בלאט 1 פון 1
די עלטער פון די וועלט און אמונה
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 10:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
ביי רעליגיעזע אידן איז די עלטער פון די וועלט א חלק פון די אמונה. אויבן אויף איז נישט נוגע פאר אמונה ווי אלט די וועלט איז. אז די וועלט איז א מיליאן יאר אלט, ווערט מען פאר דעם אליינס נאכנישט קיין כופר, די וועלט האט געקענט באשאפן ווערן דורך די אייבישטער א מיליאן יאר צוריק. לכאורה האט עס מיט דעם ווי אזוי מ'רעכענט אויס פארשידענע יארן וואס ווערן דערמאנט אין די תורה, אז אויב מ'נעמט נישט אן די חשבונות פון צאמשטעלן אדם הראשון'ס יאר'ן מיט נח'ס יארן למשל, קומט אויס אז מ'נעמט ח"ו נישט אן וואס די תורה זאגט, ואין לדבר סוף. אזוי פארשטיי איך עס, אויב איינער פארשטייט בעסער אדער אנדערש, לאמיר הערן.
יעצט צוויי שאלות:
איז נישט אננעמען דאטומס פאר זיך פון די תורה כפירה אדער אבק כפירה?
ווער זאגט אז מ'האט גערעכנט יארן בזמן אדם הראשון אזוי ווי מ'רעכענט היינט? אפשר איז א טאג געווען 1000 יאר ווען אדם איז געווען אין גן עדן, ווי מ'זעהט אז אלף שנה בעיני ה' איז ווי איין טאג? שפעטער אין ספר בראשית איז שטארק נישט מסתבר אזוי ווען די פסוקים רעדן פון טעג, אבער אפשר זענען די ערשטע זיבן טעג פון בריאת העולם געווען אנדערע סארט טעג?
אויב קען עס שטימען, קען אפשר רעליגיע מיט סייענס לעבן צוזאמען בשלום ובשלוה.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 10:43 pm
דורך chusid
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ביי רעליגיעזע אידן איז זייער שטארק א חלק פון די אמונה, די עלטער פון די וועלט. אויבן אויף איז נישט נוגע פאר אמונה ווי אלט די וועלט איז. אז די וועלט איז א מיליאן יאר אלט, ווערט מען פאר דעם אליינס נאכנישט קיין כופר, די וועלט האט געקענט באשאפן ווערן דורך די אייבישטער א מיליאן יאר צוריק. לכאורה האט עס מיט דעם ווי אזוי מ'רעכענט אויס פארשידענע יארן וואס ווערן דערמאנט אין די תורה, אז אויב מ'נעמט נישט אן די חשבונות פון צאמשטעלן אדם הראשון'ס יאר'ן מיט נח'ס יארן למשל, קומט אויס אז מ'נעמט ח"ו נישט אן וואס די תורה זאגט, ואין לדבר סוף. אזוי פארשטיי איך עס, אויב איינער פארשטייט בעסער אדער אנדערש, לאמיר הערן.
יעצט צוויי שאלות:
איז נישט אננעמען דאטומס פאר זיך פון די תורה כפירה אדער אבק כפירה?
ווער זאגט אז מ'האט גערעכנט יארן בזמן אדם הראשון אזוי ווי מ'רעכענט היינט? אפשר איז א טאג געווען 1000 יאר ווען אדם איז געווען אין גן עדן, ווי מ'זעהט אז אלף שנה בעיני ה' איז ווי איין טאג? שפעטער אין ספר בראשית איז שטארק נישט מסתבר אזוי ווען די פסוקים רעדן פון טעג, אבער אפשר זענען די ערשטע זיבן טעג פון בריאת העולם געווען אנדערע סארט טעג?
אויב קען עס שטימען, קען אפשר רעליגיע מיט סייענס לעבן צוזאמען בשלום ובשלוה.
לויט ווי איך פארשטיי איז אונזער אמונה געבויט אויף א מסורה און היסטארי אז אזוי און אזוי איז געווען, אויב אונז זעמיר אפפ מיט היסטארי אויכט דעמאלץ אויף וואס בוי מיר? אויף מופתים פון ר' אבנר אבזי'ן?
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 10:52 pm
דורך [NAMELESS]
כבוד החסיד שליט"א,
אמונה איז נישט געבויט אויף היסטארי. אמונה איז געבויט אז ס'דא א באשעפער אויפן וועלט. און היסטארי איז פון דא און ווייטער.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]chusid[/tag] דאס וואס די זאגסט אז אמונה איז געבויעט אויף היסטארי און מסורה מיינסטו מסתמא די מסורה פון מתן תורה, דאס ווערט נישט אפגעפרעגט דורך א טעות אין היסטאריע פון פאר מתן תורה וואס איז נישט קיין חלק פון די מסורה,
@רויטע איך מיין דיין שאלה איז באהאנדלט געווארן אין ראובן'ס פה-סח מאמר און דארט ווערט דערמאנט די מהלך אז די ששת ימי בראשית מיינט נישט אונזערע טעג,
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:16 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר קען מען זאגן אז אפילו אויב ס'איז אמת אז ס'איז געווען לענגערע טעג איז כפירה דאס צו רופן יארן אינדערצייט וואס דער אויבערשטער רופט דאס אהן טעג. אפילו אומר לך על שמאל שהוא ימין וכו'...
בלויז א ווערטל
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:21 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל אויך וויסן צו איך ברויך איבערשרייבן מיין ווייבס כתובה ווער ווייסט צו ס'איז כשר, אפשר זענען די יארן פאלש. איינער קען דאס מציע זיין פאר הרב אשלג...
איין מינוט... אקעי איך וויל נישט עובר זיין אויף חרם דרבינו תם... העמיר שטיין בלייבן דא....
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:48 pm
דורך chusid
גראדעמעכעלע, איך בין אויפגעוואקסן גלויבענדיג אין יהדות טראץ די מיליאן קשיות און סתירות און טראץ וואס לאגיק פאר זיך פירט ערגעץ אנדירש , האב איך געוואוסט אז אונז ( ווייניגער ווי א 1000'טל פון די וועלט ) זעמיר דאך גערעכט וועגן אונזער היסטארישע פאקטן וואס איז אין אונזער סאסייעטי קאמאן וויסדאם און געדרוקט אין אונזערע ספרים. יעצט אויב אונזערע היסטארישע פאקטן זענען הונקעדיג אין טייל איז עס נאך אלץ גענוג שטארק איבערצווועגן אלעס ?
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:51 pm
דורך פרייוויליג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ביי רעליגיעזע אידן איז די עלטער פון די וועלט א חלק פון די אמונה. אויבן אויף איז נישט נוגע פאר אמונה ווי אלט די וועלט איז. אז די וועלט איז א מיליאן יאר אלט, ווערט מען פאר דעם אליינס נאכנישט קיין כופר, די וועלט האט געקענט באשאפן ווערן דורך די אייבישטער א מיליאן יאר צוריק. לכאורה האט עס מיט דעם ווי אזוי מ'רעכענט אויס פארשידענע יארן וואס ווערן דערמאנט אין די תורה, אז אויב מ'נעמט נישט אן די חשבונות פון צאמשטעלן אדם הראשון'ס יאר'ן מיט נח'ס יארן למשל, קומט אויס אז מ'נעמט ח"ו נישט אן וואס די תורה זאגט, ואין לדבר סוף. אזוי פארשטיי איך עס, אויב איינער פארשטייט בעסער אדער אנדערש, לאמיר הערן.
יעצט צוויי שאלות:
איז נישט אננעמען דאטומס פאר זיך פון די תורה כפירה אדער אבק כפירה?
ווער זאגט אז מ'האט גערעכנט יארן בזמן אדם הראשון אזוי ווי מ'רעכענט היינט? אפשר איז א טאג געווען 1000 יאר ווען אדם איז געווען אין גן עדן, ווי מ'זעהט אז אלף שנה בעיני ה' איז ווי איין טאג? שפעטער אין ספר בראשית איז שטארק נישט מסתבר אזוי ווען די פסוקים רעדן פון טעג, אבער אפשר זענען די ערשטע זיבן טעג פון בריאת העולם געווען אנדערע סארט טעג?
אויב קען עס שטימען, קען אפשר רעליגיע מיט סייענס לעבן צוזאמען בשלום ובשלוה.
מען האט שוין די גאנצע זאך אויסגעשמיעסט אין א דערנעבעדיגן אשכול פון דינאזארס. עס איז נישטא קיין שום ענין אלעס איבער צו גיין פון דאסניי.
Re: די עלטער פון די וועלט און אמונה
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 11:52 pm
דורך [NAMELESS]
דאס אז די וועלט איז 5775 יאר האבן מיר קיינמאל נישט געוויסט אלץ היסטארישע פאקט, דאס איז געווען א הבנה אין פסוקים,
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:31 am
דורך הקטן
ריכטיג האט געשריבן:אפשר קען מען זאגן אז אפילו אויב ס'איז אמת אז ס'איז געווען לענגערע טעג איז כפירה דאס צו רופן יארן אינדערצייט וואס דער אויבערשטער רופט דאס אהן טעג.
אסך גדולים וטובים האבן אזוי געזאגט - און אסך האבן טאקע געהאט טענות אבער קיינער האט זיי נישט געריפען כופרים