בלאט 1 פון 1

גורקען מיט צוויבל

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:17 pm
דורך נופת צופים
מיין בויך ער ברימט
ער ווארט אויף זיין חלק
ער שרייט און שימפט
צו אלעם הייליג

וואס צו דערלאנגען
וואס טוה איך האפטן
ער טוט זיינס פארלאנגען
זיין עהרן געשאפטן

קאלט אדער ווארעם
זויער צו זיס
איך קוק מיך ארום
דעם קעלנער איך גריס

פיש אומגעקאכט
מיט רייז איינפאך
ווער ווייסט וואס נאך
עפעס צו דער זאך?

קעז מיט טאמעיטעס
ס'גיסט זיך אויל
מיין אויג ווען ער זעהט עס
כאפט מיר א גרויל

אייער צומישט
אדער זוניג ארויף
שמעקט מיר גארנישט
פון דא באלד איך לויף

א גורקע און צוויבל
מיט בלעטער גרין
ס'כאפט מיר אן איבל
וואס זאל איך טוהן

אפשר איז בעסער
אן אלע פרעס
א גאפל און מעסער
אין בויך מאכט א מעס

מלח בפת
מיט וואסער צום זעט
ביז דאן איך פאסט
ווארטן ער וועט