בלאט 1 פון 1

די עתיד פון אידיש

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 4:46 pm
דורך עדיאל
וואס האלט דער עולם איבער די עתיד פון אידיש צווישן קומענדיגען דור חסידים אין אמעריקע. צו גייט זיך אידיש טוישן מיט געוויסע פרטים, למשל אויסשפראך (אקצענט), ווערטער (פארלירן און צוקומען פרישע, סלענג), אדער נייע פראזן, אדער פראזן וואס שטייען צו פארלירן מיינונג. וואס קענען זיין די גורמים צו א טויש? סאציאלע מידיע (קאווע שטיבל, וואצאפ), צייטונגען, פרישע זשורנאלן, איינפלוס פון ענגליש אדער עברית (א שינוי פון די לעצטע זעכציג יאר), אדער פשוט א גרעסערע קאמיוניטי רעדנער. צו האט זיך אידיש געטוישט אין די לעצטע פערציג יאר צווישן אמעריקאנע געבוירענע חסידים, באזונדער צווישן אונגארישע און גאליציאנע אפשטאמיגע?
ס'וואלט געווען אינטערעסאנט ווען דער עולם קען דא לופטערן נביאות'ער.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:40 pm
דורך קאמענטירער
דעס וועט מנהסתם זיין אז די ליטוואקעס וועלן האבן מיט יארען ארום א דיפרענט ענגליש וויבאלד זיי נוצען ענליש טאג טעגליך און אזוי אויך ביים לערנען. ווי מזאגט א וויץ אז א ליטוואק איז אריין אין א באנק ווייל ער האט געוואלט וויסען ״איף טי קערען איז שטייגונג״...