בלאט 1 פון 1

די קאפ-קעיק לעדי

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:29 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ווער געדענקט מיט יאהר'ן צוריק פלעגט זיך דרייען אין וויליאמסבורג א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס מען האט גערופען דער קאפ-קעיק לעדי.

איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

קען מיר איינער זאגען ווי זי ליגט? איך וואלט געוואלט אהין גיין. קיינער ווייסט דאך נישט "מאין יבוא עזרי". און זי איז טאקע געוועהן א א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס איעדער פלעגט שפעטען און חוזק מאכען פון איהר.

איך מיין אז מען קאן טאקע דארט פועל'ן

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:40 pm
דורך בן תמליון
א געוואלדיג רעיון. וואלט געווען גאר א שיינע זאך צו ארגאניזירן א מנין ביים קבר פון קאפ-קעיק לעידי. מיר קינדער אין די מ' יארן פלעגן איר כסדר טשעפען ביים ווארטן אויפן באס. מען פלעגט שמועסן אז זי האט געהאט א קינד וואס מען האט צוגענומען פון איהר און דאס האט איר בארירט. קינדער פלעגן אפילו זאגן אז פון אירע בורטשען כסדר הערט זיך שרייען 'גיב מיר מיין קינד'.

נאכן זיך אפליידן אזויפיל איז קיין ספק אז מען קען דארט געהאלפן ווערן בדבר ישועה ורחמים. מסתמא געווען א הויכע נשמה.

אפשר א באס קען מען צושטעלן. א נסיעה צום קאפקעיק לעידי וועט בלי ספק אנרירן סטרונעס פון רוב וויליאמסבורגע איינוואינער.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:44 pm
דורך הבא ללמד
דערמאנסט מיר ווי איך פלעג ציטערען אריבער ציגיין דע געשעפט פין ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אויף ליע עוועניא (איך געדענק שוין נישט דע נאמען) אז דע קאפ קעיק לעדי זאל מיר נישט אנשרייען

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 3:13 pm
דורך אפטעמיסט
מ'רעדט דא פון די פרוי וואס פלעגט גיין די אלע קייטלעך?

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 3:14 pm
דורך ישמעאל הכהן
הבא ללמד האט געשריבן:דערמאנסט מיר ווי איך פלעג ציטערען אריבער ציגיין דע געשעפט פין ר' מנחם גרשון לעבאוויטש אויף ליע עוועניא (איך געדענק שוין נישט דע נאמען) אז דע קאפ קעיק לעדי זאל מיר נישט אנשרייען

mochan paint

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 3:26 pm
דורך שמעקעדיג
יונה לאנדא אלערט

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 3:30 pm
דורך Big Boy
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ווער געדענקט מיט יאהר'ן צוריק פלעגט זיך דרייען אין וויליאמסבורג א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס מען האט גערופען דער קאפ-קעיק לעדי.

איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

קען מיר איינער זאגען ווי זי ליגט? איך וואלט געוואלט אהין גיין. קיינער ווייסט דאך נישט "מאין יבוא עזרי". און זי איז טאקע געוועהן א א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס איעדער פלעגט שפעטען און חוזק מאכען פון איהר.

איך מיין אז מען קאן טאקע דארט פועל'ן



The headline does not match the post. Perhaps you should change the headline.

Re: זכרונות פון וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 3:33 pm
דורך נופת צופים
Big Boy האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ווער געדענקט מיט יאהר'ן צוריק פלעגט זיך דרייען אין וויליאמסבורג א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס מען האט גערופען דער קאפ-קעיק לעדי.

איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

קען מיר איינער זאגען ווי זי ליגט? איך וואלט געוואלט אהין גיין. קיינער ווייסט דאך נישט "מאין יבוא עזרי". און זי איז טאקע געוועהן א א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס איעדער פלעגט שפעטען און חוזק מאכען פון איהר.

איך מיין אז מען קאן טאקע דארט פועל'ן



The headline does not match the post. Perhaps you should change the headline.

ער וויל מסתם מאכן אן אשכול אויף זכרונות פון וויליאמסבורג, און ער הייבט אן מיט דעם.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 4:38 pm
דורך ונבנתה העיר
איר זוהן, מאיר שמחה, דרייעט זיך אין ב"פ, און אין שכונת כאן צוה הויה את הברכה.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 5:27 pm
דורך גנדי
איך מעג מאכן א ווערטל?

קען איך נאך קויפן די זכות פון ח"י רוטל קאפ קעיקס וואס מען וועט טיילען?

וואס איז די נייע סטייל אז יעדער חולי נפש וואס האט ליידער געליטען יסורי הנפש אויף דער וועלט ווערט א פועל ישועות?

דארף איך ווערן משוגע כדי מיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן?

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 5:32 pm
דורך בן תמליון
ונבנתה העיר האט געשריבן:איר זוהן, מאיר שמחה, דרייעט זיך אין ב"פ, און אין שכונת כאן צוה הויה את הברכה.


עפעס מער פרטים אפשר? אויך א נשמה גבוה?

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 5:54 pm
דורך ונבנתה העיר
בן תמליון האט געשריבן:אויך א נשמה גבוה?

יא, אויפגעוואקסן אין ישיבת חתן סופר.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 9:32 am
דורך ציבעלע-קיגל
Big Boy האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ווער געדענקט מיט יאהר'ן צוריק פלעגט זיך דרייען אין וויליאמסבורג א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס מען האט גערופען דער קאפ-קעיק לעדי.

איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

קען מיר איינער זאגען ווי זי ליגט? איך וואלט געוואלט אהין גיין. קיינער ווייסט דאך נישט "מאין יבוא עזרי". און זי איז טאקע געוועהן א א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס איעדער פלעגט שפעטען און חוזק מאכען פון איהר.

איך מיין אז מען קאן טאקע דארט פועל'ן



The headline does not match the post. Perhaps you should change the headline.



בעסער?

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 9:38 am
דורך ציבעלע-קיגל
גנדי האט געשריבן:איך מעג מאכן א ווערטל?

קען איך נאך קויפן די זכות פון ח"י רוטל קאפ קעיקס וואס מען וועט טיילען?

וואס איז די נייע סטייל אז יעדער חולי נפש וואס האט ליידער געליטען יסורי הנפש אויף דער וועלט ווערט א פועל ישועות?

דארף איך ווערן משוגע כדי מיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן?


אז די תפילות זאלען העלפען דארף מען נישט זיין משוגע. אבער זי איז אויך געוועהן א ציבראכענע (גערודפטע) נשמה. און דאס העלפט יא.

(לב נשבר ונדכה אלוקים לא תבזה (תהילים נ"א)

שיקען א מנין אידן איהר איבערבעטען מעג מען זיכער.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 11:39 am
דורך ירח בן יומו
קופת העיר גייט שיקן 10 בעל עגלות אויף ל"ג בעומר צו די קבר פון די מרת הרבנית הגאונית בעל הקאפקעיק לעדי ע"ה, און צו די קבר פון די צדיק נסתר ר' מענדל (המכונה...).
יודן כאפט אריין! כי קרובי ישעתי לבא!

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 11:50 am
דורך Big Boy
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:
Big Boy האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:ווער געדענקט מיט יאהר'ן צוריק פלעגט זיך דרייען אין וויליאמסבורג א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס מען האט גערופען דער קאפ-קעיק לעדי.

איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

קען מיר איינער זאגען ווי זי ליגט? איך וואלט געוואלט אהין גיין. קיינער ווייסט דאך נישט "מאין יבוא עזרי". און זי איז טאקע געוועהן א א ציבראכענע מיטגעמאכטע פרוי וואס איעדער פלעגט שפעטען און חוזק מאכען פון איהר.

איך מיין אז מען קאן טאקע דארט פועל'ן



The headline does not match the post. Perhaps you should change the headline.



בעסער?



:D

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 1:13 pm
דורך קינד_אן_קייט
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך האב געהערט אז לעצטענס איז איהר קבר געוואר'ן א מקום תפילה וואס אסאך מענטשען לויפען דארט מתפלל זיין.

נאך א עקספערימענט?

#עקספערימענט אלערט
[tag]עקפערימענטירער[/tag]

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 1:22 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'ליגט מיר אין זיכרון אז ס'דא עפעס אן אשכול וועגן איר.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 3:40 pm
דורך הוגה
ונבנתה העיר האט געשריבן:איר זוהן, מאיר שמחה, דרייעט זיך אין ב"פ, און אין שכונת כאן צוה הויה את הברכה.


און אין מאנסי אויך. (אויך אין באלטימאר, לויט ווי ער פארציילט.) איך רוף אים צו מיר פון צייט צו צייט פאר שבת, א נאכטמאל וכדומה. הערשט דעם זונטאג האב איך אים צוגעפירט צוזאמען מיט זיינע אלע בעגס צו יצחק תהלים וואו ער שטייט כסדר איין. נישט קיין נשמה גבוה נאר א צוקלאפטע נשמה וואס האט קיין גוטע טאג נישט געהאט.

אגב, ער רעדט אלץ פון זיין טאטע וואס איז נפטר געווארן ווען ער איז געווען א קינד, אבער ער דערמאנט קיינמאל נישט זיין מאמע.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:13 pm
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:קופת העיר גייט שיקן 10 בעל עגלות אויף ל"ג בעומר צו די קבר פון די מרת הרבנית הגאונית בעל הקאפקעיק לעדי ע"ה, און צו די קבר פון די צדיק נסתר ר' מענדל (המכונה...).
יודן כאפט אריין! כי קרובי ישעתי לבא!

איין בעל עגלה וועט ק"ש צושטעלן, מורינו [tag]berlbalaguleh[/tag].

נו, ר' בערל, ביסט שוין גרייט?...

נשלח: מוצ"ש מאי 02, 2015 11:15 pm
דורך איך אויך
כ'מיין אז ר' יצחק תהלים פארדינט זיך אויך א באשרייבונג.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 12:59 am
דורך קאצקע ציקער
איינער געדענקט די דינעווער רבי פון בארא פארק? אויך געווען א ל"ו צדיק?

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 2:16 am
דורך כפתור
בן תמליון האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:איר זוהן, מאיר שמחה, דרייעט זיך אין ב"פ, און אין שכונת כאן צוה הויה את הברכה.


עפעס מער פרטים אפשר? אויך א נשמה גבוה?


מ'קען אים זען שטענדיג און מונסי, שטייט איין ביי יצחק תילים (סארי, קען נישט די ריכטיגע ספעלינג) טאקע אויך א נשמה גבוה.