בלאט 1 פון 1

ובהם נהגה יומם ולילה,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:34 am
דורך [NAMELESS]
עס איז אנגענימען צו ציטיילן מצות התורה אויף צוויי טיילן, חובת מעשיות און חובת הלבבות, אויף וויפיל די חלוקה איז אויסגעהאלטן ווייס איך נישט, אבער איך מיין אז אין די תורה באקומען ביידע די זעלבע חשובות, וויל איך פארשטיין פארוואס לגבי די מצוה פון לימוד התורה איז אנגענימען אז די עיקר איז לערנען די חלק פון מצות מעשיות און די איבריגע איז פאר פארן דאווענען אדער אפאר מינוט פארן לערנען, פארוואס איז דאס נישט פונקט אזא חלק פון די תורה וואס מען דארף לערנען?

עס איז אנגענימען לחלק מצות לימוד התורה לשנים, א' לערנען לדעת המעשה אשר יעשון, ב' לימוד לשם לימוד, פונקטליך וואס איז פשט אין סתם לערנען לשם לערנען איז א אריכות פאר זיך, דברי תורה זענען מקדש דעם לומד, אדער דאס אז מען לערנט צו דערגיין דעת השם ברענגט א קירבה צווישן דעם לומד און הקב''ה, אין די חלק פון לערנען להלכה קען איך הערן אז מען האלט אז עס איז וויכטיגער צו פאוקעסען אויף זאכן וואס זענען נוגע למעשה טעגליך (ואף בזה יש לעיין אך נניח כעת), אבער איך מיין אז בעיקר לערנט דער ציבור היינט לאו דוקא הלכה למעשה, אין די ישיבות זיכער נישט און סתם עמך אידן וואס לערנען דף יומי זכרו תורתך שעשועי וכו' אויך נישט, איז פארוואס איז מען מזלזל און די חלק פון תורת השם, פארוואס האלט מען נישט פונקט אזוי פאר א קיום מצות לימוד התורה ווען איינער איז עוסק אפאר שעה ברציפות אין עמקות מחשבת התורה, אין מצות אהבת השם יראת השם וכו' און מען קען ביי די נושאים פונקט אזוי זיך פלאגן אין לערענן,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:36 am
דורך [NAMELESS]
וכבר צווח על זה בעל חובות הלבבות בהקדמתו.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:08 am
דורך כוכב
וכן המסילת ישרים בהקדמתו, ומכ''מ פוק חזי וכו'. וידועים דברי החתם סופר.

Re: ובהם נהגה יומם ולילה,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:15 am
דורך [NAMELESS]
וועלכע חת''ס?
איך וויל וויסן וויאזוי עס איז אזוי געווארן און וואס איז די הסבר דערצו,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:37 am
דורך מפוזרי
יעדער איז מודה אז הלכות חובות הלבבות הייסט לימוד התורה. און דאס איז טאקע די אמת'ע טעם פארוואס חסידים זענען געפארן צו רבי'ס וואס זענען נישט געווען גרויס אין די חלק הפלפול שבתורה, ווייל מ'האט געשעצט זייער גדלות אין דער חלק התורה פון הלכות הלבבות.
פארצייטענס זענען טאקע געווען אסאך וואס האבן בעיקר עוסק געווען אין דעם חלק פון תורה, די סיבה וואס ס'איז היינט נתמעט געווארן איז לדעתי, וויבאלד צו דעם חלק דארף מען האבן אן אפענער הארץ, און ליידער זעמיר היינט פארהארטוועטע הערצער. משא''כ דער חלק המעשי האט מער דער כח אריינצודרינגען אפילו אין א פארשטאפטער הארץ, ואדרבה אם אבן היא נימוח.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:16 pm
דורך געוואלדיג
עס איז נתמעט געווארן לפי ידיעתי, ווייל אונזער דרך הלימוד איז זייער נשפע געווארן פון די ליטווישע דרך הלימוד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 3:30 pm
דורך מפוזרי
וואס האט דאס מיט'ן דרך הלימוד? די פראגע איז נישט געווען וויאזוי צו לערנען גמ' און פוסקים נאר פארוואס געט מען נישט אוועק מער צייט פאר די אנדערע חלק תורה פון הלכות דעות וחובת הלבבות. גראדע געבן זיך די ליטווישע אפ מיט דעם מער ווי אונז, און מיר זענען ליידער נישט גענוג נשפע פון זיי אין דער פרט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:04 pm
דורך געוואלדיג
וויאזוי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך :roll: אמאל איז דארט אינגאנצן נישט געווען א דגוש אויף די זאכן און כהיום וואס דארט איז שוין בעסער איז ביי אונז נאכנישט געווארן בעסער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:17 pm
דורך פלאוויוס
[tag]גראדעמעכעלע[/tag], איך האב פרובירט אמאל אויפצוברענגען אן ענליכע טענה פאר א געוויסן למדן (א גרויסער אנערקענטער תלמיד חכם לכל הדעות), און ער האט מיר אפן געזאגט אז ער פילט נישט קיין שום טעם אין חובת הלבבות. איך האב אפילו געקענט באמערקן אין אים א זלזול צו דער וועלט פון מוסר.

דערפאר זעט מיר אויס אז מפוזרי איז גערעכט. די סארט מענטשן וואס האבן שטארק ליב פלפול, ווערן בדרך כלל נישט געצויגן צו פסיכאלאגיע/מוסר. אודאי זענען דא יוצאים מן הכלל, אבער דאס איז יעדנפאלס א תירוץ פאר דעם וואס "ס'איז אזוי געווארן..."