בלאט 1 פון 2

אין 'דייעט' אחר 'דייעט' אלא לרבות...

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 12:43 am
דורך [NAMELESS]
[center]מיר ווייסן פונעם כלל: אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות.
היות די תורה איז א נצחי, מוזן מיר דאס מסביר זיין אויף די ענינים שבכל דור ודור.

למשל, ווען מיר גייען אויף א דייעט און מ'געבט נישט אויף און מ'גייט נאכאמאל אויף א דייעט,
דאן איז דאס בבחינת "אין 'מיעוט' [דייעט בלע"ז] אחר 'מיעוט', אלא לרבות"...[/center]

[center]ווער ס'וויל ארויסהאבן אונזער לעבנסשטייגער, האט דא בקצרה א טעימה קלה [שוין ווייטער עסן...]:[/center]


א.
הייסע טשולנט מיט קישקע, קוגל צוויי סארטן
טשיז קעיק מיט קוכן, מיט טשאקלאד טארטן
שלישקעס און אויך סטעיק, מיט א שטיקל סושי
אוי ווי גוט און בע'טעמ'ט, אבער ווי שווער די קושי...

מען איז מענג דעם שבת, ומתן שכרה בצדה
'נותנים לו נחלה בלי מצרים'... בכל קנה המדה
די בעקיטשע פלאצט, מרוב הצער זו הלחץ
אין ענדגילטיג פלאצט עס, מ'האלט ביי יחץ...

א קרעכץ כאפט זיך ארויס: אוי טאטע זיסע
איין סעודה נאכן צווייטן - אוי שכינתא בגלותא
'שישו מעי שישו', איז שוין לאנג נישט אין סטייל
די בני מעים שלעפט זיך קוים, נאך א האלב מייל...

זיך צו קאנטראלירן, איז ער נעבעך נישט עיבעל
ביי א חתונה לויפט ער, גלייך צום 'סוויט טעיבעל'
און ביני לביני, כאפט ער אן אפיציעלן פרעס
אין דעלי צו אין נשר, צו אין סוב-עקספרעס...


ב.
ווען מ'וויל שוין גיין אויף דייעט, איז מרה כלענה
'שבת היום, פסח היום', אזויווי המן'ס טענה
'מחר יהיה האות הזה', געבט ער זיך א דערמאן
אבער מיר ווייסן דאך, אז 'יש מחר לאחר זמן'...

ענדליך ווען ער האלט שוין, ביים שערי ה'דייעטע
ווייסט ער נישט וואס ווארט אים אפ, ביי דעם קטע
דעות סותרות ער הערט, פון עטקינס און לאו קארב
דר. לידער ווער געדענקט, קעלאריס אזוי הארב...

פראוועט האלבע תעניתים, פולע גאלאנען וואסער
גלוטען און טרענס-פעט, אויף דיר איך אסר
אוי - 'קצתי בחיי', מורמלט ער צו זיך שטיל
ווען וועט זיך שוין ענדיגן, דעם גאנצן שפיל...


ג.
מיין טאטע האט אמאל, דעם דר. לידער אנגעטראפן
האט אים מיין טאטע געזאגט: אויף רחמי שמים טו האפן
ווייל איך בין אויפגעקומען מיט א דייעט, איינס אין די וועלט
די חוקים זענען גאר פשוט, און קאסט נישט קיין געלט...

דר. לידער ווערט בלאס, און מיין טאטע טוט ווייטער שפינען:
דער געדאנק פונעם דייעט, אין איר נאמען טוט זיך געפונען
נישט נאר דאס, נאר עס טוט אפילו גראמען
"פרעס-לעס" דייעט, דאס איז איר נאמען...

דר. לידער אטעמט אפ, און הייבט אן צו לאכן
מענטשן זענען גרייט צו טון, אלערליי זאכן
אבער אויפגעבן אויפן פרעסל, בשום אין אופן
נאר צאלן כל חללי דעלמא, עפעס א 'דייעט' צו קויפן...


ד.
קיינער וויל נישט דארפן, פארמינערן זיין שפייז
אבער קיינער וויל אויך נישט, גיין אויף עקסערסייז
מיר זענען חסיד'ישע אידן, ווער ס'פארשטייט פארשטייט
און לעקיך בראנפן איז חוב קדוש, העכסטנס 'נאך' א דייעט...

שישו מעי שישו, פרייטס ענק קישקעלעך פרייטס
אויפן וואגשאל פון מצוות, מיט אלע פונט עטס גייטס
'כל המענג עס השבת', באקומט גלייך א פאס
פונעם 'נחלה בלי מצרים', מאכטס נישט קיין שפאס...

'יאכלו ענוים וישבעו', אן אפט באנוצטער פסוק
'והשתיה כדת אין אונס', אוי ווי זיס און מתוק
לאמיר פון דעם פארשאלטענעם דייעט פארגעסן
ברענגטס נאר אריין, נאך א טעלער עסן...

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:39 am
דורך וכדומה..
:like :like :like

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:18 am
דורך בן נריהו
שיין - בא'טעם'ט - און רייך אין אויסדרוק. מיט דאנקען פילע פאר די גוטגעפיל, ביים ליינען.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:36 am
דורך מפוזרי
דיין טאטע'נס עצה קען סאלווען נאך אסאך פראבלעמען, למשל די ענגשאפט אין ביהמ''ד. ס'וועט נישט אויספעלן דעם '' הרחיבי מקום אהלך '' קמפיין...

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 11:23 am
דורך [NAMELESS]
אראפ געלייגט אזוי בא'טעם'ט
אלעס שטומט און גראמט
די פרעס האסטו מיר פאר'מיאוס'ט
א מזכה את הרבים די ביסט !

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:14 pm
דורך איך אויך
איי ליצנות אחת דוחה מאה עדס.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:09 pm
דורך פליקער
שוין האב איך שוין געברעינג אווערנעס בוכאשעם

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:דיין טאטע'נס עצה קען סאלווען נאך אסאך פראבלעמען, למשל די ענגשאפט אין ביהמ''ד. ס'וועט נישט אויספעלן דעם '' הרחיבי מקום אהלך '' קמפיין...

זאגסט גוט.

מיין טאטע ווערטלט זיך אלס, אז צוויי פסוקים זענען שגור ביי אונז אונגערישע אידן, און ווערט גענוצט ביי בירורים אין הלכה און ביי מודעות הקהילה צוגלייך:
"יאכלו ענוים וישבעו" און "הרחיבי מקום אהלך"...

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:45 pm
דורך פליקער
נאך איין פאפילערע וויץ האסטו פארגעסן
איש לפי אכלו תכסו

Re: אין 'דייעט' אחר 'דייעט' אלא לרבות...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כל טהור יאכל בשר
קוק אין אלטע המאור'ס און הפרדס וכדו'

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 4:07 pm
דורך [NAMELESS]
אגב, איך זעלבסט בין געגאנגען די לעצטע פיר וואכן אויף א דיעטע, ווי כ'האב נאר געגעסן פרוכט און גרינצייגן.

כ'האב פארלוירן 18 פונט.

Re: אין 'דייעט' אחר 'דייעט' אלא לרבות...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 4:14 pm
דורך פליקער
א גיטן שש, לייג עס אויפן אפיציעלן דייעט אשכול....

Re: אין 'דייעט' אחר 'דייעט' אלא לרבות...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:47 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אדנירם האט געשריבן:אגב, איך זעלבסט בין געגאנגען די לעצטע פיר וואכן אויף א דיעטע, ווי כ'האב נאר געגעסן פרוכט און גרינצייגן.

כ'האב פארלוירן 18 פונט.


דאס זעהט אויס טערעסאנט

אפשר ביסטו מער מרחיב ווי זוי דאס ארבעט ? האסט עס גענומען פין ערגעץ ? א.ד.ג.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:59 pm
דורך נאטירליך
שלום עליכם מורינו ורבינו ר' שש
איך זעה האסטיך ערנסט גענומען אין די הענט אריין כ'האף אז דו גייסט צוביסלעך תפשת מרובה לא תפשת

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 7:09 pm
דורך [NAMELESS]
דער וואס קען מיין קאכעדיגע נאטור, ווייסט אז עס ארבעט דייקא יא מיטן תפסת מרובה מהלך. ס'איז אוודאי נישט קיין נחלת הכלל, אבער פאר יחידים ארבעט עס... ;)

כ'האב מיך גענומען אין די הענט אריין אין מערערע פראנטן, וואס איך קען ניטאמאל אויסשמועסן, אבער א Fighter בין איך געווען און א Fighter וועל איך בלייבן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:אגב, איך זעלבסט בין געגאנגען די לעצטע פיר וואכן אויף א דיעטע, ווי כ'האב נאר געגעסן פרוכט און גרינצייגן.

כ'האב פארלוירן 18 פונט.


דאס זעהט אויס טערעסאנט

אפשר ביסטו מער מרחיב ווי זוי דאס ארבעט ? האסט עס גענומען פין ערגעץ ? א.ד.ג.

די געדאנק האב איך גענומען פון מיינס א פעטער. ביי א משפחה חתונה, האב איך פלוצים באמערק אז מיין פעטער האט געשניטן זיין בויך אין האלב. ער האט מיר געזאגט אז ער האט געגעסן נאר פרוכט און גרינצייגן פאר ארום א חודש, און דאס זענען די תוצאות.

כ'האב ניטאמאל געהאט צייט זיך נאכצופרעגן פרטים, האב איך מיך אויסגעשטעלט מיין אייגענע דיעטע באזירט אויף דעם יסוד. איך האב געגעסן א ריזיגע גרינצייג סאלאט, ע"פ רוב מיט אוואקאדא אינעווייניג [געזונטע פעטנס, פלוס מאכט זאט], כ'האב מיך דייקא נישט אפגעהאלטן פון אריינלייגן אביסל אויל צו מאכן די סאלאט געשמאק. כ'האב אריינגעריקט א ריזן פארציע דערפון, און ס'האט מיר געהאלטן זאט רוב צייט, מיטן צוגאב פון אביסל פרוכט, פרוכט סאלאט, אדער ווארימע גרינצייג פאר נאכטמאל.

באזונדער בין איך אן עקשן, און ווען דער הונגער האט געגריצלט אביסל, האב איך אים געלאכט אין פנים מיט אזא נקמה געפיל געמישט מיט 'איך גיי מיך נישט לאזן'... די פאקט אז כ'האב פארלוירן אזויפיל, האט מיר געגעבן דעם שטופ אויף ווייטער.

פארט ווייס איך נישט וויפיל מענטשן וואלטן עס געקענט אנהאלטן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:27 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: איך ווייס נישט אויב מ'מעג פארציילן פאר'ן עולם. אבער שלום עליכם. דו האסט דא אריינגעסניעקט צוריק אין אלטן שטיבל אריין...אויב דו באמערקסט. ס'איז שא שטיל...א יעדער שלאפט...עניוועי. דו ביסט צוריקגעקומען בקול דממה דקה. נישט ברעש גדול. ובטראסק חזק...! שקויעך... :lol:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:52 pm
דורך שמעקעדיג
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:אגב, איך זעלבסט בין געגאנגען די לעצטע פיר וואכן אויף א דיעטע, ווי כ'האב נאר געגעסן פרוכט און גרינצייגן.

כ'האב פארלוירן 18 פונט.


דאס זעהט אויס טערעסאנט

אפשר ביסטו מער מרחיב ווי זוי דאס ארבעט ? האסט עס גענומען פין ערגעץ ? א.ד.ג.

כ'פארשטיי נישט, ער רעדט דאך פון גיין אויף דייעט, פארוואס בעטסטו פון אים צו מרחיב זיין, עס איז דאך א תרתי דסתרי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. ברוך שכיוונתי לדעתך הקדשה...אזוי ווי דו ווייסט דאך מסתמא אז איך בין א ליבהאבער פון גוטע ווערטלעך און פאנס. האסטו מיך מחיה געווען. איך בין זיכער אז ס'האטציך שוין געטראפן איינער וועלכער האט מלקט געווען די אלע גוטע ווערטלעך, סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש...אזא חיבור וואלט איך זיכער געקויפט... :lol:

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 10:17 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך הבא כבוד הרב שש, כ'האלט נישט פון דיין דייעט, ס'מאכט דיר אין א שלעכטע גיסטע, קוים אריינגעקומען און פליקט וואו ער גייט נאר:
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=34&t=11139&p=356899#p356899
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=150&p=356891#p356891
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=48&t=11082&p=356879#p356879

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 12:35 am
דורך [NAMELESS]
ח"ו.

צוויי אידן האבן זיך צולאזט צוליב דעם וואס איך בין נישט דארט געווען צוריקצוגעבן, הגם כ'וואלט זיי געקענט אויסטון נאקעט האב איך מיך באגעניגנד מיט קורצע רייד, בבחינת תן לחכם וכו'. דעם דריטן האב איך בכלל נישט אריינגעפליקט, נאר געלויבט.

Re: אין 'דייעט' אחר 'דייעט' אלא לרבות...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 9:08 pm
דורך קלוגע יודל
אדנירם האט געשריבן:
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:אגב, איך זעלבסט בין געגאנגען די לעצטע פיר וואכן אויף א דיעטע, ווי כ'האב נאר געגעסן פרוכט און גרינצייגן.

כ'האב פארלוירן 18 פונט.


דאס זעהט אויס טערעסאנט

אפשר ביסטו מער מרחיב ווי זוי דאס ארבעט ? האסט עס גענומען פין ערגעץ ? א.ד.ג.

די געדאנק האב איך גענומען פון מיינס א פעטער. ביי א משפחה חתונה, האב איך פלוצים באמערק אז מיין פעטער האט געשניטן זיין בויך אין האלב. ער האט מיר געזאגט אז ער האט געגעסן נאר פרוכט און גרינצייגן פאר ארום א חודש, און דאס זענען די תוצאות.

כ'האב ניטאמאל געהאט צייט זיך נאכצופרעגן פרטים, האב איך מיך אויסגעשטעלט מיין אייגענע דיעטע באזירט אויף דעם יסוד. איך האב געגעסן א ריזיגע גרינצייג סאלאט, ע"פ רוב מיט אוואקאדא אינעווייניג [געזונטע פעטנס, פלוס מאכט זאט], כ'האב מיך דייקא נישט אפגעהאלטן פון אריינלייגן אביסל אויל צו מאכן די סאלאט געשמאק. כ'האב אריינגעריקט א ריזן פארציע דערפון, און ס'האט מיר געהאלטן זאט רוב צייט, מיטן צוגאב פון אביסל פרוכט, פרוכט סאלאט, אדער ווארימע גרינצייג פאר נאכטמאל.

באזונדער בין איך אן עקשן, און ווען דער הונגער האט געגריצלט אביסל, האב איך אים געלאכט אין פנים מיט אזא נקמה געפיל געמישט מיט 'איך גיי מיך נישט לאזן'... די פאקט אז כ'האב פארלוירן אזויפיל, האט מיר געגעבן דעם שטופ אויף ווייטער.

פארט ווייס איך נישט וויפיל מענטשן וואלטן עס געקענט אנהאלטן.

וואס טוט מען שבת?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 11:40 pm
דורך [NAMELESS]
געגעסן ווי א יעדן טאג פרוכט און גרינצייגן, און געגעסן א פיצעלע שטיקל חלה, וכהנה ביי די פיש וכו'. אלעס צוזאמען איז אויסגעקומען איין טעלער שבת'דיגע מאכלים, און ס'מאכט נישט קיין גרויסע דיפערענץ אינעם גרויסן בילד, אויב מ'עסט טאקע נאר א טראפעלע פון די מאכלי שבת.