בלאט 1 פון 1

תורה ומצוות, פארוואס?

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 1:43 am
דורך ר' שלמה אבן גבירול
לאור וואס הרב כבוד [tag]ווארט זאגער[/tag], האט געעפענט דעם אשכול, ואח"כ אתא [tag]כוכב[/tag] הגדול והאיר עינינו, בטוב טעם ודעת, האט ער אויסגעקלארט, אז די אלע וואס פרעגן אפ זיינע געדאנקן, זענען פונקט אזעלכע מאמינים, פשוט ס'איז נישט דא קיין אבסאלוטע הוכחות און נאר די הוכחות פרעגן זיי אפ.

ווי איך פארשטיי מאכן אסאך דעם טעות, ווען זיי זעהן איינער פרעגט אפ זייערע יסודות אויף וואס זיי בויען זייער אידישקייט ווערן זיי היסטעריש, כפירה.. כפירה..,

דעריבער וואלט געוואלט איינלאדענען, לתועלת הקאווע ולתועלת השטיבל, אפאר פון די חכימאי דיהודאי וואס דרייען זיך אויף קאווע שטיבל, ביטע זייט מסביר פאר'ן עולם וואס פארשטייט נישט, וואס מאכט אייך גלייבן אין גאט? און וואס מאכט אייך היטן תורה ומצוות? כ'בין זיכער ס'וועט ארויסקומען פון דעם א מורא'דיגע תועלת פאר יעדן צוגלייך, להגדיל תורה ולהאדירה.

און איך וויל פרעזענליך איינלייגן הני חכימאי דיהודאי, ביטע אויב איר געקענט מסביר זיין אין קורצן
1) וואס מאכט אייך גלייבן אין גאט?
2) וואס מאכט אייך היטן תורה און מצוות?

[tag]געפילטע פיש[/tag]
[tag]הוגה[/tag]
[tag]אבטולמוס[/tag]
[tag]יאיר[/tag]
[tag]מאטי[/tag]
[tag]טאמבל סאס[/tag]
[tag]ביבער[/tag]
[tag]כעלעם'ר מגיד[/tag]

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:19 am
דורך ביבער
איך בין א נער און איך גלייב, וואסי די שאלה?

און אויב איך מעג פארשטיין, וואס וועסטו האבן דערפון אז כ'וועל דיר זאגן? ווילסט קענען סותר זיין מיינע הוכחות אויך? ס'באדערט דיר אז איך גלייב? עניוועי האט שוין כוכב מסביר געווען אז ס'נישטא קיין שום אבסאלוטע הוכחה ווייל אז נישט וואלט נישט געווען קיין בחירה (וואס איז א טעות ווייל די אידן נאך מתן תורה זענען אויך נכשל געווארן מיטן עגל), אדער אפשר ווייל דו ווילסט זיכער מאכן אז איך גלייב טאקע? און אויב נישט מיינסטו איך וועל עס דא שרייבן? מ'מעקט דאך כפירה, בוטא.

בכלל בין איך נייגעריג צו וויסן וואסארא אלגאריטם האסט גענוצט אויסוועלן די ניקס וואס זענען דא געטעגט געווארן, א מין צאמשטעל דאס.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:32 am
דורך יאיר
זע מיין אשכול פארוואס גלייבסטו?

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 8:36 am
דורך ר' שלמה אבן גבירול
[tag]יאיר[/tag], א הערצליכן דאנק, אילו לבאת לקאווע שטיבל אלא לראות האשכול 'פארוואס גלייבסטו?', דיינו

[tag]ביבער[/tag], איך האב גארנישט געמיינט פערזענליך, איך בין א נער דאס האב איך געוואוסט פארדעם אויך

נעם כאטש די קאמפילימענט, אז כ'לייג דיר אריין צווישן אזעלכע קלוגע ניקס

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 10:58 am
דורך ביבער
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:[tag]ביבער[/tag], איך האב גארנישט געמיינט פערזענליך, איך בין א נער דאס האב איך געוואוסט פארדעם אויך

נעם כאטש די קאמפילימענט, אז כ'לייג דיר אריין צווישן אזעלכע קלוגע ניקס


יישר כח פאר די קאמפלימענט, ביי מיר איז נישטא קיין קלוגע ניקס נאר קלוגע תגובות, יעדער איז קלוג אין די נושאים וואס ער טוט דורך, און יעדער איז א נער אין די נושאים וואס ער האט נאכנישט דורכגעטהון, און יא איך בין א נער און גלייב (מתאמרא בשם הבעש"ט), איך בין א נער פון בעפאר'ן פרעגן און נאך א גרעסערע נער נאכ'ן פרעגן, דאס זיין א נער איז נישט א תירוץ אויף גלייבן נאר א נער קען מען נישט פרעגן קיין קשיות, סיי וועלכע וועג דו ווילסט גיין צו סייענטיפיש, פילאזאפיש, צום סוף קומט מען אלעמאל אן צום דעד ענד פון איך בין א נער און פרעג נישט קיין קשיות.

אגב, דעי אשכול פון ונבנתה איז אויך זייער שיין.

Re: תורה ומצוות, פארוואס?

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 12:40 pm
דורך מרדכי
איך מיז זאגן א גרויסן שכוח רבי שלמה פארן עפענען די אשכול!

זייענדיג א גאסט דא אין שטיבל האט מיך זייער געבאדערט וואס האט די עולם דא אזוי פיינט אידישקייט???

געפין איך גאר אויס אז חברה דא האלטן סאך העכער אין אמונה ווי רוב אידן אין בית מדרש וואס לעבן א אידיש לעבן ווייל אזוי זענען זיי אויפגעוואקסען אן אריינצוטראכטן פארוואס זיי היטן די תורה.

ונבנתה איך האב מוראדיג הנאה געהאט פין וואס די שרייבסט. כהאב דיך געזעהן ליינען א חלק פין מיינע מחשבות וואס איך האלט, אין זייער שיין ארויסגעשריבן!

אז איך רעדט שוין מיז איך צולייגען אז דע עולם דא שרייבט דאך הערליך! פין ווי נעמט מען אזעלעכע גאלדענע פעדערס!

קים איך אן צו די נקודה וואס באדערט מיך זייער פין די סיסטעם. פארוואס אין די פיפצען יאהר וואס מלערנט אין די מוסדות לערנט מען אינז נישט אויס די וויכטיגסטע זאך פין אידישקייט, אמונה?? פארוואס דארפן אינז אלע אליין ארבעטן דערויף אן "צופיל" הילף פין אינזערע מחנכים?

Re: תורה ומצוות, פארוואס?

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 1:18 pm
דורך נולד מאוחר
נקוט האי כללא בידך, עני נושא וואס קען / וועט העלפן דו מענטש אין זיין לעבען, וועלן די מוסדות נישט לערנען.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 1:52 pm
דורך [NAMELESS]
גראדע אין דעם הינזיכט פארשטיי איך יא די מוסדות, אז מ'זאל אנפאנגען מיט אמונה פשוטה. אבער למעשה וואלטן זיי יא גמעגעט זיין מער ריאליסטיש, און זיי זאלן אנערקענען אז אונזערע מוחות ארבייטן פיין. (אפשר איז בעסער אזוי, וויל זיי לערנען אניוועי נישט אויס אויף א פראפעשענאל וועג ?)

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:21 pm
דורך קאצקע ציקער
מרדכי איך כאפ נישט וואס דו זאגסט דארפסט דאך עניוועי אנקימען צו איך בין א נער און איך גלייב, נו כאפ עס גלייך אן אין די פירסט פלעיס, פארוואס דארף מען עס לערנען אין חדר?

Re: תורה ומצוות, פארוואס?

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:37 pm
דורך מרדכי
1 אין די מוסדות ווי איך האב געלערנט האט מען אויף אמונה פשוטה אויך נישט געלייגט קיין דגוש.

2 נאכדעם וואס מפארשטייט מיטן שכל אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט איז סאך גרינגער צו זיין א נער אין גלייבן.

בד"ו מדארף זיין א נער צו גלייבן?

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:45 pm
דורך [NAMELESS]
מרדכי האט געשריבן:זייענדיג א גאסט דא אין שטיבל האט מיך זייער געבאדערט וואס האט די עולם דא אזוי פיינט אידישקייט???
געפין איך גאר אויס אז חברה דא האלטן סאך העכער אין אמונה ווי רוב אידן אין בית מדרש וואס לעבן א אידיש לעבן ווייל אזוי זענען זיי אויפגעוואקסען אן אריינצוטראכטן פארוואס זיי היטן די תורה.

קים איך אן צו די נקודה וואס באדערט מיך זייער פין די סיסטעם. פארוואס אין די פיפצען יאהר וואס מלערנט אין די מוסדות לערנט מען אינז נישט אויס די וויכטיגסטע זאך פין אידישקייט, אמונה?? פארוואס דארפן אינז אלע אליין ארבעטן דערויף אן "צופיל" הילף פין אינזערע מחנכים?

דיינע צוויי נקודות פארענטפערן איינער דעם צווייטן.

דו וואונדערסט זיך פארוואס די פופצן יאר וואס מ'לערנט אין די מוסדות, אינעם 'סיסטעם', איז נישטא אזא זאך ווי אויסלערנען די יסודות פון אידישקייט, אמונה בה' והמסתעף.

דער תשובה איז אין די אנהייב פון דיינע ווערטער, אז זייענדיג א גאסט דא אין ק"ש האסטו געמיינט אז דער עולם האט פיינט אידישקייט, ביז דו האסט געזען אז אדרבה, דאס איז אידישקייט. יעצט קלער נאר אריין, די אלע הייליגע מוסדות תחת הדרכת מאורי הדור, ווילן נישט אז דו זאלסט ח"ו טראכטן ווי אנשי ק"ק קאווע שטיבל! דאס וועט זיין א קאטאסטראפע במלוא מובן המלה פאר די רבי'ס, חצרות, עסקנים, ומשתלטים על הציבור. ווי נאך האסטו געזען מען זאל צונעמען אונזער גאנצע סיסטעם אויף קליין געלט, אזויווי ביי אונז אין קאווע שטיבל?! און ווי פארשטענדליך, איז דער יסוד פון צונעמען יעדע זאך וואס דער גאס זינגט נאך 'קדוש קדוש', א דירעקטע תוצאה פון אן אפענעם קאפ וואס טרויט זיך צו גלייבן אין גאט מתוך ידיעה, ולפחות הבנה, און נישט - ווי להבדיל אייסיס באזירטע - אמונה פשוטה. ובלע"ז איגנארענץ.

הגה בעצמך: ווען נישט די מהלך אין אונזערע מוסדות, צו פארקויפן קרעפלעך פאר גוט געלט, אבער נישט מסביר זיין עיקרי הדת, וויפיל נאך [tag]לעיקוואד[/tag]'ס וואלטן געווען?! וויפיל נאך [tag]ונבנתה העיר[/tag]'ס וואלטן משלב געווען חסידות מיט חקירה?! וויפיל נאך [tag]הוגה[/tag]'ס האט דער וועלט פארפאסט?! גאנצע כאפטעס קלוגע אידן ווי [tag]מאטי[/tag], [tag]ביבער[/tag], [tag]יאיר[/tag], [tag]קופערניקוס[/tag], וואלטן זיך גע'טענה'ט אין ביהמ"ד איבער נושאים וואס היינט לא יזכר ולא יפקד על דל שפתיים, חוץ פון ק"ש.

און די ערשטע צו ליידן דערפון וואלטן געווען די מוסדות אליינס, שטעל דיך פאר: מיט אזעלכע נארמאלע נישט מצומצמ'דיגע אידן ווי [tag]געפילטע פיש[/tag], און [tag]שמעקעדיג[/tag], מיט [tag]קאווע טרינקער[/tag], אדער מיטן איפכא מסתברא'ניק [tag]טאמבל סאס[/tag], צו מיט בערלן דעם בעל עגלה, קענען דען מוסדות אנגיין?! די רגע מ'קומט צום שכל שפייט מען אויפן דורכגעפוילטן סיסטעם וואס פארקויפט נאר קליינקעפיגקייט און געמיינהייט.

אלזא, דאס איז די סיבה פארוואס אונזערע מוסדות הקדושים וועלן ח"ו קיינמאל נישט פארלערנען יסודות הדת, מחשבה חקירה ופילוסופיה, אמונה בה' שמחת החיים והבנה בסיסית אין די ענינים. ווייל איינמאל מ'איז טועם פונעם עץ הדעת, ווייסט מען אויך וואס איז טוב און וואס איז רע, און די מוסדות וועלן זיך גראבן זייער אייגענע גרוב...

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:46 pm
דורך געוואלדיג
א מחיה צו זעהן די אלע אלע אשכולות, עס איז דאך א גוטע מפתח פאר די אמונה אשכולות, אילו לא באתי הנה אלא לראות במו עיני אשכולות אלו אשר כפורחת עלתה ניצה הבשילו אשכולותיה ענבים אשר טובים הם למראה וכי תאוה הם לעינים דיינו.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:47 pm
דורך געוואלדיג
אדנירם איז מסביר דהיינו טעמא דֶעַרביי עכו"ם שחפצים בפיגור בני מדינתם והיננו טעמא דמוסדות החפצים בפיגור תלמידיהם, והבן.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 2:54 pm
דורך [NAMELESS]
מרדכי האט געשריבן:
בד"ו מדארף זיין א נער צו גלייבן?

ניין. אבער מ'דארף זיין א נער צו גלייבן ווי א נער. והדברים עתיקין.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 7:32 pm
דורך מפוזרי
כ'האב שוין אנגעהויבן שרייבן מיינע פאר צענט, על אף וואס איך בין נישט געווארן נאמינירט, וויבאלד ס'האט מיר געברענט אין די ביינער.
דערווייל האב איך אריינגעבליקט אין די אשכולות וואס מ'האט דא צוגעלינקט, זעה איך אז ס'איז שוין ברייט אויסגעשמועסט, והרבה ממה שרציתי לומר כבר כתוב שם.
וועט מען זיך קודם דארפן זעצן אדורך לערנען, און נאכדעם וועט מען זען צו ס'נאך דא וואס צוצוללייגן.
איין זאך זעהט מען שוין; דער עולם גלייבט ב'' ה.

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2015 7:40 pm
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:איין זאך זעהט מען שוין; דער עולם גלייבט ב'' ה.

ואני אומר, אז מ'קען זיך דא גאר אנשעפן מיט אמונה...

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:50 am
דורך מפוזרי
בן אדם האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:איין זאך זעהט מען שוין; דער עולם גלייבט ב'' ה.

ואני אומר, אז מ'קען זיך דא גאר אנשעפן מיט אמונה...

מ'קען טאקע, אבער מ'דארף קענען...