיש'ע פרוי פיהרט נישט קיין קאר. דאס איז זיכער א זיג פאר די יעניגע. איז וואס וועט מען יעצט אסר'ן? אז אלע קליידע זענען פריצותדיג און מ'דארף גייען אין גאס נאקעט כיום הוולדו כדי אויסצומיידען מחשבות זרות וואס קומט פון פריצותדיג'ע מלבושים?!
בכל אופן, איך זעה נישט אז ס'ווערט בעסער. יעדער מוסד וואס האלט זיך בעסער און חשוב'ער, מיינט עס מער פאדערונגען נישט מער צוגעשטעלט. מ'קען זאגען 'עה, וואס דארף איך דער חשוב'ער מוסד? מיר איז גוט א פשוט'ער מוסד.' אבער מיט דעם האסטו ווייטער זיך געמאכט צווייטע-קלאסיג, און די פינסטערע געוואונען. ווען מ'וועלן קענען אריינברענגען ביי מענטשען צו שעמען צו זאגען פאר א צווייטען וועגען א נייע חומרא, דעמאלס וועט מען זען דער טויש. ביז דעמאלס מאכט נישט אויס וואס דער טוט און וואס יענער טוט.
אויכ'ט דארף מען וויסען אז דער רשימה פון זאכען צו אסר'ן איז נישט ענדלאז. למעשה, קיין שום נארמאלע חסידיש'ע פרוי פיהרט נישט קיין קאר. דאס איז זיכער א זיג פאר די יעניגע. איז וואס וועט מען יעצט אסר'ן? אז אלע קליידע זענען פריצותדיג און מ'דארף גייען אין גאס נאקעט כיום הוולדו כדי אויסצומיידען מחשבות זרות וואס קומט פון פריצותדיג'ע מלבושים?!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
איך שרייב "ליידער", ווייל אמונת חכמים דארף זיין און ס'איז נישט קיין מהלך אז יעדער זאל זיך האלטן פאר א חכם און א רב זאל זיך דארפן פארענטפערן פאר יעדע ראצער. נאר וואס דען? ס'זענען געקומען אפאר שוטים און אביוזט די תמימות וואס מ'האט אמאל געהאט און פוסע געווען על ראשי עם קודש. מ'האט איינגעפירט תקנות און חומרות פאר פאליטישע חשבונות, געפרעדיגט אמונות טפלות און לאו לייפס ביז ס'האט געפלאצט און אלץ איז געווארן איין שטיק ליצנות.
ס'זענען נאך היינט דא אסאך ערליכע און קלוגע רבנים וואס האבן א שכל הישר און ווייסן מה לקרב ומה לרחק. די פראבלעם איז נאר אז מ'דארף זיי זיכן מיט לעכט ווייל זיי ווערן נישט אויפגעפאמפט דורך די צייטונגען וכדומה, און טאקע מהאי טעמא, ווייל זיי חנפענען זיך נישט צו די פארטייען למיניהם. אבער איינמאל מ'איז זיך מדבק און אן ערליכע קלוגע רב אדער מורה דרך, עפענט זיך א נייע וועלט.

- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: פארוואס אכשר דרא און וויאזוי עס אפצושטעלען
אפשר קענסטו געבן אפאר אדרעסן?
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: פארוואס אכשר דרא און וויאזוי עס אפצושטעלען
ר׳ גבריאל ציננער
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: פארוואס אכשר דרא און וויאזוי עס אפצושטעלען
@ליטוואק, איר בארירט נישט אין אייער תירוץ די עיקר נקודה, עס בלייבט נאך אלס שווער הא גופא, פארוואס ווען עס דריקט איינעם דאס זיין גלייך ווי יעדן וועט ער על פי רוב ציען עעטענשאן דורך ווערן פרימער פון א צווייטן און נישט דורך ווערן א גרעסערער אויבער חכם, למשל פארוואס וועט די רוב דעסיידן צו זאגן וכן כתוב, און נאר איין אויבער חכם וועט דעסיידן על פי דקדוק צו זאגן על ידי נביאיך, און דער פרומער רוב וועט יענעם נאך פארדאמען פאר דעם.
חוץ אפאר אויפגעקלערטע, ציט כלל ישראל צו עקסטרעמיזם, וקושיא במקומה עומדת.
חוץ אפאר אויפגעקלערטע, ציט כלל ישראל צו עקסטרעמיזם, וקושיא במקומה עומדת.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: פארוואס אכשר דרא און וויאזוי עס אפצושטעלען
בן אדם האט געשריבן:א איד האט געשריבן:ר׳ גבריאל ציננער
כ'האב מיך נאכנישט אנגערופן אין דעם אשכול. אבער ביטע רעג מיך נישט אויף.
(ווער בין איך? א גוטע קשיא)
זיי מיר מוחל פארן דיר אויפרעגן, אבער איך האלט זיך ווייטער ביי מיינעם
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: פארוואס אכשר דרא און וויאזוי עס אפצושטעלען
איך וועל אים דארפן אויסטרייען, וועל איך קענען זיין דער גדול המכריע
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פארוואס אכשר דרא און וויאזוי עס אפצושטעלען
מיין הסבר איז פארוואס ס'פארמערט זיך. מ'ווערט נישט זאט פונ'ם נעכטיגען חומרא ווייל היינט ערפילט עס שוין נישט איהר ציל.
און לגבי 'על ידי נביאיך', ווען דער בעלז-בילגארייא רעבע וואלט עס פארקויפט אלס פרומקייט, וואלט מען איהם מסתמא נאכגעמאכט. ער האט עס פארקויפט אלס דקדוק ולא עלתה בידו ווייל דקדוק איז נישט פרום.
און לגבי 'על ידי נביאיך', ווען דער בעלז-בילגארייא רעבע וואלט עס פארקויפט אלס פרומקייט, וואלט מען איהם מסתמא נאכגעמאכט. ער האט עס פארקויפט אלס דקדוק ולא עלתה בידו ווייל דקדוק איז נישט פרום.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פארוואס אכשר דרא און וויאזוי עס אפצושטעלען
אמונת חכמים האט קיינמאל נישט געמיינט אז א 'פוסק הדור' מעג פאבריצירען אן איסור און אלע האבען געפאלגט בלינדעהייט. מ'האט נישט אוועק געמאכט מיט א זלזול, נאר מיט א קאפ אפען צו גלויבען אז דער פוסק האט עפעס אונטער זיין פסק. אבער בלינדע פאלגען איז א נייער מציאות, נישט קיין אלטע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיין הסבר איז פארוואס ס'פארמערט זיך. מ'ווערט נישט זאט פונ'ם נעכטיגען חומרא ווייל היינט ערפילט עס שוין נישט איהר ציל.
און לגבי 'על ידי נביאיך', ווען דער בעלז-בילגארייא רעבע וואלט עס פארקויפט אלס פרומקייט, וואלט מען איהם מסתמא נאכגעמאכט. ער האט עס פארקויפט אלס דקדוק ולא עלתה בידו ווייל דקדוק איז נישט פרום.
נו הא גופא איז מיין קשיא, פארוואס פארקויפט זיך פרימקייט ווי מצה וואסער משא"כ חכמות בחוץ תרונה ואין קונה, דיין הסבר אז מענטשן זוכן עפעס פריש כדי צו זיין אנדערש פון א צווייטן, איז בכלל נישט קיין הסבר פארוואס עס ציט אים צו פרימקייט דיקא.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פארוואס אכשר דרא און וויאזוי עס אפצושטעלען
אפשר ביסטו גערעכט און ס'פאדערט נאך א הסבר. נאר למעשה ס'איז נישט מעגליך אז דער עולם זאל אננעמען דער על ידי ביזנעס. שטעל זיך פאר, קומט א מענטש, אן קיין שום קרעדענטשיעל''ס. נישט באקאנט אלס ת''ח, נישט קיין גרויסע דענקער, א פלעינער מענטש - סתם מעכיל. און ער טרעפט א חידוש לגבי א נושא וואס איז נוגע צוויי מאל א טאג, כאילו כל הדורות האט מען נישט געקענט טראכטען דערפון. (איך הער אז דער בעל התניא איז מסביר דער 'על יד' אין סידור, ס'איז אזוי?). ממילא אז מ'רעדט א פרומע שפראך, ווי דער שכל הערשט נישט, קען מען כאפען אפאר פישלעך. אבער אז מ'רעדט שוין שכל און חכמה, איז דער 'חידוש' גארנישט ווערט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אינטרעסאנטע פסיכאלאגישע/סאציאלאגישע אנאליז. ודברים מסתברים. נאר מיט אייער עצה וואס צו טוהן דערוועגן בין איך נישט אזוי איינשטימיג. עס איז דאך די נאטור אז יעדער זוכט זיך א מקום להתגדר בו. און זיך נישט וויסענדיג מאכן איז נישט אזוי פראקטיש. מער א פראקטישע עצה וואלט אפשר געווען אז מזאל אריינברענגען ביים עולם אנדערע זאכן מיט וואס מען קען זיך מתגדר זיין. קאווע שטיבל פאעזיע פארמעסט למשל..
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אמונת חכמים האט קיינמאל נישט געמיינט אז א 'פוסק הדור' מעג פאבריצירען אן איסור און אלע האבען געפאלגט בלינדעהייט. מ'האט נישט אוועק געמאכט מיט א זלזול, נאר מיט א קאפ אפען צו גלויבען אז דער פוסק האט עפעס אונטער זיין פסק. אבער בלינדע פאלגען איז א נייער מציאות, נישט קיין אלטע.
דוקטרינת דעת תורה