אן אצבע משולשת לכבוד לעיקוואד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:55 pm
אין אומרים בפני המת אלא דבריו של מת, יעצט אז לעיקוואד האט אונז איבערגעלאזט קענען מיר רעדן איבער אים און אים מחיה מתים זיין מיט די טל של תחיה וואס ארבעט פאר אט דעם גאון משונה.
צוערשט א עובדא וואס בדידי הוי עובדא מיט מרן:
יום כיפור ביי ונתנה תוקף קום איך אריין אין שול, די גאנצע שול איז פארדבקות'ט און מען וויינט, בנפשו יביא לחמו, אוי לחמו, אבער מרן לעיקוואד זיצט אויפן בענקל, זיין טערקישע טלית פארווארפן כמעט ביז טערקיי, זיין קיטל אויסגעטון, ער זיצט אין די ריזן געלע טלית קטן, די רש"ש סידור פארקלאפט, אין די הענט האלט ער א מי השילוח און ער שמייכלט. איך פרעג לעיקוואד וואס איז די שמייכל, פארוואס צייגסטו א מיטלסטע פינגער פארן גאנצן ונתנה תוקף, פארן גאנצן מושג פון תשובה?
לעיקוואד געט זיך א רייס אויף און הייבט אן גיסן פעך און שמאלץ "איך קאפוטיליר נישט, איך באוויין נישט מיין עבר, איך גלייב אז וואס איך האב געטון איז געווען רצון ה', דער איזשביצער זאגט, און אוודאי איז ער גערעכט אז גאט איז דער וואס שטופט מיר צו עבירות, און די סייענס פון גענעטישקייט צייגט אזוי, איך האלט נישט ביים זיך משפיל זיין מיין צלם אלקים און וויינען.. יא, אויב איך האב געטון עפעס ראנג דארף איך זעהן וועגן צו פארריכטן, אבער אסאך זאכן איז נישט אין מיין קאנטראל, ווי אדם האט געזאגט אכלתי ואוכל עוד, און בפרט על פי קבלה איז מיין חלק הזכרות מנשמת קין, עס איז א ביזיון האדם והשפלת צלם אלקים צו וויינען, איך בעט נישט איבער גאט, איך בין העכסטנס גרייט צו איבערבעטן זיך מיט גאט, איך וועל ארבעטן אויף אביסל מער קאנטראלירן זיך, אבער גאט מוז אויך ווייזן מער זיינע חסדים הנגלים והנסתרים און אויפהערן מיט די הסתרת פנים.... די גאנצע וויינען דא האט נישט קיין פשט"
די לעיקוואדגעיט סומאטאכע איז פארצווייגט און שווער, הללו מחייבים והללו מזכין. געוויסע זאגן אז ער האט זיך אויפגעפירט ווי א ראגעטשאווער אין א כולל אברכים (ניין, נישט ווי א נארמאלער מענטש אין א כיתה ג', שאץ זיך נישט אונטער, און אויטאמאטיש וועט נישט יעדער זיין א כיתה ג' יונגל) און געוויסע זאגן אז לעיקוואד מוז מען באהאנדלען מיט זיידענע הענטשוך. עד כדי כך אז הוגה און יאיר שרייבן קינות, מען בעט איבער, פעטיציע דרייווס און הוגה נעמט אפיר פון גירסא דינקותא בוידעם סיפורי קודש פון סאטמאר רב. אנדערע קאנסיפראטארן זאגן אז זינט אין אנשי שם איז ערשינען א פולע ביאגראפיע איבער לעיקווד, פארשטייט זיך למורת רוחו, כידוע שבורח מן הכבוד כמטחוי, האט ער שוין באקומען זיין כבוד האחרון און ער קען שוין גראדואירן פון כיתה ג', גוד לוק מיט טרעפן נבונים אויף דיין לעוועל.
אבער וואס איז די געוויינעכץ דא פאר לעיקוואד? ער קוקט און ווייזט א מיטלסטע פינגער. אזוי צו אראפלאזן זיך? שעלט אים, שפעט אים אפ, אפשר וועט ער צוריקקומען. וואס איז די בקשת מחילה און התנצלות המוני? לעיקוואד איז געגאנגען, די אבידה איז גרויס, אבער דער עקשן דקדושה לאזט נישט וויינען.
הערסט לעיקוואד, נאדיר א מילסטע פינגער!
זיך בעטן ביי דיר איז א השפלה, העכסטנס זיך איבערבעטן, אפשר.