איך בין א חסידישער איד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

איך בין א חסידישער איד

שליחה דורך יידל »

איך בין א חסידישער איד.

איך גלייב אז דער עיקר איז די פנימיות אבער די חיצוניות איז משפיע אויף די פנימיות. וואלט ווען די חיצוניות געווען אביסל מער אייגנארטיג וואלט זיך דאס אפגעשפיגלט אין די פנימיות פון מיינע חסידישע פריינט, און מיין פאטער וואלט זיך נישט איינגערעדט אז מיטן מיר אנטון א שטאפן הוט און א געלן טלית קטן איז ער יוצא מצות חינוך. ואף על פי כן האב איך נישט אנגעטון מיין זון א 4-סלייס קאפל ווען כ'האב אים אפגעשוירן ווייל די מוסד צו וועלכע איך שיק אים האט שטרענגע "ובחוקותיהם לא תלכו" תקנות.

איך בין א חסידישער איד.

קוגל און טשולנט איז מיר היימיש אין די צייט וואס סושי און פיצא איז מיר פרעמד. יא, איך עס צומאל א טונא סענדוויטש פאר פרישטאג, אבער וואס קען דען זיין בעסער ווי אסטערייכער'ס קוקיס אראפגעשווענקט מיט א גלעזל שליוואוויץ איבער מעשיות פונעם בעל ההילולא?

איך בין א חסידישער איד.

איך טרונק קאווע צוזאמען מיט יעדן אין קאווע שטיבל און כ'קוק אן מאדנע די וואס צאלן 4 דאלער פאר א קאווע אין א קאפעי מיט ווייפיי און מאדנע מוזיק פון די הויכהילכערס. אונזער גוטהארציגקייט און חסד איז אבער נישט נאר קאווע און קיכלעך, נאר אויך יעדע סארט ארגעניזאציע פון וואס מ'קען נאר טראכטן, און עס שטערט מיר בכלל נישט אז אין די זייט מאכט נאך דער בעל הארגעניזאציע געלט. אבי איך קום אן אין שפיטאל אין צייט, באקום אן אויסדערוועלטן דאקטאר וועלכער מאכט זיכער צו שיקן די קיקבעקס צום עסקן, און נאכן באזוך כאפ איך אפילו אריין אפאר אלטע שטערן'ס ראגעלעך אין ביקור חולים שטיבל.

איך בין א חסידישער איד.

דאנערשטאג נאכט האנדל איך זיך איין "די וואך" און "א בליק", און אז ס'איז נארוואס געווען א יום טוב אדער א גרויסע לויה – אויך "כל העולם כולו" און "העולם החרדי". די נייעס? א גאנצע וואך באקום איך שוין אפדעיטס אויף טוויטער פון @כלהעולם, ס'איבעריגע ליין איך דאך אין דראדזש רעפארט. נאר לצורך הפארטיי שווענד איך די דריי דאלאר אויף די בלאט. און אויך ווייל, צווישן אונז גערעדט, איך דארף זיין אפ-טו-דעיט מיט די לעצטע וויצן אין פון-פענע-צום-בלאט.

איך בין א חסידישער איד.

כ'גיי אין שאוער בלויז אין מקוה, און אין בור הער איך די נייעס פון שאן העניטי און יאסי געשטעטנער. ערב שבת טרעף איך דעם דבר יום ביומו אויפן העקל העכער מיין פלאץ, און ערגעץ צווישן ווישן די האנט און קראצן די פוס כאפ איך אריין געוואויר צו ווערן ווער עס איז אריינגעפאלן מיט וועמען און ווער עס האט געהאט דאס וויפלטע. און אז כ'דארף צוגיין צו א זכר איז אויך נישט דאס ערגסטע, העכסטנס וועל איך נאך א סעודה פון חלה, פיש, יויך, און פלייש, נאך צו עסן עטליכע בונדלעך, א פלעשל ביר, און גארליק פאטעיטע טשיפס משום תקנת עזרא.

איך בין א חסידישער איד.

שבת ביי חצות פאסט איך אויס אויף א גלעזל שנאפס און א טעלער הערינג מיט אייער-קיכלעך. דערנאך גיי איך אהיים און איך עס פיש, אייער, טשולנט, און קוגל, לאו דווקא אין דעם סדר. זונטאג מאך איך זיכער זיך צו וויצלן איבער די "מלאכים" וועלכע זענען עולה פון די עסן און מאכן א רקידה אין מאגן, און תוך כדי דיבור לייג איך צו ווי וויכטיג עס איז זיך צו האלטן צו די מסורה און עסן דווקא ביינערדיגע סעלמאן פיש און נישט חלילה פילעי.

איך בין א חסידישער איד.

אין מיין רייכער טראדיציע ציילן זיך אזעלכע לייבן ווי דער בעל שם טוב, ר' נחמן, ר' צדוק הכהן, דער שרף פון קאצק, ר' בונם מ'פרשסיחא, דער בעל התניא, דער איזשבעצער, און דער מאור עינים. מיין טראדיציע רעכנט אויך אריין אן אבערדאזע פון אבערגלויביגקייט, אן אמונה יתירה אין אמונה פשוטה, און א בלינדע טראסט אין שוואכע מנהיגים. און ווען א מנהיג גארטלט זיך אן מיט קוראזש דאן וועל איך אים תיכף פארוואנדלן אין א שונא, און זיין נאמען וועל איך פארשרייבן צווישן די אנדערע רע-בנים במשך אונזער רע-בנים געווייקטער היסטאריע.

איך בין א חסידישער איד.

דאס חסידישקייט איז מיר ווי א צווייטע נאטור, און די וואס מיינען אז בלויז ווייל כ'האב זיך אריינגעלייגט די ציצית אונטער'ן העמד און כ'גיי אמאל אויף די גאס אן דעם הוט בין איך אויס חסיד זענען כחוכא וטלילא אין מיינע אויגן. מיין חסידישקייט מעסט זיך נישט מיט די הייעך פון מיין הוט, די לענג פון מיין רעקל, אדער די חדר וואו כ'שיק מיינע קינדער. עס איז פיל עלטער פון מיר, און וועט מיר גאנץ ווארשיינליך איבערלעבן.

איך בין א חסידישער איד.

אידיש איז די שפראך מיט וועלכע איך לייג שלאפן מיינע קינדער און מיט וועלכע כ'שמועס פאליטיק אין מקוה. און כאטש כ'רעד א נישקשה'דיגער ענגליש און כ'וואלט זיך אן עצה געגעבן אן אידיש, פליסט מיר די מאמע לשון אין מיינע אדערן, און נאר אין איר קען איך זיך טרייסטן און רעגן, שעלטן און וואונטשן. און ווען א חבר שיקט מיר א וואטסעפפ מעסעדזש וואו עס קלעבט נישט קיין איין קאנסאנאנט צו א פארשטענדליכן וואקאל וועל איך נאך אלץ פארשטיין וואס שטייט דארט ווייל אידיש איז מיין הארץ'ס שפראך.

איך בין א חסידישער איד.

איך שעלט די עסקנים, כאטש איך לויף מיט קוויטלעך צו די רבנים, איך פארפיר איבער קארופציע, כאטש ביים דינער געב איך שיינע נתינות. און ווען עס קומט א רובאשקין קאמפיין וועל איך זיך אייסערן אז דאס איז א מצוה פון פדיון שבויים גענוי ווי ביי די מאשקעס אין די קעלערן פון די פריצים פון אמאל, כאטש איך בין דער ערשטער צו פארדאמען היימישע גניבות.

איך בין א חסידישער איד.

איך זיץ אויף פודסטעמפס און מעדיקעיד, און איך האב פארברענגט א יאר אין אפסטעיט צו ווערט עפראווד פאר סעקשאן עיט כאטש איך בין דער בעל הבית פון מיין דירה מיט א מארגעדזש אויף מיין שוואגער'ס נאמען. האלב פון מיינע פארדינסטן זענען ביזנעס עקספענסעס און די אנדערע האלב – בלויז קעש. מיט פינף דיפענדענטס אונטער פינף באקום איך א נישקשה'דיגן טעקס ריטוירן. ווען מען האלט מיך פאר דערפאר, זאג איך "טעות עכו"ם מותר" און "מיינסט אז ביי די כינעזע אדער שווארצע איז אנדערש?" בנשימה אחת, און איך כאפ אפילו אריין צוצולייגן מיט א שמייכל "ווייסט דאך דער היתר, נעשה לו כהיתר..."

איך בין א חסידישער איד.

דאס חסידישקייט וועט קיינער נישט קענען אויסרייסן פון מיר. איך וועל העפטיג פארטיידיגן חסידים אין ראקלענד אויף עד דעי'ס פעיסבוק פעידזש, און כ'וועל זיכער מאכן צו ארומשיקן צו לכל הפחות צען פריינט די לעצטע ווידעא פון צימערמאן'ס פראטעסט. איר וועט מיר כאפן אמאל שמועסן ביים ליינען, כ'וועל אבער קיינמאל נישט אויסלאזן א געלעגנהייט א דזשוכע צו טון מיין בחור'ל אז ער פארקלאצט זיך אינמיטן דאווענען. עס וועט אבער נישט אדורך גיין א וואך און כ'זאל נישט נאכזאגן א חסידיש ווארט ביים שבת סעודה, אדער אז כ'זאל פארפאסן אבות ובנים. איך בין שטאלץ צו זיין א חסיד כאטש אז כ'גיי אמאל אין מענהעטן לייג איך זיך ארויף די פאות אויף די אויערן. איך בין א פען פון שירה, א נאכפאלגער פון פרייליך, און א צוהערער פון זאב ברענער'ס שוי, כאטש איך ערלויב זיך צו הערן זי-וואן-האנדרעט אויב די ווייב איז נישט אין קאר, און כ'האלט זיך נישט צוריק פון אריינרופן צו מייקל סעוועדזש.

איך בין א חסידישער איד.

(לייכט באזירט אויף יאיר לפיד'ס "אני ציוני" כאטש מיט אן אנדערער גייסט און כוונה)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: איך בין א חסידישער איד

שליחה דורך אויסגערוט »

מתוק מתוק
איין קשיא
פינף דעפענדענטס אונטער פינף און דו פליקסט שוין דיין בחור'ל ביים דאווענען
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

כנראה בין אויך א חסידישע איד
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

ווער איז דער יידל? א נייע ניק?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: איך בין א חסידישער איד

שליחה דורך נופת צופים »

איך בין א חסידישע ציוני. אופס...
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אויסגערוט האט געשריבן:מתוק מתוק
איין קשיא
פינף דעפענדענטס אונטער פינף און דו פליקסט שוין דיין בחור'ל ביים דאווענען

איך קען נישט פליקן מיין פינף יעריגער בחור'ל? ואת"ל, ס'געווען א ברעיק צווישן דער בחור אין די לעצטע פינף...
הוגה האט געשריבן:ווער איז דער יידל? א נייע ניק?

אזוי איז מען מקבל פנים א נייע ניק? :cry:
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

קודם צייג אונז וואס דו קאנסט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

יידל האט געשריבן:
אויסגערוט האט געשריבן:מתוק מתוק
איין קשיא
פינף דעפענדענטס אונטער פינף און דו פליקסט שוין דיין בחור'ל ביים דאווענען

איך קען נישט פליקן מיין פינף יעריגער בחור'ל? ואת"ל, ס'געווען א ברעיק צווישן דער בחור אין די לעצטע פינף...


את"ל כן, האסטו דעמאלטס נאר פיר דעפענדעטס אונטער פינף?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויסגערוט האט געשריבן:מתוק מתוק
איין קשיא
פינף דעפענדענטס אונטער פינף און דו פליקסט שוין דיין בחור'ל ביים דאווענען

אויסגערוט: ס'איז א גוטע קשיא. פאר דעם תירוץ, עיין במאחורי הפרגוד. (רמז. קדמונים. מלפני חדרגמ"ה...!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

יידל איז געווארן א גוט זאגער..

אה, ער איז א חסידישער איד.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט