בלאט 1 פון 1
וויפיעל בתי מדרשים האבען בעלזער חסידים גיעפענט אין אמעריקע
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 11:57 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
די אשכול איז אינספייערט געווארען דורך א אנדערע אשכול וואס פרעגט וויפיעל סאטמאר האט גיעפענט. איך האב געזוכט א חסידות צו באשרייבען וואס ס׳ איז פונקט פארקערט פון סאטמער. אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין גרויס ידיעה איבער די בתי מדרשים פון בעלזא אין היות איך ווייס אז ס׳ דא גאנץ אסאך בעט איך דער וואס ווייסט זאל שרייבען
Re: וויפיעל בתי מדרשים האבען בעלזער חסידים גיעפענט אין אמערי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:09 am
דורך חאצקעל שניידער
וויפל האבן די גערער איז אן אינטערסאנטערע שאלה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:29 am
דורך berlbalaguleh
אויב קענעדע הייסט אויך אמעריקע. דאמאלס איז די ביהמ"ד אויף דזשין-מענס אין מאנטריאל. און נאך איינס אין די נייע געגנט. איך ווייס נישט פונקטליך וואו. איך וואוין שוין נישט דארט. נו, ר' שושן פורים שטיי אויף תחיית המתים און רוף דיך אן...! כאטש דו דאוונסט אין סאטמאר אויף האטשיסאן סטריט...!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:46 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:אויב קענעדע הייסט אויך אמעריקע. דאמאלס איז די ביהמ"ד אויף דזשין-מענס אין מאנטריאל. און נאך איינס אין די נייע געגנט. איך ווייס נישט פונקטליך וואו. איך וואוין שוין נישט דארט. נו, ר' שושן פורים שטיי אויף תחיית המתים און רוף דיך אן...! כאטש דו דאוונסט אין סאטמאר אויף האטשיסאן סטריט...!
אויב קענעדע הייסט אויך אמעריקע, דעמאלס איז ציפקע צרות.
ווייל וויאזוי וועט דאן הייסן די הייליגע:
"התאחדות הרבנים דארה"ב
וקאנאדע"?!....
Re: וויפיעל בתי מדרשים האבען בעלזער חסידים גיעפענט אין אמערי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:34 am
דורך דעת תורה
מ'פארציילט אויף א גרויסן רב דאהי אין אמעריקע וועלכער האט געדינט ווי דער נשיא פון איינער פון די ארג.'ס שבארה"ב וקאנאדא, מאכט זיך אמאל א פאליציי האט אפגעשטעלט זיין קאר, נעמט זיך דער דרייווער מסביר זיין פארן פאליציאנט וואסערע חשוב'ע פערזענליכקייט ער פירט דא אין די קאר, און דער פאליס זאל האבן דרך ארץ וכו'. האט ער אים געזאגט אז ער פירט דעם רב, און בתוך הדברים זאגט ער אז ער איז דער נשיא פון די ארגאניזאציע פלונית ד'אמעריקע, עפנט זיך אויף די בעק פענסטער, און דער רב שרייט ארויס: "ענד קענעדע"!
סאו אויב קענעדע הייסט ווען אויך אמעריקע וואלט מיר דערלייגט די מעשה..
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:50 am
דורך [NAMELESS]
דעת תורה האט געשריבן:מ'פארציילט אויף א גרויסן רב דאהי אין אמעריקע וועלכער האט געדינט ווי דער נשיא פון איינער פון די ארג.'ס שבארה"ב וקאנאדא, מאכט זיך אמאל א פאליציי האט אפגעשטעלט זיין קאר, נעמט זיך דער דרייווער מסביר זיין פארן פאליציאנט וואסערע חשוב'ע פערזענליכקייט ער פירט דא אין די קאר, און דער פאליס זאל האבן דרך ארץ וכו'. האט ער אים געזאגט אז ער פירט דעם רב, און בתוך הדברים זאגט ער אז ער איז דער נשיא פון די ארגאניזאציע פלונית ד'אמעריקע, עפנט זיך אויף די בעק פענסטער, און דער רב שרייט ארויס: "ענד קענעדע"!
סאו אויב קענעדע הייסט ווען אויך אמעריקע וואלט מיר דערלייגט די מעשה..
הג"ר אליעזר סילבער זצ"ל, ראש אגודת הרבנים.
דער זעלביגער וואס האט געזאגט ביי ר' אהרן קאטלער'ס לויה: ר' אהרן איז שוין נישט דא, און איך בין שוין אויך אן אלטע איד...
------------------
אמת'דיג גערעדט, איז ער געווען א ריכטיגע אמאליגע טיפ רב, א תמימות'דיגער וואס האט גענומען זיין פאסטן מיטן גאנצן ערנסטקייט און אפיציעלקייט. אבער בפועל איז ער געווען א מורא'דיגער ענותן ואיש תמים. כ'קען דערציילן כמה וכמה סיפורים ממחיש צו זיין דעם נקודה. און במחילת כל הריפסענע בעקיטשעס, וואס שפילן גוט די ענוה געים, אבער שבע תועבות בלבם.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:16 pm
דורך געוואלדיג
צוריק צום נושא פון די אשכול,
אין מאנסי האבן זיי מיין איך 3 ביהמ"ד אויף מעיפל טערעס, אויף מעין סטריט די ישיבה, און אויף דיקעיטאר,
האב איך אויסגעלאזט?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:19 pm
דורך שמעון וואלף
אין וויליאמסבורג צוויי, איינס אויף הופער און איינס אויף קיעפ
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:24 pm
דורך [NAMELESS]
אין ב"פ האבן זיי 10 צו אפילו מער.
ס'נישט קיין וואונדער, ווייל זיי ציילן ארום טויזנט משפחות אין ב"פ [כך מפי השמועה].
Re: וויפיעל בתי מדרשים האבען בעלזער חסידים גיעפענט אין אמערי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:22 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
באקומען אין אישי. בתי מדרשים בעלזא בארא פארק. 43&13. 43&15. 15&50. 18&51. 9&46. 12&50. 36&12. 45&13. 39&13. אין ווילי איז דא נאר איינס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז מיטן נייע בעלזא שכונה אין לעיקוואד? האבן זיי דארטן אן אייגן ביהמ"ד?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:40 pm
דורך שמעון וואלף
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:באקומען אין אישי. בתי מדרשים בעלזא בארא פארק. 43&13. 43&15. 15&50. 18&51. 9&46. 12&50. 36&12. 45&13. 39&13. אין ווילי איז דא נאר איינס.
כ'האב שוין פריער געשריבן וועגן ווילי
שמעון וואלף האט געשריבן:אין וויליאמסבורג צוויי, איינס אויף הופער און איינס אויף קיעפ
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:04 pm
דורך [NAMELESS]
ביהמ"ד סקאהל/בעלז אויף sherif st אין די איסט סייט ,
Re: וויפיעל בתי מדרשים האבען בעלזער חסידים גיעפענט אין אמערי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:05 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
שמעון וואלף מ׳ שרייבט מיר אין אישי אז די ביסט א מחנובקער
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:08 pm
דורך שמעון וואלף
קוק איבער די קעפל פונ'ם אשכול. בעלזע חסידים האבן געפענט די בית מדרש; די מושג בעלז-מחנובקה האט דאן נאכנישט עקזיסטירט.