בלאט 1 פון 1
א שיסעריי אין וויליאמסבורג איינער טויט
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:21 am
דורך סאשי פיש
די נאכט 1 אזייגער האבען פיר באוואפענטע פארזאנען נאכגעלאקערט א גוי וואס איז געווען אויפען וועג אהיים און אים דערשאסען צום טויט אין הארץ פון וויליאמסבורג אויף בעדפארד ביי סאוט ניין די רוצחים זענען אנטלויפען צו א ווארטנדיגע קאר און ווערן נאך געזוכט

- ImageUploadedByTapatalk1430140862.045224.jpg (70.01 KiB) געזען געווארן 1048 מאל

- ImageUploadedByTapatalk1430140850.040212.jpg (78.94 KiB) געזען געווארן 1048 מאל

- ImageUploadedByTapatalk1430140834.387999.jpg (74.93 KiB) געזען געווארן 1048 מאל
הקובץ המצורף ImageUploadedByTapatalk1430140872.057557.jpg לא זמין יותר.
Re: א שיסעריי אין וויליאמסבורג איינער טויט
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:42 pm
דורך [NAMELESS]
שרעקעדיג, פאר א יאר צייט פלעג איך דורך גיין די קארנער יעדע נאכט די זייגער,
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:54 pm
דורך יואב
געווען א ראנדאם שיסעריי אדער א געפלאנטע זאך? אגב, וואו אין וויליאמסבורג קען מען טרעפן דעם קאפ און פירשט. אין דער לעצטער צייט-אפשניט האט מען טראנספלאנטעט דאס הארץ אויף מירטל; אויף הופפער ווידער קלאפט דאס זעלבע הארץ נאך פון דעם ערשטן אדווערטייזמענט אין "דאס אידישע ליכט". יעצט לייען איך אז אויף דרום-ניין דרייט זיך אויך דאס הארץ. וויליאמסבורג טאלערירט נישט אנדערע ארגאנען אויסער דעם הארץ.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:01 pm
דורך [NAMELESS]
קוקט אויס אז יעדער שלאגט זיך עלי יניח ... את ראשו עד שנעשה כאחד.
און אזא באחדות'דיגע שטאט איז דאס געווארן איין גרויסע ריזיגע הארץ ... !!! וקל להבין,
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:15 am
דורך סאשי פיש
[tag]יואב[/tag] די ווערטער ״אין די הארץ פון וויליאמסבורג" איז געשריבען געווארען מיטען ציל צו ברענגען א קאנטער אטאקע. עס איז מיך געלונגען...!
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:22 am
דורך [NAMELESS]
יואב האט געשריבן:וואו אין וויליאמסבורג קען מען טרעפן דעם קאפ און פירשט. אין דער לעצטער צייט-אפשניט האט מען טראנספלאנטעט דאס הארץ אויף מירטל; אויף הופפער ווידער קלאפט דאס זעלבע הארץ נאך פון דעם ערשטן אדווערטייזמענט אין "דאס אידישע ליכט". יעצט לייען איך אז אויף דרום-ניין דרייט זיך אויך דאס הארץ. וויליאמסבורג טאלערירט נישט אנדערע ארגאנען אויסער דעם הארץ.
גערעכט, און פון אזויפיל הערצער קען מען נאך ח"ו כאפן א 'הארץ' אטאקע...
