בלאט 1 פון 4

לייקן א לייק

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:21 am
דורך [NAMELESS]
מ'קען לייקן א תגובה אבער נישט א לייק. די אשכול איז געמאכט צו לייקן א לייק.


איך לייק די לייק וואס יין שרף האט מיך יעצט געגעבן.

[emoji106]

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:13 am
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט צו איך מעג אריינרעדן אין דעם אשכול, אבער ס'האט א שייכות.

איך לייק דעם געדאנק פון מאכן אן אשכול, צו לייקן ווער ס'האט דיר געגעבן א לייק...

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:35 am
דורך לעיקוואד
און איך לייק צוריק די לייק אויפ'ן לייקן מיין לייק. און אויך דער לייק וואס ער וועט מיר דא לייקען אויף דער לייק. וכן לעולם.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:40 am
דורך שבת אחים
לעיקוואד האט געשריבן:און איך לייק צוריק די לייק אויפ'ן לייקן מיין לייק. און אויך דער לייק וואס ער וועט מיר דא לייקען אויף דער לייק. וכן לעולם.


דעס האט עפעס צוטוהן מיט די האָגס וואס דו טיילסט פאַר ווער ס׳דזשוינט דיין נייע רעליגיע ??? אדער ס׳איז גאר א צווייטע זאך ? :lol:

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:41 am
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:און איך לייק צוריק די לייק אויפ'ן לייקן מיין לייק. און אויך דער לייק וואס ער וועט מיר דא לייקען אויף דער לייק. וכן לעולם.

בבחינת "ללקק ת'לייק"... :lol:

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:43 am
דורך שבת אחים
מ׳דארף שוין אריינפירן דעם אשכול אין העמק הדבר , ס׳ווערט שוין דא היפּש קאָמפליצירט

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 3:07 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:מ׳דארף שוין אריינפירן דעם אשכול אין העמק הדבר , ס׳ווערט שוין דא היפּש קאָמפליצירט

יא, גערעכט.
און די נעקסטע שטאפל איז כפירה...

# ווארט זאגער אלערט... [ viewtopic.php?f=48&t=8718#p268901 ].

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:27 pm
דורך לית דין בר נש
ראשעקאל האט געשריבן:מ'קען לייקן א תגובה אבער נישט א לייק. די אשכול איז געמאכט צו לייקן א לייק.


איך לייק די לייק וואס יין שרף האט מיך יעצט געגעבן.

[emoji106]

זיי אזוי גוט אין לינק צו דער תגובה ווי ער האט דיר געלייקט אז איך זאל וויסן וועגן וואס די רעדסט
און אין איינוועגס וועל איך דיר אפשר אויך לייקן אויף יענע תגובה

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:42 pm
דורך רויטע וואנצעס
הנני מוסר מודעה אז הן לייקס וואס מ'האט שוין געלייקט, הן לייקס וואס מ'לייקט אט יעצט און הן אלע לייקס וואס גייען געלייקט ווערן לעולם, איז אוטעמאטיש צוריק געלייקט. הן אויב באקומט מען די לייק, הן אויב די לייק איז נישט אנגעקומען, ווי ס'שטייט אין פסוק, עם ליקש תתלקש וגו'.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:45 pm
דורך לית דין בר נש
איז נאדיר! ממש ונתנו עס גייט אהין און צריק
הריני מוסר מודעה אז קיינער זאל מער נישט קוקן וויפיל לייקס איך האב נאר וויפיל איך האב גיגעבן ווייל אלץ ווערט אוטעמאטיק צריק געלייקט

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
לית דין בר נש האט געשריבן:הריני מוסר מודעה אז קיינער זאל מער נישט קוקן וויפיל לייקס איך האב נאר וויפיל איך האב גיגעבן ווייל אלץ ווערט אוטעמאטיק צריק געלייקט


:like

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:47 pm
דורך פליקער
פאר די אלע וואס וואלטן וועין געלייקט א תגובה מיינץ מער ווי איין מאל, ווערן אויפגעפאדערט צי לייקן דא

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
פליקער האט געשריבן:פאר די אלע וואס וואלטן וועין געלייקט א תגובה מיינץ מער ווי איין מאל, ווערן אויפגעפאדערט צי לייקן דא


oh yes baby, big time

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:55 pm
דורך לית דין בר נש
אנטשולדיגט דא לייקט מען ווער עס האט דיר געלייקט
אז די ווילסט בעטן נאך לייקס גיי דא

נאר א ווערטל איך טשעפע נישט מיט די גרויסע דא קיינמאל
עס קומט זיך די טאקע מער ווי איין לייק אויף יעדע תגובה

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 12:59 pm
דורך ונבנתה העיר
דברו בני אדם בלשון תורה: א מענטש וואס וועט לייקן א לייק.

Re: לייקן א לייק

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:30 pm
דורך נופת צופים
אביסעלע דקדוק:

לייק = א לייק
לקה = ער האט געלייקט
לקיתי = איך האב געלייקט
לקה לי = ער האט מיר געלייקט
לקיני = איך בין געלייקט געווארן
לקיני בכפליים = דאבללייק
ליקוס ליקוס = פליז! געמיר א לייק
ליקוטי מוהר"ן = ברעסלעבער'ס לייקס
לק"מ = ס'איז נישט שווער צו באקומען לייקס
לוקה ומשלם = כ'געדיר א קיקבעק פאר דיין לייק
לקיים בנו חכמי ישראל = די חכמים האלטן אז מ'דארף לייקן
ארבה ילק חסיל גזם = פיהר לייקס איז שוין א גוזמא
אסתר המלכה = א באהאלטענע לייק
ומלכי צדק מלך שלם = מפני דרכי שלום געמיר א לייק
ומלק את ראשו = נוץ קאפ ווען דו טיילסט לייקס
לקראת שבת = שבת גיבט מען נישט קיין לייקס
לקחת מוסר = געב א לייק פאר חאצקל שניידער

האמיר שוין געלערנט אביסל דקדוק. כ'מיין מ'האט גארנישט אויסגעלאזט.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm
דורך געוואלדיג
לוקה ומשלם = א שלימות'דיגע לייק
קו לקו = א לייק פאר א לייק
לכל = א קליינע לייק
לקהלא = א זיסע לייק

Re: לייקן א לייק

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:57 pm
דורך נופת צופים
כבשים ושלקות = א לייק פאר לעמיל

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:07 pm
דורך געוואלדיג
שלקות = אז לייקן.

Re: לייקן א לייק

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:09 pm
דורך נופת צופים
דליקה מצויה = ס'איז א מציאה צו באקומען א לייק

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:10 pm
דורך געוואלדיג
וע"ז אמר הכתוב אם ללייקים הוא יליק וגו'

Re: לייקן א לייק

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:11 pm
דורך נופת צופים
תחנת דלק = א לייק בארואיגט מיר

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:41 pm
דורך פליקער
ולמליק יליק
הני מילא זאגט דאך די רבי בד'ליקא