קאליר אן געפיהל
אויל פארב אן טרערן
קאנוועס אן כאראקטער
א בערשטל אן נשמה
א בילד פון איר באשאפן
א נשמה אריינגעבלאזן
א הארץ איינגעפלאנצט
הזורעים בדמעה
וואו דער הימל זינגט שירה
וואו די בוים דאווענט צו גאט
וואו וואסער געבט חיות
און לופט איז זעהבאר
וואו פייגל לעבן אן מורא
וואו שלעכטס איז נישט דא
וואו דער מענטש קיין שונאים
וואו ס'רואיג אלעמאל
בילד, וואו קען איך א פתח טרעפן
אריינקריכן אין דיר פאר א וויילע
בילד, כאטש זיי מיין שפיגל
איך וויל אין דיר ווערן פארלוירן
פארב, דערצייל מיר א מעשה
קאנוועס, זאג מיר דיינע סודות
קאליר, געב מיר פארשטאנד
ווי אזוי ליכט און שאטן לעבן אין פרידן.
קאליר אן געפיהל, אויל פארב אן טרערן
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
קאליר אן געפיהל, אויל פארב אן טרערן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
זייער אינטערעסאנט [tag]גראדעמעכעלע[/tag]. לעצטע זוממער בין איך געווען ביי א ארט שוי, האב איך געשמועסט מיט א גרויסע קאפ אין די נושא פון ארטס. זאגט ער אז מוזיק און פעינטען איז אויף די זעלבע לעוועל, ד"ה ביידע ניצט מען ענליכע חושים און ענליכע מהלכים. (אזוי איז אויך מסביר, דער מעהלער פון מאנרוי, יואל גליק אויף זיין פאנטאסטישע קול מבשר אינטרוויו) שרייבן איז אבער כולל אלעס, ווייל טינט וואס קומט פון א שרייבערס קאפ דורכן פעדער איז כולל אלעס וואס א מענטש קען האבן אין זיין פאנטאזיע און אין זיינע חושים. והאריך בזה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
Re: קאליר אן געפיהל, אויל פארב אן טרערן
פארדעם איז דיין חכם געווארן א מעלער און מיינער א פאעט...
איך מיין אז כוונת הפאעט איז געווען אז א מענטש מיט א טיפע געפיל און א רייכע פאעטישע שפראך קען ארויסברענגען דאס טיפקייט און הערליכקייט פון א מאלעריי פיל מער ווי א פשוט'ע אויג כאפט אויף,
איך מיין אז כוונת הפאעט איז געווען אז א מענטש מיט א טיפע געפיל און א רייכע פאעטישע שפראך קען ארויסברענגען דאס טיפקייט און הערליכקייט פון א מאלעריי פיל מער ווי א פשוט'ע אויג כאפט אויף,