בלאט 1 פון 1

בלויז פארן "חטא"

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 12:12 pm
דורך זר זהב
נאך איינמאל איך זעה דעם אויבנדארמאנטן אויסדרוק - אינטער א בילד וואו אר"י אינגעלייט ווערן ארעסטירט דורך די פאליציי דארט - גיי איך מאכן אזאנע קולות אז ס'וועט טויב מאכן אלע "איד" ארבעטערס און איך וועל עס אויפהערן צו קויפן!!! סיריעסלע אלעס האט א גבול!!!

איך קען נישט מסביר זיין פארוואס דעי אויסדרוק גרוילט מיך און ס'קריכט שוין פון די נאז, אפשר איינער וואס קען לייענען מיינע פילינגס זאל מער מרחיב בדיבור זיין ביטע. כ'מיין עס ערענסט, עפעס א געפערליכע איבל קומט מיר לעצטענס ארויף ווען איך זעה דעם אויסדרוק. איין זאך ווייסיך קלאר: דעי אויסדרוק האט שוין אויפגעהערט דינען זיין ציהל!!

אינאף איז אינאף

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 12:58 pm
דורך דעינעש
קום ארויף מיט א גוטע ריפלעיסמעמט ווארט, אפשר וועלין די שרייבער אייך מכיר טובה זיין,

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 1:04 pm
דורך זר זהב
איך וואלט געשריבן: "אינגעלייט ווערן ארעסטירט דורך די ציוניסטישע פאליציי פארן וועלן מקיים זיין מצוות מחאה/וביערת הרע", וכדומה.

"בלויז פארן חטא" איז שוין מער נישט "קיוט" סאררי.

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 1:06 pm
דורך דעינעש
אראפ מיטן 'חטא'

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 1:23 pm
דורך משכיל
עס איז דיין שולד ליין נישט די צייטונגען, זיי האבען א אגענדע, און זיי ברעין וואשען דעם עולם, דאס איז די פרייז פון די וואס ליינען די צייטונגען זייערע, און הערען קול מבשר הנקרא [די געקאלערטע וואסער], י

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 1:27 pm
דורך זר זהב
משכיל האט געשריבן:עס איז דיין שולד ליין נישט די צייטונגען, זיי האבען א אגענדע, און זיי ברעין וואשען דעם עולם, דאס איז די פרייז פון די וואס ליינען די צייטונגען זייערע, און הערען קול מבשר הנקרא [די געקאלערטע וואסער], י

זיי ברעינוואשן מיר כלל נישט. איך בין פאאלי אין אגריעמענט מיט וואס דער איד שרייבט, איך קריג נאר אויף די אופן וויאזוי זיי שרייבן עס. ----- יעדע SAYING האט אן עקספירעישען דעיט. די פראז "בלויז פארן חטא" איז אויך אמאל גיט געווען, מ'דארף עס שוין אבער רעטייערן.

קול מבשר הער איך קיינמאל נישט אויס.

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 3:05 pm
דורך שמעקעדיג
און מיר למשל, גרוילט שוין צו הערן דעם אויסדרוק "שמעלץ טאפ" צו יעדע איינציגע מאל וואס ער דערמאנט נאר צה"ל.

פזמון: סיריעסלי, אלעס האט א גבול...........

פזמון: יעדע SAYING האט אן עקספיירעישען דעיט

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 3:08 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איך פארשטיי נישט וואס עס איז אנדערש ווי "ווילאמסבורג איז נאך אונטערן דערהויבענעם רושם" וכו'.

עס איז א וועג וויאזוי די אידישע צייטונגען זעהן אויס. צייטונגען זענען נישט געמאכט געווארן צו שרייבן מיט די זעלבע שפראך וואס מען באנוצט אין פארומס.

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 4:22 pm
דורך זר זהב
יו אר מיססינג די פוינט. ס'דא גענוג אויסדרוקן אין צייטונגען וואס קומט שוין אזוי און קיינער נעמט עס אפילו נישט אינאכט. מיר באדערט נאר אזא אויסדרוק וואס וויל ארויסרופן סימפאטיע ביי די לייענערס "בלויז פארן חטא" .... אוי אזוי נעבעכדיג :cry: :cry: -- ס'גוט געווען פאר 10 יאר, יעצט הייבט עס שוין אן צו בעקפייערן!

יעדעס מאל איך זעה "בלויז פארן חטא" טראכט איך צו מיר: "פיין זאל ער זיצן א טאג אין דזשעיל פארן בלויזן חטא.... גענוג געווען!!!

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 11:22 pm
דורך שימעלע
מיך רעגט עס ווייל עס איז פשוט ליגענט.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 5:44 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:און מיר למשל, גרוילט שוין צו הערן דעם אויסדרוק "שמעלץ טאפ" צו יעדע איינציגע מאל וואס ער דערמאנט נאר צה"ל.

פזמון: סיריעסלי, אלעס האט א גבול...........

פזמון: יעדע SAYING האט אן עקספיירעישען דעיט


איינער פון די רעדאקציע לייענט דא אין קאווע שטיבל, און די וואך האט ער אריינגעשטעלט א "תירוץ" מ'כלומר'שט פון א בריוו צום איד....

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 5:49 pm
דורך זר זהב
איך מיין אז "שמעלץ טאפ" איז א לשון נקיה פאר "געמישטע הייראטן". ניין?

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:40 pm
דורך zamel
זר זהב האט געשריבן:איך מיין אז "שמעלץ טאפ" איז א לשון נקיה פאר "געמישטע הייראטן". ניין?


זר לויט דיר וועט די סלאגאן פארן בלויזען חטא מיינען די חטא וואס סאטמאר רב האט געווינט שובבים ביי של"ס

וואס אגב פארציילט מען א מעשה אז איינע פון די גליק ברודערס האבן אמאל געזאגט פאר סאטמאר רב אז יעדער איינער ווייסט אז די חטא הידועה וואס ער פלעגט אזוי צאמוויינען מיינט מען די ציונים ודפח"ח

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 12:28 pm
דורך דולה ומשקה
zamel האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך מיין אז "שמעלץ טאפ" איז א לשון נקיה פאר "געמישטע הייראטן". ניין?


זר לויט דיר וועט די סלאגאן פארן בלויזען חטא מיינען די חטא וואס סאטמאר רב האט געווינט שובבים ביי של"ס

וואס אגב פארציילט מען א מעשה אז איינע פון די גליק ברודערס האבן אמאל געזאגט פאר סאטמאר רב אז יעדער איינער ווייסט אז די חטא הידועה וואס ער פלעגט אזוי צאמוויינען מיינט מען די ציונים ודפח"ח


כ'האב געהערט אז רבי יענקלע פשעווארסקער האט זיך געזאלט אזוי אויס דריקען, אז ער האט לאנגע יארען געמיינט אז דער חטא הידוע מיינט ציונים.
דער קשיא איז נאר געוועהן פארוואס צוויינט זיך דער רבי מער בימי השובבי"ם וואס פאר א שייכות האט דאס מער מיט ציונות, אולי וייל ציונות איז גורם לירידה עמוקה ביז... וואס אויף דעם איז טאקע שובבי"ם מסוגל לתשובה.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 1:51 pm
דורך טעפל
ערנסט???