בלאט 1 פון 1

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:51 pm
דורך [NAMELESS]
די עיקר וועם די קינד וויל באמת צופרידנשטעלן, זענען זיינע עלטערן. איז אויב וועט ער זען איז איר מאכט נישט קיין גרויס עסק דערפון, וועט ער נישט פילן אז ס'פעלט עם עפעס פון זיין הצטיינות. פארשטייט זיך, ס'נאר אויב ער איז צוגעשטעלט און די נארמאלע לימודים, ווי גמרא, חו"ר, הלכה וכו'

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:52 pm
דורך געוואלדיג
נישט אמת, ער וויל זיין אויך א חלק פון קלאס, און אוודאי זאלסטו איהם שטופן דערצו, נאר אויב מיינסטו מיט א אמת ער זאל קונה זיין ידיעות און ער איז א מצוין דאן זיי איהן מעודד ער זאל קונה זיין די וויכטיגע ידיעות אין זיינע פרייע זמנים, אפשר מאך איהם מבצעים פאר דעם וכדו', אסאך הצלחה.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:54 pm
דורך חקרן
תרי"ג מצוות איז א הילף פאר א קינד וואס קלערט צו וואקסן אין תורה, וויבאלד בשעת'ן לערנען די גמרא, ווייסט מען יעדע הלכה און מחלוקת, אין וועלכע פון די תרי"ג מצוות דאס גייט אריין, און עס העלפט אים פאר די קלארקייט פון די סוגיות.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:11 pm
דורך יעקב מענטש
איך וואלט אים עניטיים געשטופט צו רוכש זיין ידיעות און די זייטיגע צייטן 'אויב' ער איז באמת אינטערסירט דערין (אפי' שלא לשמה), פארוואס נישט ?, ווען ער וועט אנהייבן צו לערנען אין ישיבה וועט אים עס גיין אסאאך גרינגער, ער וועט זיך פילן אינדערהיים איין די אלע סוגיות, אין אמתן אריין וואלט דאס ווען געדארפט זיין די לימוד א גאנצן טאג אין נישט לערנען גמרא מיט כיתה ה און ו אינגלעך וואס זיי קענען נישט עכט האבן א געהעריגע הבנה אין די טיפע לימודים,

אבער אז ס'גייט מיט צוואנג צו ווייל דער רבי אדער די עלטערן איז די גאנצע זאך נישט אינטערסאנט, ס'וועט אין אים אויפבויען א שטיקל שנאה צו די תורה אדער לכה"פ עס מאכן פילן ווי א 'עול' זייער נישט העלטי, און האב א לאנג טערם השפעה

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 1:09 am
דורך נולד מאוחר
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:עס פאלט זיי נישט ביי צו לערנען מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי באגלייטן, אונזערע מלכים, נביאים, נ"ך, גאונים, ראשונים, און די היסטארישע תקופות פון כלל ישראל, וכדומה.

וויאזוי באגלייטן די ענינים מענטש ?

קריינא דאיגרתא האט געשריבן:און מיין זוהן זעהט נישט די גרויסע גליקן אין קענען תרי"ג מצוות אויסנווייניג.

אלע אנדרע זאכן וואס ער לערנט אין חדר זעהט ער יא די גרויסע גליקן ?