בלאט 1 פון 1
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:13 pm
דורך א איד
צו צולייגן א נקודה, וואס הייסט אז עס איז נישטא דארט קיין אסימילאציע, זייער אסאך מענטשן דארט לדוגמה עולי עטאפיע, וואס זענען נישט דורכגעגאנגען קיין געהעריגע גיור, ווי אויך זייער אסאך מדינת ישראל סיטיזענס מיטן זאגן אז מען איז א איד, וערט מען שוין א איד אן קיין געהעריגע גיור כדת, איך זאג נישט יעדעם אבער זייער אסאך איז אזוי.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:17 pm
דורך ונבנתה העיר
אברהם ווידער רעדט לשון הרע.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:13 pm
דורך פלאוויוס
סטאטיסטיקס פון אמעריקע: לויט דער פיו באריכט האלט דער אמעריקאנער אידנטום ביי ארום פופציג פראצענט געמישטע חתונות. שווערע מיליאנען ווערן פארלוירן פון כלל ישראל.
סטאטיסטיקס פון ארץ-ישראל: אומצאליגע נישט-פרומע וואס היטן טהרת המשפחה (לויט 'טהרנו' האלט עס ביי נאנט צו פופציג פראצענט. כ'האף אז זיי האבן א קראנטן מקור צו דעם), יום-כיפור, פסח, און נאך וויכטיגע יסודות פון אידישקייט, און א מאסיווע תשובה-באוועגונג (וואס לויט א לעצטיגן ארטיקל אין מאזעיק האלט עס דאכט זיך ביי איבער הונדערט טויזנט).
אין וועלכער וועלט לעבסטו הרב פריעד?
Re: די מדינת ישראל טראגעדיע: פודסטעפס אויף סטעראידס
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:56 pm
דורך א איד
פון די פופציג פראצענט געמישטע אמעריקאנע חתונות, וויפיל איז די פרוי א אידישע?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:10 pm
דורך פלאוויוס
איך ווייס נישט. למאי נפקא מינה?
כ'האב געזען אמאל אין אן ארטיקל איבער דער טעמע (כ'מיין אז פון זשעק ווערטהיימער) אז דאס הייבט זיך געווענליך אן ביי בחורים, ווייל זיי האבן ווייניגער דיסציפלין ווען ס'קומט צו אזעלכע פראגעס, און ווען די אידישע מיידלעך דערזעען זיך אז זיי האבן א מאנגל אין שידוכים צווישן אייגענע מוזן זיי עווענטועל אויך נאכגיין דעם טרענד.
Re: די מדינת ישראל טראגעדיע: פודסטעפס אויף סטעראידס
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:33 pm
דורך מרדכי
ווען מדינת ישראל איז געגרינדעט געווארן איז עס געווען א געפערליכע טראגעדיע פאר אידישקייט סאך ערגער ווי פאטסטעפס. זיי האבן אפגעפירט פין וועג הינדערטע טויזענטע אידן במזיד. געלאזט אידן שטארבען ווייל רק בדם....
היינטיגע צייטן, פינעף אין ניינציג פראצענט פין די פרייע ווייסן ניטאמאל וואס ציונות מיינט. זיי זענען פריי ווייל ס`איז זיי געשמאק אין זיי ווייסען נישט פין עפעס בעסערס. אין ארץ ישראל קימען היינט סאך מער אידן צוריק ווי ספאלט אוועק אין דעי וואס פאלן איז עס נישט וועגן די מדינה.
נאך א זאך
אויב נעמסטי ארויס די שלש שבועות אין אז די ציונים זענען געווען כופרים, פיינט געהאט פרימע אידן, איז עס זייער א שכלדיגע זאך געווען צו אויפשטעלן די מדינה. אידן זענען געווארן אויסגעהארגט פאטריבן יעדע פאר יאהר, האבן זיי געזאגט גענוג געווען! אינז שטעלן אויף אינזער אייגענע מדינה אין אינזער לאנד אין מגייט זעהן סזאל מער נישט געשעהן.
צו די מדינה האט אין גייט פאקטיש העלפן אז ווייניגער אידן זאלן שטארבן בין איך נישט אזוי זיכער.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:59 pm
דורך ביבער
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:לרגל "ה' אייר"
אידישקייט האט צוויי חלקים: א) אמונה בה' און תורה ומצוות, ב) אידישע פאלק. אן ערליכער איד האט כמעט גארנישט מיט דעם חלק פון "אידישן פאלק". וואס האבן מיר פון דעם אז איינער איז טעכניש א איד? אז א איד איז נישט מקיים תורה ומצוות, און ער באלאנגט צום אידישן פאלק נאר ווייל זיין מאמע איז א איד, וואס האט דאס מיט אונז איינגעלייגט? מיר האבן בעיקר אן אינטערעסע אין דעם ערשטן חלק, אמונה בה' און תורה ומצוות. דער צווייטער חלק איז נוגע פאר די טעכנישע חלקים פון גיטין וקידושין און האט גארנישט מיט די נשמה פון א איד.
.
אידישקייט האט נאר איין חלק און דאס איז די תורה, וויאזוי אויסטייטשן און האלטן די תורה איז דא אסאך וועגן, פון אולטרא ארטאדאקס ביז רעפארם אלע פאררופן זיך אויף די תורה, אפילו דו האלטסט אז זייער אויסטייטש איז אומאויסגעהאלטן מיינט דאס אבער גארנישט לעצם הענין, און אויב זיי פאררופן זיך אויף די תורה זענען זיי אידן.
סטאטיסטיקס ווייזן אז 98% איזראעליס זענען אידן און האלטן די תורה אין איין וועג אדער די אנדערע.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:17 pm
דורך מאטי
נישט געמישטע הייראט איז - חוץ די גרעניץ צווישן א איד און א נישט איד- אויך א מצוה ווי אלע אנדערע מצוות אויף וואס מ'וואלט געמעגט עובר זיין אויף די שלש שבועות בלויז צו ראטעווען אפילו איין איד דערפון.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:24 pm
דורך הוגה
איך וועל נישט ענטפערן מיין פערזענליכע שיטה, ווייל די וואס שרייבן אזעלכע ארטיקלן זענען נישט אינטערעסירט צו הערן א דעה פון אן אנדערע שטאנדפונקט. איך וועל מכבד זיין זייער רצון. איך וועל ענטפערן פון די קוק ווינקל פון די גדולים ווי לדוגמא, די חזון איש, טשעבינער רב, הרב שך, רבי איסר זלמן, די בית ישראל, די אמרי חיים וכדומה. וואס וואלט געווען זייער אנטווארט צו אזא לאגישע ארטיקל? זיי וואלטן געזאגט אזוי.
ביסט גערעכט חיים נחומ'ל. ואשר על כן? וואס ווילסטו אז מיר זאלן יעצט טון? ארויסגיין מיט געווער און הרג'נען ציונים? שטויסן? בריקעווען? מאכן הפגנות? מיר קענען דאך נישט אפשליסן די מדינה, עס איז נישט בידינו. ס"ה וואס מיר קענען טון איז זיין ערליכע אידן, בויען ישיבות ומוסדות התורה בכל קצוי ארץ ישראל, אויפמאכן קירוב ארגעניזאציעס, זיין א מוסטער אז פרייע אידן זאלן זיך וועלן לערנען פון אונז. אין כוחנו אלא בפה, מיר קענען וויינען און בעטן דער אייבישטער א יעדע טאג את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח, און עסן אסאך טשולענט באנדלעך. אזוי וואלטן זיי מן הסתם געענטפערט.
.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:35 pm
דורך יואליש
כ'האב אלעמאל געהאלטן אז פודסטעפס איז אזוי הארב ווי מדינת ישראל. יעצט בין איך איבערצייגט אז מדינת ישראל איז אזוי הארב ווי פודסטעפס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:39 pm
דורך מאטי
.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:49 pm
דורך חסידי לאומי
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:לרגל "ה' אייר"
אידישקייט האט צוויי חלקים: א) אמונה בה' און תורה ומצוות, ב) אידישע פאלק. אן ערליכער איד האט כמעט גארנישט מיט דעם חלק פון "אידישן פאלק". וואס האבן מיר פון דעם אז איינער איז טעכניש א איד? אז א איד איז נישט מקיים תורה ומצוות, און ער באלאנגט צום אידישן פאלק נאר ווייל זיין מאמע איז א איד, וואס האט דאס מיט אונז איינגעלייגט? מיר האבן בעיקר אן אינטערעסע אין דעם ערשטן חלק, אמונה בה' און תורה ומצוות. דער צווייטער חלק איז נוגע פאר די טעכנישע חלקים פון גיטין וקידושין און האט גארנישט מיט די נשמה פון א איד.
ר' חיים נחום טייערע פון וועלכע רעליגיע רעדסטו דא? גראדע ענדעלט עס גאנץ שטארק צו יהדות, על כל פנים האלב דערפון.
די פאקטן וואס די האסט רעפרעזענטירט איז בערך אזוי אינפארמאטיוו ווי די השקפה, ממש א עכטע עני מהפך בחררה שאינו שלו, דאס איגנארענס שרייט פון איעדען שורה.
איך מיין נישט חס ושלום וויי צוטוען, אבער נאר הלל וואס קען העלפן לערנען תורה על רגל אחת קען צוהילף קומען דא, ואתכם הסליחה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:51 pm
דורך הוגה
מאטי האט געשריבן:.
זיי נישט אזא אויבער חכם.
.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 6:02 pm
דורך איש את רעהו
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:43 am
דורך diff
ער זאגט אז ער איז True Torah Jews. מאן יימר?
Hearsay is not Torah