וואס איז די שמחה לג בעומר?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

וואס איז די שמחה לג בעומר?

שליחה דורך קאך_לעפל »

בר יוחאי נמשחת אשריך... שמן ששון מחבירך.... או...או.... בר יוחאי נמשחת אחריך שמן ששון מחבירך....

אויף די לאנגע געדרייטע שאסייען וואס פירן צום קליין פארשטיפטן דערפל מירון, שלענגלען זיך צעדנליגע טויזענער אויטוס און אוטובוסען, איבערגעפאקט מיט שווערע טויזענעטער רייזענדער, פון אלע שיכטען אין קרייזען, חסידישע אידן מיט די טראדיציאנאלע אייראפישע חסידישער טראגע, מזרחיסטן מיט זייערע כיפה סריגה'ס, ספרדים מיט זייערע ווייסע דאטשיקלך, ווילדע נא נח'ס מיט זייערע לאנגע צופלאשקעטע פייאות, ירושלימער קנאים מיט געשטרייפטע קאפאטעס, פרייע יונגען מיט צולאזטע טשופניקעס, כולם נקבצו ובאים לך... אלע פארמאגן בלויז איין דיסטאנאציע, מירון...

אין די לעצטע יארן, האט זיך דער מירון פיבער אריבערגעכאפט קיין חוץ לארץ אויך, נישט בלויז ביי בני עליה, נאר אפילו ביים פשוטען המון עם, און נישט בלויז ביי מענער, נאר אויך דער עזרת נשים האט באקימען דער מירון פיבער, און האבן זיך גענומען מאסענווייז פארן קיין מירון.

פארוואליע, וואס גייט דא פאר? פארוואס פארט יעדער קיין מירון? וואס איז די שמחה דא?

זייער פשוט אין דעם קליינעם דערפל מירון האט מען פאר א קנאפע 2 טויזענט יאר ציריק באהאלטען דעם ג-טליכען תנא רבי שמעון בר יוחאי, עס איז גאר נישט צוגעגאנגען אזוי פשוט... די אנשי ציפורי האבן דירך געפירט בלוטיגע ריאטען אין די גאסן פון גוש חלב, זיי האבן קאטאגאריש פארלאנגט אז מען זאל רבי שמעון באערדיגען אין ציפורי.. אבער עס האט זיי אבער גאנץ-קנאפע געהאלפן, דער מיטה פון רבי שמעון האט זיך געהויבן אין די ליפטען, ווי א פארגעשריטענער קאמפ עראפלאן, און זי האט געלאנדעט אין מירון, ווי ער איז געקומן לקבורה, און די ברויזענדע ציפורי איינוואוינער זענען געבליבן מיטן צינג אונדרויסען....

נא! זאל זיין אזוי רבי שמעון ליגט אין מירון! אשר על כן? אין גאנץ ארץ ישראל אויף יעדען בערגעל און שטענגל, ליגען באהאלטן אבות הק', נבואים, כוהנים גדולים, תנאים, אמוראים, און עס קומען נישט קיין מאסן, מען טיילט נישט קיין ח''י רוטל, מען באמבעט נישט מיט גיין מוזיק, מען שאטערט נישט קיין פרעס-שאטערס, מען פארקויפט נישט קיין ישיעות פאר 18 דאלאר.... וואס איז ביי רבי שמעון אנדערש? וואס איז דער גאנצער באלאגאן? וואס האט רבי שמעון מיט מיר? און וואס האב איך מיט רבי שמעון? עכ''פ מער ווי אנדערע תנאים?

נאך לאנגע פארמאטערטע נעכט פון פארשן און נאכזוכן אין אלטע ארכיווען, און אין אלטע פארשטויבטע פארגעלטע כתבי ידות, האב איך ענדליך באוויזען צו שאפן א שטיקל ליכט אויף די סיטואציע, און ארויסקומען מיט א שטיקל הסבר איבער דעם ל'ג בעומר אין מירון סומטאכע...

רבי שמעון בן יוחאי איז נסתלק געווארן אינעם טאג ל''ג בעומר ג''א תתק''כ, 92 יאר נאכן חורבן הבית, און אינעם טאג וואס רבי שמעון איז נסתלק געווארן האט ער מגלה געווען גאר טיפע הייליגע סודות התורה, וואס קיין מענטשליכע אויער האט נאך קיינמאהל נישט געהערט, די סודות זענען נאך געווען פול מער ווי די סודות וואס ער האט מגלה געווען ביי די ערשטע אידרא וואס ווערט געברענגט אין זוה''ק פרשת נשא.

אין שמחה כשמחת התורה...

די הייליגע שכינה מיט דער גאנצער פמליא של מעלה, ווי אויך די נשמות פון די פארשטארבענע צדיקים פון גן עדן, אלעס איז אראפגעקומען פון די הויעכע סעפערן צו הערן די גאר הייליגע סודות וואס רבי שמעון איז מגלה, דער הויז ווי רבי שמעון איז געליגען איז געווען ארום גענומען מיט אן העליש פייער פון הימעל.. און קיינער חוץ זיינע גאר נאנטע די תלמידים האט נישט געהאט אהין קיין צוטריט... און די הייליגע שמחה וואס האט געהערשט דארט בשעת רבי שמעון האט מגלה געווען די רזין דרזין, האבן מיר אפילו קיין השגה נישט, די הייליגע שכינה, די שרפי מעלה, די הייליגע נשמות אלעס האט זיך געפרייט בחדוותא עלאה, הערענדיג די הייליגע סודות וואס רבי שמעון איז מגלה בקדישה ובטהרה, ברתת ובזיעה, כנתנתן מסיני.... ביז ער האט אויסגעהויעכט זיין שלימותדיגע נשמה, ווער ער האט גענדיגט מיט די ווערטער כי שם צוה ה' את הברכה חיים.... דאן.. ניצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש, ועלה רבי שמעון בסערה השמימה..

עס שטייט אין די הייליגע ספרים, אז יעדעס יאר לג בעומר ווערט נתחדש אין די הויעכע הימלען, דער זעלבער שמחה וואס האט דאן געהערשט ווען רבי שמעון האט מגלה געווען די סודות התורה... לג בעומר הערשט א געוואלדיגע שמחה אין די הויעכע הימלען... די שכינה הק' איז איינגעהילט אין א געוואלדיגע פרייד.... די זעלבע פרייד וואס זי האט געהאט, ווען רבי שמעון האט מגלה געווען די הייליגע סודות ביום פטירתו...

דעריבער איז פארשטענדליך אז די אלע וואס טרויערן מיט, מיט די הייליגע שכינה ווען זי איז בצער, פרייען זיך מיט, מיט די הייליגע שכינה ווען זי איז בשמחה.. דעריבער לג בעומר ווען די שכינה הק' איז בשמחה, קענען זיי זיך פשוט נישט גענוג דערפרייען, די שמחה רינט איבער די ברעגעס. טרערן פון שמחה און אהבה גיסן זיך פון זייערע אויגן.. עס איז זייער פארשטענדליך....

דא קומט אבער דער גרויסער אבער..

די אלע וואס קימערן זיך נישט בצער השכינה, און זענען איר מצער מידי יום ביומו... לעבן אין שוואויל-טאג און אין תאוות, וואס איז זייער שמחה לג בעומר? וואס האבן זיי פארלוירן ביים הייליגען תנא רבי שמעון? פארוואס קומען זיי בכלל קיין מירון? סתם צו מאכן א געדרענגעניש און צו שטערן די וואס פרייען זיך מיט מיט די הייליגע שכינה? גייטס אייך קיין אילת און לאזט צורוה די יודן וואס פרייען זיך מיט די הייליגע שכינה....

למעשה האב איך אבער יא געטראפן א שטיקל לימוד זכות... עס איז א דבר פשוט אז ווען דער קעניג איז אין א גוטע גיסטע, אין א גוד מוד.. קען ביי אים אלעס פוילן... אפילו די פארברעכער וואס דערצערענען דעם מלך, האבן א אפענע אויער ביים קעניג ווען ער איז בשמחה.... דעריבער איז יעדער א מחותן.....

רבותי לג בעומר איז דער קעניג בשמחה... לאמיר אויסניצן דעם הייליגען טאג וואס דער קעניג איז אין א גוד מוד.. און לאמיר זיך אויסבעטען אלעס גוט'ס, און די עיקר העקרים אז ומלכות זדון תעביר מן הארץ, ותמלוך אתה ה' לבדך על כל מעשיך, בביאת גואלינו ומשיחינו בב''א

אנא ה' הושיעה נא... בזכות אדונינו בר יוחאי... אנא ה' הצליחה נא בזכות רבי שמעון צדיקא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר