בלאט 1 פון 4
סמבטיון הנהר, תשיב למין אשר שואל.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 12:29 am
דורך [NAMELESS]
לכבוד החכמים והידענים שבפה ק"ק יצ"ו
ווייסט איינער פון ענק וואו איז דאס דער נהר סמבטיון ערגעץ באהאלטען אין אונזער קליינע וועלטעל ?
איך דארף עפעס קראנט, נישט סתם א באבא מעשה פון 'קול מבשר' מיט אן אונטערשריפט עדות פון אן אומבאקאנטער ספרד'ישע חכם פון מאראקא.
לידיעתי איז דא אין מאנרא עפעס א ספרדי, אן אירגס, וואס זוכט אים שוין פאר פינף און צוואנציג יאר, און די לעצטע פופצען יאר האלט ער שוין 'כמעט ממש' ביים טרעפן. לאמיר אים נאר געבען נאך צייט וועט ער עס זיכער...... זוכען ווייטער.
בכלל איז מיר קשה, ווי וויל די גמרא ברענגן א פעסטע ראיה אויף בריאת שמים וארץ געבויעט אויף א טייכעל אין יענע עק וועלט וואו קיינער האט נאך נישט מצליח געווען אונז צו ברענען פון דארט א לעבעדיגע גרוס. דער כוזרי אין מאמר ראשון ברענגט אויך דעם סמבטיון אלס א מופת חותך, זעהט אויס אז בימים ההם איז דער סמבטיון געווען א ברייטפארשפרייטער באקאנטער פאקטאר. ווער ס'קען ברענגן עפעס ג'יאגראפישע מקורות פון יענע צייט וואו דער טייך ווערט דערמאנט זייט ביי זייט מיטן פרת און חידקל איז אויך שטארק וועלקאם.
איך זוך נישט דא צו פארוואנדלען א וויכוח איבער אפיקורסות, נאר ווער עס האט עפעס א ידיעה דעראין זאל עס דא אויספאקן, וירא הקהל וישפוט.
רבותי, הייבטס אן מיט א פעסטקייט !!!!!!!
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 2:37 am
דורך משכיל
די גמרא פון סמבטיון איז אין סנהדרין סה: עס האט א גוטן סימן ס"ה איז ר"ת סמבטיון הנהר
אויך איז אויף יענעם דף אין די גמרא ספר היצירה אויך ר"ת ס"ה
זעה לשון רש"י דארט וואס דער סמבטיון איז וז"ל נהר אחד של אבנים ובכל ימות השבת שוטף והולך וביום השבת שוקט ונח,
אין די מעשה ביכלעך שטייט אז עס ווארפט שטיינער אין די לופט, ונהר כזה באמת לא נמצא
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 3:14 am
דורך [NAMELESS]
כבוד הרב יענקל
יישר כח פאר דיינע מראה מקומות, זייער אינטערסאנט אבער ס'מאכט מיר אינגאנצן נישט זאט. ער ברענגט נישט פון קיינעם וואס האט עס געזעהן בעיניו ממש, חוץ פון יוסיפוס בשם טיטוס, איך ווייס נישט וואס פאר א גוט יאר טיטוס האט געזעהן, ס'איז נישט משמע אז ער האט אליינס זיך איבערצייגט אז דער טייך האלט זיך צו אזא רוטין, נאר "ובדרך ראה טיטוס נהר אחד........ וכבר נחקר הדבר כי את חוקיו אלה שומר הנהר באמונה כל הימים". און אויב פון דאן ביז היינט קען אים קיינער נישט געהעריג באשטעטיגן איז א שטארקע תמיהה.
דומניקו מגרו שרייבט אז ער האט עס געזעהן. אבער וואס ער האט געזעהן, און וויאזוי ער האט זיך איבערצייגט אז עס איז אמת, שרייבט ער נישט. הופמן טורס קען מיך אויך ווייזן שבת נאכמיטאג אן אפגעטריקנטע טייך און פארציילן אז א גאנצע וואך פליעסט ער און נאר אום שבת רועהט ער, און איך וועל עס פארצייכענען אין מיין טאגבוך. איר פארשטייט ?!
דער מאור עינים אין פרק י"ג פון אמרי בינה וואס ער צייכענט אן, כ'האב אים נאכגעקוקט, ער איז אנגאנצן נישט עוסק אינעם סמבטיון. נאר בדרך אגב ווען ער רעדט פונעם עזרא החיצוני האט ער דארט נישט געטראפן מער ווי איין גוטע זאך, אז ובכן ער באשטעטיגט דעם סמבטיון. וואס רבי עזריה איז אזוי פריילך דערמיט איז דער פאקט אז כבר קדמו דער תרגום יב"ע, און דא האט ער נאך איינעם וואס פארציילט די זעלבע מעשה. דאס מיינט אז מער ווי אן אגדה פון תלמוד און פון תיב"ע, וואס דער עזרא איז זיכער נישט שטערקער, האט רבי עזריה אויך נישט. (כ'מיין אז און אונזערע עזרא החיצוני שטייט עס אפילו נישט).
דעם נתיבות עולם ווילסטו מסתמא אז איך זאל זאגן אויף אים ברוך שכוונתי, נא זאל זיין אזוי....
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 3:22 am
דורך [NAMELESS]
משכיל
די גמרא מיטן ירושלמי פארשטייסטו אז מיר ווייסן אויך דערפון, נישט דאס איז די טעמע דא. וואס באדערט אונז איז דער חלק פון מציאות, gps בלע"ז, פארשטייסט ??
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 8:02 am
דורך יידל
א גוטע פלאץ אנצוהייבן איז די
ענגלישע וויקיפעדיע ווי ס'שטייט געשריבן אזוי:
In the earliest references, such as the Targum Pseudo-Jonathan, the river is given no particular attributes, but later literature claims it rages with rapids and throws up stones six days a week, or even consists entirely of stone, sand and flame. For those six days the Sambation is impossible to cross, but it stops flowing every Shabbat, the day Jews are not allowed to travel; some writers say this is the origin of the name. According to Rabbi Chinedu Nwabunwanne of Aguleri, Nigeria who is the foremost Afro-Jewish historian; the River Benue Nigeria is the mysterious River Sambatyooan. The name Sambatyooan is a compound name that is derived from two cities along the River Benue. The names of the two cities are Samba City in Adamawa State and Tyooan City in Benue State: thus RIVER SAMBA-TYOOAN. Rabbi Nwabunwanne said there are other physical and archival evidence that excludes every other river but River Benue as the mysterious River Sambatyooan. Pliny the Elder, writing in the mid-1st century, mentions that there is a river in Judaea that dries up every Shabbat (NH xxxi.18). His younger contemporary Josephus speaks of the Sabbatical River (Σαββατικον) that he claims was called after "the sacred seventh day of the Jews" and that he locates between Arka (in the northern Lebanon range) and Raphanaea (in Upper Syria) (War 7.96-99), although according to his account it is dry for six days and flows only on Shabbat. The Sambation was also a popular subject in medieval literature, for instance, some versions of the Alexander Romance have Alexander the Great encounter the river on his travels. Others have said it is an active volcano (which explains the rapids, stones, fire and smoke)which rests on the Sabbath.
In 1280, Abraham Abulafia (1240 – c. 1291), a mystic and Kabbalist, set out to find the Sambation. He stopped in Rome to see Pope Nicholas III. The meeting never took place; Abulafia was jailed. The purpose of his attempted meeting is unknown, but Abulafia apparently believed he was the (or a) Messiah. Nahmanides identifies the Sambation with the Guzana River mentioned in II Kings, located in Medes.[1]
An Ashkenazi Jewish tradition speaks of the Lost Tribes as Die Roite Yiddelech, "The little red Jews", cut off from the rest of Jewry by the legendary river Sambation "whose foaming waters raise high up into the sky a wall of fire and smoke that is impossible to pass through".[2]
Obadiah ben Abraham writes that he was informed by Adeni Jews in Jerusalem, that they had heard from Muslim merchants that the river was located about a five days' journey from Aden. The river, which flows with rocks for six days a week, completely surrounded a land inhabitied by Jews who could not ever leave, for by doing so, Shabbat would be desecrated. These Jews were all the offspring of Moses and were as holy as angels and sinless.
Re: סמבטיון הנהר, תשיב למין אשר שואל.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 9:13 am
דורך איחוד פעלד
איך מיין אז אן אשכול איבער די עשרת השבטים וואלט געווען מער רייך, און מער אינטרעסאנט.
די סמבטיון איז קלאר נישטא מער, נישט עפעס וואס אונז גייען טרעפען, סך הכל גייט מען עוסק זיין ווי עס האט אמאהל געקענט זיין. און למאי נפק"מ אז אמאהל איז דער מדבר געווען א טייך וואס האט זיך אנגעשטעלט יעדער שבת ווייל ערגעץ ווי גאנץ אויווען איז געווען א קעניג וואס האט געוואלט אנפילען זיינע שווים פולס האט ער געהאט א וואסער שטאפער וואס האט אנגעשטעלט די גאנצע טייך, וכו'.
דוגמאות אויף זאכען וואס מען גלייבט היינט און עס איז לא דובים ולא יער,
בהמה פלייש איז נישט געזונט,
ווידיאס מאכען קינדער זאלען חלומען ביינאכט,
קינדער זאגט מען אז מער ווי תורה איז גארנישט דא, ד.ה. מען איז נאר מכבד תורה גארנישט עפעס אנדרעש,
אז די רעבע איז א צדיק,
א תלמיד חכם,
א בעל צדקה,
און כל מיני אנרעדענישען וואס מענטשען מיינען היינט צו טאג, וואס מער ווי איין שורה פין א הכחשה איז איבריג, און ווי דער פומא דיהודאי האט געזאגט דער וואס פארשטייט פארשטייט און.....
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 10:40 am
דורך משכיל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:משכיל
די גמרא מיטן ירושלמי פארשטייסטו אז מיר ווייסן אויך דערפון, נישט דאס איז די טעמע דא. וואס באדערט אונז איז דער חלק פון מציאות, gps בלע"ז, פארשטייסט ??
איך האב געמיינט די רש"י וואס לויט דעם וועסטו עס קיינמאל נישט טרעפען ווייל די ווייסט נישט וואס א מין "נהר" דאס איז און וואס הייסט "שוטף" און וואס הייסט "שוקט"י נאר אויב די וואינסט איבערען נהר אין די קענסט באמערקען דעם חילוק פין דעם שטורימישען פליס פון אגאנצע וואך צי דעם רואיגען פליס פון שבת. ודוק,י
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 9:19 pm
דורך נולד מאוחר
משכיל האט געשריבן:די גמרא פון סמבטיון איז אין סנהדרין סה: עס האט א גוטן סימן ס"ה איז ר"ת סמבטיון הנהר
אויך איז אויף יענעם דף אין די גמרא ספר היצירה אויך ר"ת ס"ה
זעה לשון רש"י דארט וואס דער סמבטיון איז וז"ל נהר אחד של אבנים ובכל ימות השבת שוטף והולך וביום השבת שוקט ונח,
אין די מעשה ביכלעך שטייט אז עס ווארפט שטיינער אין די לופט, ונהר כזה באמת לא נמצא
שכוח איך האב אלץ געמיינט אז רשי זאגט אז סווארפט שטיינער.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 10:02 pm
דורך [NAMELESS]
משכיל, נולד מאוחר
לדבריכם, וואס מיינט 'נהר אחד של אבנים' ?!
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 10:20 pm
דורך נולד מאוחר
ס'האט מיר געזאגט א תלמיד חכם אז אריסטו דערמאנט אויך סבטיון. איך ווייס נישט פינקטלעך וואס ער זאגט אין ווי ער דערמאנט דאס. ווייסט אפשר איינער דערוועגן?
כהאב דעלמטס געטראכט אז סמבטוין קען אריינגיין אין די קאטיגאריע וואס ר' אברהם בן הרמ"ם זאגט אויף סייענס אין עסטראנעמי , אז חז"ל האבן נישט געהאט אויף די זאכן קבלה מיסיני. זיי האבן געזאגט וואס די גוישע חכמים האבן דעלמטס געהאלטן. ס'איז. געווען אן אנגענימער זאך אז די סמבטוין ווארפט שטיינער.
ווי איידער צי זאגן וואס מזאגט אויף דיינעסארס נישתני הטובעום.
די פראבלעם מיט די מהלך איז, די גמ זאגט " אמר לו נהר סבטיון יוכיח בעל אוב יוכיח קברו של אביו יוכיח שאין מעלה עשן בשבת " עי' רשי.
סשווער צי זאגן אז סאיז געווען אנגענימען אז קברו של אביו אינו מעלה עשן בשבת. לכוארה רעדט ר עקיבע פין זאכן וואס זיי האבן אליינס געזכן.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 10:29 pm
דורך נולד מאוחר
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:משכיל, נולד מאוחר
לדבריכם, וואס מיינט 'נהר אחד של אבנים' ?!
סאיז נישט לדבריכם. סאיז לדיברי הגמ אדער לדברי רשי. די אנדרע פשט איז קיין פשט נישט.
פארוואס קען עס נישט מיינען א שטיינערדיגע נהר. סהאט אסאך שטיינער.
איך זאג נישט סאיז נאך אלץ א דבר פלא אז שבת פירט זיך די נהר אנדערש ווי א גאנצע וואך.
אבער סאיז נישט א דבר שלא כנגד הטבע. אזוי איינער זאל זאגן די bqe טרעפיק איז שבת ראיגער ווי אגאנצע וואך.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 10:38 pm
דורך [NAMELESS]
נו, לו יהי כדבריך, לאז ער זיין א פשוט'ער BQE, אבער ווי איז ער דער פאר א גוט יאר אויפן GPS ?
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 11:14 pm
דורך פראפעסאר שפירא
דא געטראפען דעם שער בלאט,ווי קען מען אפיר קראצען דעם ספר ?
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 11:18 pm
דורך פראפעסאר שפירא
עפעס איז דא אויף היבראו באקס וואס רעדט וועגען עשרת השבטים
http://www.hebrewbooks.org/3900
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 11:21 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אקעי דא איז נאך א ספר וואס רעדט פין דעם ענין:
http://www.hebrewbooks.org/39206
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 11:25 pm
דורך פראפעסאר שפירא
נאך א ספר פין הרב מנשה בן ישראל ז"ל
http://www.hebrewbooks.org/46762
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
מציאת עשרת השבטים איז געדרוקט צוזאמען מיטן קול מבשר אין חלק ס"ט פון הלל גאלדשטיין, איז ווען כ'האב געשריבן 'קול מבשר' האב איך געמיינט אלע בדומה לו, והדומה לדומה.
פון פראפעסאר שפירא וואלט איך געוואלט עפעס מער אקאדעמיש, ווי צו ערווארטן פון א פראפעסאר'ס שטאנדפונקט.
נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 11:37 pm
דורך קלוג און יונג
רב כעלעם:
נשתנו הביצים, נשתנו הזיתים, נשתנו הטבעים, נשתנה הסמבטיון ונשתנה יום השבת!
אז די פליסט אמאל העכער דעם אטלענטיק אין א מיטוואך און די זעהסט א טייך וואס איז אביסעל רואיגער, דעמאלט ווייז דיין
זוהן דעם סמבטיון און ווייס אז ביסט געפלוגען שבת
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 12:14 am
דורך נולד מאוחר
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:נן, לו יהי כדבריך, לאז ער זיין א פשוט'ער BQE, אבער ווי איז ער דער פאר א גוט יאר אויפן GPS ?
פארוואס די אנדרע צוויי זאכן וואס ר' עקיבא האט געניצט אין די וויכח באדערט דיך נישט? "בעל אוב יוכיח קברו שלאביו יוכיח שאין מעלה עשן"
די מעלה עשן וואלט מען אויך גאדארפט זען פין סעטעלייט.
דרך אגב די ocean איז סאך ווילד/ער ווען סאיז דא א פילע לבנה, כמיין סהאט ציטאן מיט גרעוועטי.
סקען זיין נעטירלעכע סיבות וואס מארט די נהר מער רוישיג.
Re: סמבטיון הנהר, תשיב למין אשר שואל.
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 1:33 am
דורך איחוד פעלד
איך געדענק זעהן אז די סמבטיון ווי רש"י טייטשט ווערט מבואר אין מדרש.
גמרות זאלען זאגען זאכען וואס זענען דעמאלס אויך נישט געווען, איז דא פלענטי, זעה די גוזמאות פין רבב"ח, ועוד.
די שאלה ווי אזוי ר' עקיבא האט געוואלט עפעס אויף ווייזען, איז מסתבר אזוי ווי איינער האט דא געשריבען, אז בימים ההם האט יעדער געגלייבט אין דעם.
ובדרך אגב, דאס וואס ר' עקיבא זאגט קברו של אוב יוכיח, איז דא וואס זאגען אז דאס מיינט אז כישוף ארבעט נישט שבת.
אמנון יצחק פלעגט עס ניצען פאר איינער פין זיינע ראיות, אז די סיאנצען וואס מען מאכט מיט א גלאז אויף א 'בארד' מיט אותיות אין שבת פאלט די גלאז אראפ אויף.די ערד אין צוברעכט זיך.
אין איין.טאג וועלען די אייניקלעך פרעגען, אבער זיידי די גאנצע סיאנס איז דאך שקר, א"כ וואס איז די ראיה?
היינו טעמא דשופר היינו דמגילה.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 10:21 am
דורך פראפעסאר שפירא
כעלעמער, אז מען רעדט אין די פריערדיגע צייטען פין אזא טייך מסתם איז געווען אזא טייך, ס'דא גענוג אינטערעסאנטע זאכען אויף די וועלט, איז דאס נאך איינס,
צי ס'איז היינט דא צי נישט איז א פראגע, ס'קען זיין אז ס'באהאלטען געווארען, ס'דא פלעצער אויף די וועלט ווי מען קען נישט ציקומען ווי למשל די "טרייענגעל" כ'דענק נישט די גאנצע נאמען, אבער ס'איז א פלאץ ווי עראפלאנען אין שיפען וואס גייען דורך יענע געגענט ווערען מיסטריעז פארשווינדען, די וועלט איז א מיסטריעזע פלאץ, ס'דא אסאך מיסטריעזע זאכען, מסתם דאס איז איינע פין זיי,
למעשה איז זייער מעגליך אז די פלאץ איז פארהוילען ביז די צייט וועט קומען, אין לגבי אמונה זאכען דארף מען נישט ציקומען צי סמבטיון,
אבער ערשט לאמיר זעהן ליין אדורך די ספרים וואס כ'האב ציגעצייכענט אין נאכדען וועסטו זעהן ווייטער, (אקעי נישט די ספר מציאת עשרת השבטים, אבער די אנדערע)
מעשה לסתור?
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 1:05 pm
דורך יואליש
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:כעלעמער, אז מען רעדט אין די פריערדיגע צייטען פין אזא טייך מסתם איז געווען אזא טייך, ס'דא גענוג אינטערעסאנטע זאכען אויף די וועלט, איז דאס נאך איינס,
צי ס'איז היינט דא צי נישט איז א פראגע, ס'קען זיין אז ס'באהאלטען געווארען, ס'דא פלעצער אויף די וועלט ווי מען קען נישט ציקומען ווי למשל די "טרייענגעל" כ'דענק נישט די גאנצע נאמען, אבער ס'איז א פלאץ ווי עראפלאנען אין שיפען וואס גייען דורך יענע געגענט ווערען מיסטריעז פארשווינדען, די וועלט איז א מיסטריעזע פלאץ, ס'דא אסאך מיסטריעזע זאכען, מסתם דאס איז איינע פין זיי,
למעשה איז זייער מעגליך אז די פלאץ איז פארהוילען ביז די צייט וועט קומען, אין לגבי אמונה זאכען דארף מען נישט ציקומען צי סמבטיון,
אבער ערשט לאמיר זעהן ליין אדורך די ספרים וואס כ'האב ציגעצייכענט אין נאכדען וועסטו זעהן ווייטער, (אקעי נישט די ספר מציאת עשרת השבטים, אבער די אנדערע)
מעיד עלי שמים וארץ אז כ'בין אריינגעקומען אין די אשכול בדעה צו ברענגן די בערמיודע טרייענגל אלס א ראיה
קעגן די עקזיסטענץ פון א טייך ווי סמבטיון. און דא טרעף איך אז מ'ניצט דא די טרייענגל אלס א ראיה
פאר סמבטיון און פאר פאראנארמאל פענאמענאן (וועלכע ווערן פארשווינדן איינמאל מ'וויל עס אויספארשן...)!!! איך בין בכלל נישט סופרייזט פון די אף צבת בצבת עשויה לאגישע טעות. כ'בין אבער יא סופרייזט אז אין א וועלט וואס אינפארמאציע ליגן צו די פינגער-טיפס, שפירט מען נישט די פליכט צו אפי' נאכקוקען צו וואס איך "האב אלץ געוויסט" פון די אידישע ליכט און דער שטערן איז ווירקליך אמת.
דער אמת איבער בערמיודע טרייענגל: מ'קען דארט רואיג פארן און קיין שיפן אדער ערעפלאנען ווערן נישט פארשווינדן. און זענען קיינמאל נישט געווארן פארשווינדן אן קיין געהעריגע בטבע'דיגע סיבה. די טרייענגעל איז געווען גאר א ביזי טראנספארט ראוט, ממילא איז פארשטענדליך אז דארט ווי ס'פארן טויזענטער שיפן און ערעפלאנען אז עטליכע וועלן זינקן. בנוגע די מיטילאגיע איבער אינצידענטן ביים טרייענגל ברענגט וויקיפעדיע בשם מקורות דאס פאלגענדע סיכום:
Documented evidence indicates that a significant percentage of the incidents were spurious, inaccurately reported or embellished by later authors, and numerous official agencies have stated that the number and nature of disappearances in the region is similar to that in any other area of ocean.
יעצט מה-דאך אין די צוואנציגסטען יאר הונדערט קען אזא דמיון ווערן פארשפרייט און געגלייבט דארך די מאסן, על אחת כמה וכמה, ק"ו בן בנו של ק"ו, מיט א פוצען הונדערט יאר צוריק, איז קלאר אז ס'האבן עקזעסטירט טעותים און פאנטאזיעס וועלכע מ'האט נישט געקענט נאכפארשן, און מ'האט נישט געשפירט פאר וויכטיג נאכצופארשן (ווייל ס'האט זיך אריינגפאסט אין די דאנמאלסדיגע סופערסטישעס השקפה).
ממילא אין כאן בית מיחש: נאך היינט זענען דא מענטשן וועלכע גלויבן אין די בערמיודע טרייענגעל לעגענדע. און נאך היינט זענען דא מענטשן וועלכע גלויבן אין די סמבטיון לעגענדע.
נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 1:27 pm
דורך געפילטע פיש
שכויעך יואליש, איך בין אויך געווען סופרייזד אז פראפעסאר שפירא ברענגט די בערמיודא טרייענגעל אלס א פאקט, ס'פאסט טאקע נישט פאר א פראפעסאר נישט צו וויסן אז דאס איז א הוילע לעגענדע.