בלאט 1 פון 1
יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 3:08 pm
דורך קרעמער1
דאַך
קאָזע
שמאַטע
דאס ריין יודישע ווארט "סטאָל-יער" (טישלער - קאַרפּענטער) קומט ווארשיינליך פון פויליש וואו טיש איז א "סטאָל", כאטש א טישלער זעלבסט רופן זיי "סטאָלאַש"
ס'איז זיכער דא נאך ווערטער פון פויליש וואס זענען אריין אין יודיש כמות שהוא
ווער ס'קען זאל ביטע מוסיף זיין. ביטע נאר שרייבן ווערטער וואס זענען ברייט-באניצט און זענען פארשטענדלעך פאר יעדן יודיש רעדנער
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 3:14 pm
דורך [NAMELESS]
קאלדרע [דאכענע]
פאדלאגע [פלאר, ערד]
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 3:17 pm
דורך אויסגערוט
קאפעליטש [היט]
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 4:25 pm
דורך ישראל קאפקע
זייגער, פאסיק, פאליצע, אינדיק, סטאדע, פאסטוך, רעקלאמע, סקלאד (warehouse).
סטאליער איז מעגליך פון רוסיש נישט פויליש.
(למען האינדיק, איז דען אזוי שווער צו שרייבן אידיש מיט אן א? עס מאכט מיר נערוועז, ספעציעל אז עס געפונט זיך אין די פארום איבער גראמאטיק).
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 1:09 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ראסעל
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 1:52 am
דורך פלאוויוס
ישראל, רעקלאמע איז א דייטש ווארט (Reklame).
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 8:38 am
דורך שמערל
וועטשערע
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 7:05 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
יושקע. (מיט א חיריק יוד) = וועטשטעבל זיפ
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 7:06 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
קארטאפעל
נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 10:42 pm
דורך רוסישער
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:קארטאפעל
שמערל האט געשריבן:וועטשערע
ביידע פון רוסיש און ניט פויליש
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 1:37 am
דורך berlbalaguleh
קרעמער1 האט געשריבן:דאַך
קאָזע
שמאַטע
דאס ריין יודישע ווארט "סטאָל-יער" (טישלער - קאַרפּענטער) קומט ווארשיינליך פון פויליש וואו טיש איז א "סטאָל", כאטש א טישלער זעלבסט רופן זיי "סטאָלאַש"
ס'איז זיכער דא נאך ווערטער פון פויליש וואס זענען אריין אין יודיש כמות שהוא
ווער ס'קען זאל ביטע מוסיף זיין. ביטע נאר שרייבן ווערטער וואס זענען ברייט-באניצט און זענען פארשטענדלעך פאר יעדן יודיש רעדנער
מדי דברי בו: ס'געווען דאהי א קאנגרעסמאן מיט'ן נאמען סטיווען סאלארז. ער איז שוין לעצטנס געשטארבן. עכ"פ דער נאמען נעמט זיך מסתמא ווייל זיין טאטע איז געקומען פון פוילן און ער האט דארט געהייסן סטאלאזש, א טישלער....Stolarz....פון דעם איז געווארן סאלארז....!
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 6:11 am
דורך הויזן טראגער
פאוואליע - שטייטעלעך
Re: יודישע ווערטער פון פוילישן אפשטאם
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 8:01 pm
דורך טענעסי
ביורא - אפיס
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
טענעסי האט געשריבן:ביורא - אפיס
דאס איז מקורות'דיג א פראנצויזיש ווארט. און ס'איז אדאפטירט געווארן אין א סאך שפראכן, ווי ענגליש און פויליש אויך. אבער ס'איז נישט א ספעציפיש, מקורות'דיג ווארט אין פויליש...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 10:18 pm
דורך אייז קריעם
פאכעט-בלאזט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 6:44 pm
דורך שלום על ישראל
וואס גייט דא פאר?! דאס אלעס איז נישט אידיש?
איך האב אלץ פארשטאנען אז פאדלאגע איז די פלאר אין די שטוב, ווידעראום ערד איז ווי ground.
אז קאפעליטש קומט פון קאפעל. חוץ אויב קאפעל איז אויף פויליש?
וויאזוי זאגט מען דען זייגער, פאליצע, סטאדע, פאסטוך, רעקלאמע, קארטאפעל אין אידיש?
ביורא קומט פון אסאך שפראכן, אריינגערעכנט ענגליש. כ'[tag]berlbalaguleh[/tag].
#שאק'ד!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:48 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:זייגער, פאסיק, פאליצע, אינדיק, סטאדע, פאסטוך, רעקלאמע, סקלאד (warehouse).
סטאליער איז מעגליך פון רוסיש נישט פויליש.
(למען האינדיק, איז דען אזוי שווער צו שרייבן אידיש מיט אן א? עס מאכט מיר נערוועז, ספעציעל אז עס געפונט זיך אין די פארום איבער גראמאטיק).
סטאליער שרייבט מען אויף פויליש...STOLARZ...און ס'ליינט זיך ..."סטאלאזש"...אזוי ווי א יעדע "רז" ביים ענדע פון ווארט...!