בלאט 1 פון 3

ועד משמרת הברית אסר'ט מוהל

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 10:58 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:02 am
דורך בן תמליון
וואס באדייט דאס??? ער'ז באמת א פיינער מוהל כ'האב איהם גענוצט ביי מיינע.

Re: ועד משמרת ברית אסר'ט מוהל

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:10 am
דורך [NAMELESS]
זיי טענ'ן אז ער טאר נישט מאכן מציצה צוליב א חשש ער איז אנגעשטעקט מיט עפעס, ער האט פאר עטליכע וואכן געניצט א צווייטער צו מאכן מציצה, אבער יעצט האט ער צוריק אנגעהויבן,
איך האב אים כמעט געניצט ביז כ'האב דאס געהערט, עס איז א רחמנות אויף זיין פרנסה, נאר כ'ווייס נישט פארוואס ער עקשנ'ט זיך נישט צו נעמען איינער זאל אים מאכן די מציצה, ושמעתי אז די צוויי סאטמאר'ס טיילן זיך אין דעם נושא זעט אויס עס איז תלי אין די שאלה פון אריזונה מצות,

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:12 am
דורך [NAMELESS]
איך טוה גראטילירן דעם פאזעטיוון שריט !

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:18 am
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנט אז ס'איז נאך פון כסלו אבער ס'איז הערשט יעצט ארויס פאבליק.
אויך אינטערסאנט וואס רז"ל טוט אויף די צעטעל

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:22 am
דורך שמערל
דער דאטום איז פ' ויצא, כ'האב שוין לאנג געהערט פון דעם צעטל. ווי איך האב געוויסט איז דאס קיינמאל נישט נתפרסם געווארן, ווייל ער האט זיך אינטער גענומען צו מאכן מציצה נאר דורך א צווייטן.
עס קען זיין אז דאס איז סתם א ליק, און גארנישט איז יעצט מחודש געווארן.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:27 am
דורך היסטאריקער
ראשעקאל האט געשריבן:
אויך אינטערסאנט וואס רז"ל טוט אויף די צעטעל

איך האלט אז דאס נעמט אוועק די גאנצע ווערט פינעם צעטעל

ווי קומט מרז״ל אריין דא? ער איז ניטאמאל זיינער א מענטש

אויב זענן זיי גערעכט מיט וואס זיי שרייבן איז אשאד דאס אריינמישן

איך גלייב אז עס איז א א פאלשע צעטעל

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:39 am
דורך בן תמליון
היסטאריקער האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
אויך אינטערסאנט וואס רז"ל טוט אויף די צעטעל

איך האלט אז דאס נעמט אוועק די גאנצע ווערט פינעם צעטעל

ווי קומט מרז״ל אריין דא? ער איז ניטאמאל זיינער א מענטש

אויב זענן זיי גערעכט מיט וואס זיי שרייבן איז אשאד דאס אריינמישן

איך גלייב אז עס איז א א פאלשע צעטעל


אפשר פעלט זיך עס אויס צו ווייזן פאר די אינסטאנצן מיר נעמען קעיר נישט זיי וכו' ווער ווייסט. עפעס שטימט נישט דער גאנצער זאך מיט די אלע סלאגאנען ביז יעצט שומר מצוה לא ידע דבר רע, כי עליך הורגנו זו מילה אא"וו.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:40 am
דורך [NAMELESS]
כפי מה שביררתי איז דער צעטל נישט פאלש.

שמעתי אז ער געמאכט עפעס א טעסט אבער דער ועד משמרת האט פארלאנגט אן אנדערע טעסט ולא הסכים ועל זה יצא הקצף. עוד שמעתי אז די ועד זענען געגאנגען צו מהר''א מסאטמאר ולא הסכים לחתום.

שמעתי אז ער האט רבנים אויף זיין זייט, ביניהם ר"מ זילבער וי"א דהיינו טעמא דמהר"א, און ער טענה'ט אז ער איז א קרבן פונעם ועד וואס ווילן בלויז צייגן פאר די רעגירונג אז זיי זענען קאנסטראקטיוו.

כאמור שמועות פורחות, איך נעם נישט קיין אחריות.

Re: ועד משמרת ברית אסר'ט מוהל

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
חביבים יסורים. זיבעציג יאר וואוינט מען אין אמעריקא, און מ'האט קיינמאל נישט געהערט פונ'ם אוועקפיהרען א מוהל פון זיין אמט. ער ווערט בלינד, זיין הענט ציטערען, ער פארגעסט? ה''ו קעיר''ס? איך האב אן אלטע מסורה און איך גיב נישט אויף.
אבער ווען די אנטיסעמיטען קומען מאכען סדר, הייבט מען שוין אן צו ערלעדיגען דער זאך.

Re: ועד משמרת ברית אסר'ט מוהל

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 11:49 am
דורך chaims
נאר א שאד אז אזא וויכטיגע שריט דארף שמעקן פון פאליטיק

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:03 pm
דורך signout
ווי קומט דא מהרז''ל אריין?

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:34 pm
דורך פליקער
רז"ל אויפן צעטל איז לכאורה נאר ווייל ער האט איבער א מנין וואס זענען סרים לשמעתו

די צעטל איז אמת

און די סיבה עס איז נישט ארויס איז געוועין ווייל זיי האבן חס געוועין אויף זיין כבוד, ער האט זיך פארבריקירט מיט יועצים וואס האבן אים שלעכט מייעץ געוועין

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:40 pm
דורך שמערל
פליקער האט געשריבן:רז"ל אויפן צעטל איז לכאורה נאר ווייל ער האט איבער א מנין שולן וואס זענען סרים לשמעתו

די צעטל איז אמת

און די סיבה עס איז נישט ארויס איז געוועין ווייל זיי האבן חס געוועין אויף זיין כבוד, ער האט זיך פארבריקירט מיט יועצים וואס האבן אים שלעכט מייעץ געוועין

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:01 pm
דורך היסטאריקער
ער האט א צעטיל פין א דאקטער וואס באשטעטיגט אז ער האט נישט קיין הערפיס (מהר''א האט אים געשיקט צו וואלקאנער רב וואס האט אים געשיקט צו א דאקטער) ער ווייזט די צעטיל פאר יעדן, אין די טייל פין אינטערגעשריבענע פירן א מערכה מיט אלס קנאה ווייל ער איז דער שטערקסטער מוהל

Re: ועד משמרת ברית אסר'ט מוהל

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Here we go
הרב פייוועל כהן וואוינט שוין נישט אין נ.י. און ער זוכט נישט קיין מוהלות פאסטע''ן.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:16 pm
דורך לית דין בר נש
נו לייג ארויף די צעטיל פונעם דאקטער

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:17 pm
דורך שמעון וואלף
ער אליין איז נעבך ארומגעגאנגן נאך געלט פאר'ן ועד משמרת הברית.

שמעתי אז ער איז טאקע מער אן ארוני (זיין טאטע איז דארט פון די ראה"ק) אבער ער זיכט זיך צו האלטן נוטראל און זיינע אינגלעך לערנען ביי ארונים און מיידלעך ביי זלונים.

ער איז א חשובער אינגערמאן אבער ער טראגט יעצט א גרויס אחריות אז די שטאט זאל נישט האבן קיין תירוץ זיך אריינמישן. פון די אנדערע זייט אבער, האט מען שוין געהערט אז רבנים קענען זיך אמאל פירן שלא ביושר, און דאס טאר מען אויך נישט צולאזן.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:33 pm
דורך [NAMELESS]
ארורים הרשעים שאין טובתם שלמה, ווען זיי טוען שוין יא עפעס איבער דעם הערפיס פראבלעם טוען זיי עס אויך מיט קרומע חשבונות.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:39 pm
דורך signout
שמערל האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:רז"ל אויפן צעטל איז לכאורה נאר ווייל ער האט איבער א מנין שולן וואס זענען סרים לשמעתו

די צעטל איז אמת

און די סיבה עס איז נישט ארויס איז געוועין ווייל זיי האבן חס געוועין אויף זיין כבוד, ער האט זיך פארבריקירט מיט יועצים וואס האבן אים שלעכט מייעץ געוועין
אין מהר''א, בעלז, גור האבען נישט קיין 10 שוהלען אין וומסב''ג/ב''פ?

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:49 pm
דורך שמעון וואלף
קודם כל וואינט ער אין וויליאמסבורג און דארט האט ער כמעט אלע בריתן, נישט אין ב"פ. צווייטענס, וויפול גורע און בעלזע נעמען אים פאר מוהל? און סאטמאר (ביידע) איז ער אויפגעכאפט.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:06 pm
דורך shem-tov
איינער קען אפשר פליז איבערטייטשן אין אידיש די ווערטער חסרון רציני און תיפקודו.

אויב איז די בריוו אמת איז עס א שרעקליכע דורכבראך אין אקאונטעביליטי ביים היימישן עולם. סאיז אויך א פרישע ווערים שאכטל ווייל פון יעצט אן גייט יעדער ראצערישע ארגאניזעישאן מיט אזעלעכע אטרעקטיוו לעדערהעדס ווי דער וועד משמרת הברית זיך נעמן שיקן בריוון צו גאווערמענט עידשענסיס אז זיי זענען די עכטע פארטרעטער ביז זיי וועלן שוין גוט צומישט ווערן. נאך אלעם איז דאך קיינער נישט בעה"ב און קיינער האט נישט ביי אונז קיין קאלעדש דעגרי. וואס סזאל עס מאכן מער אנעמבאר ווי דעם צווייטענס

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:14 pm
דורך בן תמליון
דוכט זיך דער אינגערמאן איז העכער פון די פאליטיקס ער איז נישט מער ארוני ווי זאלי. ער איז אזא ר' טודרוס חסיד טיפ.

וואס איך פרוביר פארשטיין דא, מען האט אונז מסביר געווען די אלע יארן, דר. ווערצבערגער אין ראדני סטריט אז בעצם האט כמעט יעדער מענטש די הערפיס אנטי באדי באצילן וואס קען טעכניש איבערגעבן הערפיס. ווילט איר מיר זאגן אז דער מוהל דא דרייט זיך ארום מיט אקטיווע הערפיס וואס ער קען נישט פטור ווערן דערפון? דאס מאכט נישט קיין סענס. אפשר קען איינער דא געבן פרטים? צו אפהאקן א אידס פרנסה איז נישט קיין קינדער שפיל און די נעמען אייכנשטיין מיט וויינבערגער אויפן שפיץ צעטל שרייט ארויס קארופציע און חשבונות.