בלאט 1 פון 1

ותשחק ליום אחרון

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:13 pm
דורך [NAMELESS]
א גוטען טייערע חברים
דאס איז א צוואת שכיב מרע אין א מכתב פרידה פון מיר צום שטיבל היות כהאב באקומען א אזהרה אז מ'גייט מיר אויסשפארען ביז תחיית המתים צו טרינקען קאווע דא אין שטיבל פון מארגען איז לכן היינט מיין לעצטען טאג דא אין איך וועל מקיים זיין דעם פסוק ותשחק ליום אחרון.
איך מיז זאגען בפה מלא אז סאיז נישט דא נאך אזא מין פלאץ וי קאווע שטיבל מיט אזויפיל קלוגשאפט אין חכמה מיט אזא מין ברייטקייט ארויס פון באקס אין כהאב זיך געפריידט צו זיין א חלק פון שטיבל מיט מער וי די איין באקאנטע ניק מיינע
ענק האבן מיר געמאכט לאכען אין וויינען בחדא מחתא באחור כמלפנים ייש"כ
איך ויל זאגען פאר ווער עס איז מיר חושד אין דעם אז איך בין חיים שאולזון אז ענק האבן גוט צוגעטראפען און נישט חושד בכשרים געוועהן, אין טאקע איך בין דאס :lol:

אזוי וי די הנהלה רוחניית אין זייער חברא קדישא קדהל קאווע שטיבל זענען דא שוין לעבען מיין בעט, די מלאך המוות פון שטיבל גייט מיר צושפארען ביז משיח'ס טאג בעהט איך אלעמען איבער ווייל יום המיטה כיום הכיפורים ויום המיתה כיום העצמאות איז ביטע זייט'ס מוחל בלב שלם כי לא נתכוונתי באופן אישי
אויב איך וועל נישט שרייבען דא קענט איר ליינען מיינע מאמרים אויף מיין בלוג 'בעולמם של חרדים '.....
777 תגובות זענען גענוג אין נאך געוועהן פאר מיר אונטער דעם ניק מדארף אויך לאזען פלאץ פאר מיין צווייטע....
וכשם שקיבלתי שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה
אזוי איז דאס דור הולך וניק בא וקאווע לעולם עומדת כ'וועל צוריקומען מיט נאך א ניק אויזער מיין צווייטע ניק.
ורוכב ערבות שש ושמח בבוא אליו נפש נקי וצדיק.
ובזה חתמתי בפרישה
תורתי הנה היא לפניכם פרושה
צוויתי לכם אותה מורשה
זכרי תורת אתא

לא היו ימים טובים לקאווע כיום חסימת אתא.
ולא היו ימים טובים לאתא כיום חתימתו מקאווע
עליונים ששו ותחתונים עלזו בשמחתינו
אכלו משמנים ושתו ממתקים ואמרו לפניו שירה חדשה
אלעס מיט א שמייכעל, אינשאללה אללה הוא אכבר.

ידידכם אתא קלילא

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
אתא קלילא האט געשריבן:וכשם שקיבלתי שכר על הדרישה

ווילסט מיר זאגן אז די ביסט געווען באצאלט דורך אגודת ישראל ביז יעצט ...???

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:38 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
אתא קלילא האט געשריבן:וכשם שקיבלתי שכר על הדרישה

ווילסט מיר זאגן אז די ביסט געווען באצאלט דורך אגודת ישראל ביז יעצט ...???

איינס פון די קוואלען איז אגודת ישראל דער צווייטער איז חיים שאולזון :)

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:41 pm
דורך [NAMELESS]
אויב חיים שאולזון באקומט שכר, זאל איך נישט באקומען.?

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:41 pm
דורך ישראל קאפקע
זיך אליין באצאלט?

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:48 pm
דורך [NAMELESS]
ביסט אינגאנצען משוגע?
אאללליייןןןןן באאאאצצצאאלללטטטט??????

זאג נאר, די מיינסט איך ארבעט פאר בחינם אין כסף?

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:53 pm
דורך [NAMELESS]
אבל י"ל שכסף היא מלשון כסיפון, כמו הלבנת פנים וכו'

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:02 pm
דורך [NAMELESS]
פאר דו אנטלויפסט ערקלער מיר ביטע:

אוצר החכמה, אבשלום, חיים שאולזון אתא קלילא איז טאקע אלעס איין מענטש?

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:14 pm
דורך [NAMELESS]
בבחינת הוסיף אתא יום אחד מדעתו וועל איך דיר מסביר זיין דיין שאלה,
די נושא איז זייער פשוט היות כהאב געוואלט האבן בשעת'ן זיצען דא אלעס אונטער איין פונדק ממילא האב איך אלעס צוזאמען אוועקגעשטעלט אויף מיין אוועטער כ'זאל דאס קענען נוצען בתוככי השטיבל.
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק און זיך טרעפען אויף שמחות און נעקסטע יום העצמאות אין הר הבית ובית המקדש על מכונו.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:18 pm
דורך רויטע וואנצעס
די רבי האט טאקע געזאגט אז די מדינה גייט אינטער גיין פאר משיח קומט. אתא, ס'הייבט זיך אן מיט דיר.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:25 pm
דורך קאצקע ציקער
פארוואס טאקע גייסטו?

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:37 pm
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:פארוואס טאקע גייסטו?

די הנהלה סטראשעט אז מפארשפארט מיר מארגען אין איך נעם אין חשבון אז ס'קען זיין כוועל זיל דארפען געזעגענען מיט דעם ניק.
זעהט אויס די הנהלה געפעלט נישט מיינע ציונישע סטעטמענס

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:59 pm
דורך אפטעמיסט
אתא, מאכסט מיר לאכן...

פון איין זייט מאכסטו נערוועז, לאמיר זיך נישט נארן... פון די אנדערע זייט זאגט מען דאך נאך בשם ראפי-די-קינג אז משוגעים זענען די געשמאקסטע חברה. הער, איך וועל מיר זיכער בענקען. כ'גלייב אז חרטא מיט בעק אויך. איי איי איי.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 3:13 pm
דורך Milk shake
אין אנדערע ווערטער, פושט צורה ולובש צורה, פארמאכט די אויגן מיט די ניק, און עפענט זיי אויף מיט אן אנדערן... זיס.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 3:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 4:41 pm
דורך געוואלדיג
ר' אתא אויב מיט די צווייטע ניק וועסטו שרייבן מער רעספעקטפול און נישט רייצנגיד מה טוב, ואם לאו מה הועילו חכמים בתקנתם? בעסער בלייב מיט די און אונז וועלן דיר ווייטער באהאנדלען כעד עתה.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 5:30 pm
דורך ביבער
א שוויגער פירט אלעמאל אויס צום סוף.