"חסיד'ישע מעשיות"...
"חסיד'ישע מעשיות"...
שוין א לאנגע צייט וואס ס'גארט מיר דאס הארץ צו עפענען אן אשכול, אראפצוברענגען חסיד'ישע מעשיות וואס מ'דארף נישט מסביר זיין ווי Funny, מאדנע, טשיקאוו, און אומריכטיג דאס הערט זיך. נאר די מעשה אליין זאל רעדן פאר זיך.
כמובן, אז מעשיות פון די אמאליגע לעהמאן סטייל מעשה ביכלעך אן קיין שום מקור, איז ניטאמאל ווערט דן צו זיין דערויף. זיי האבן עס געבאקן בשעת'ן שרייבן. איך רעד פון מעשיות וואס קומען אפיציעל מיט מקורות פון פלוני אלמוני, צו זאגאר פון א צדיק פלמוני. די סארט מעשיות זענען די געשמאקסטע, צו זען ווי מענטשן דערציילן די מעשה'לעך אן קיין בושה.
נעכטן איז געווען די שטרוי וואס האט צובראכן דעם קעמל'ס רוקן, די פאלגנדע מעשה, און דערפאר האב איך מחליט געווען אז הגיעה השעה צו עפענען דעם אשכול. און יעדער וואס האט עפעס א גוטס מיט א כלומר'שטע מקור, א מעשה, מופת, עובדא, און מנהג סטייל סיפור, איז מכובד אונז מהנה צו זיין דערמיט.
וזה החלי:

אין המחנה החרדי פ' תרומה תשע"ה, געדריקט דעם פאלגענדן מעשה וואס דער מספר האט געהערט פון זיין שווער [כמדומה געהערט מפי בעל העובדה]:
האט א איד דערציילט פאר ר' אהר'לע בעלזער, אז זיין טאטע האט נאך זוכה געווען צו פארן צום ערשטן בעלזן רב, ר' שלום'קע, און ער האט אליינס מיטגעהאלטן דעם מעשה ביי אים. אז איינמאל איז דער בעלזער רב ארויס פון שול, און האט געזען צוויי פייגלעך קוויטשקענען איינער צום צווייטן, איינער איז געשטאנען אביסל העכער, וואו ס'איז געווען א 'מקום קבוע' פאר פייגלעך צו קאלעצן, און די צווייטער איז געשטאנען אביסל נידעריגער.
דער בעלזער רב האט באטראכט א שטיק צייט די פייגלעך מיטן פולן אויפמערקזאמקייט. און פלוצים האט דער אויבערשטער פייגל אראפגעפאלן צום ערד, טויטערהייט, און דער אונטערשטער פייגל איז ארויפגעפלויגן צום פלאץ פון ווי דער מת איז אראפגעפאלן, און האט אנגעהויבן צו מצפצף זיין צופרידענערהייט. דאן האט זיך דער בעלזער רב אויסגעדרייט און אוועקגעגאנגען. די חסידים האבן גלייך פארשטאנען אז עפעס מיינט דאס, האבן זיי געפרעגט דעם רב פשט אין די מעשה.
האט בעלזער רב געענפערט ווי פאלגענד: די צוויי פייגלעך האבן זיך גע'טענה'ט. דער אויבערשטער פייגל האט גע'גנב'עט דעם פלאץ און האט זיך נישט געהאלטן ביים ריקן, און דער אונטערשטער פייגל האט גע'טענה'ט אז ער האט שוין חזקה מאבותיו ואבי אבותיו דארטן צו שטיין, און דער אויבערשטער פייגל איז א פשוט'ע גנב. האב איך נישט געהאט קיין ברירה, און כ'האב מיך געמוזט אריינמישן אינעם פלוגתא זייערן, און צוריקגעבן דעם פלאץ פאר וועם עס קומט...
עד כאן המעשה.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אז די גייסט אויף דעם דרך גיימיר שליסן דעם שמועס דא ושלום על שלום.
איי וואס ''איין'' חודש אויף ק''ש קען טוהן מיט א איד פחדים!
איי וואס ''איין'' חודש אויף ק''ש קען טוהן מיט א איד פחדים!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
די פראבלים מיט די מעשה דערציילערס איז אז זיי ווילן אביסל צופיצן די מעשה עס זאל זיין מער אינטערעסאנט. און זיי כאפן נישט אז מיט דעם הרג'ענען זיי אפ די מעשה.
לו יהא אז די מעשה איז אמת, איז דאס ווארשיינליך געווען א נארמאלע שמועס, ער האט געזען ווי די צוויי פויגלען קריגן זיך און איינער הרג'ט דעם צווייטן, און ער האט זיך אונטערגעשמייכלט זעענדיג ווי זיי קריגן זיך וועגן א נארישע פלאץ וואו צו שטיין. און אפשר האט ער אפילו געזאגט אז מען קען זיך לערנען א מוסר השכל דערפון אז אזוי ווי מיר לאכן פון די נארישע פויגלען וואס קריגן זיך, די זעלבע נאריש זענען מיר אויך ווען אונז קריגן זיך.
איז געגאנגען דער שרייבער און געמאכט דערפון א גאנצע נארישע מעשה.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: "חסיד'ישע מעשיות"...
טראכט אז די חלק מעשה וואס מאכט דיר נישט קיין סענס איז נישט אמת.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
כתבי ר"י שו"ב, ר"מ מלכוויטש אות כ"ח:
איינמאל פאר פסח האט מען ארויסגעטראגן דעם בעט פונעם רבי'ן ר' מרדכי לעכאוויטשער, כנהוג [-זעט אויס עס אפצורייניגן], און דער ר' משה'לע קוברינער - זיין תלמיד - האט געזען אז ס'דא דארטן א לייז [-פשפש] וואס קריכט ארום.
בתוך כך האט דער לעכאוויטשער דאס געזען, האט ער זיך אנגערופן: "גלוי וידוע לפני מי שאמר והי' העולם, אז דאס איז נישט פון מיר, נאר עס איז אנגעקראכן פון ערגעץ", עכ"ל.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ברסלבער האט געשריבן:די פראבלים מיט די מעשה דערציילערס איז אז זיי ווילן אביסל צופיצן די מעשה עס זאל זיין מער אינטערעסאנט. און זיי כאפן נישט אז מיט דעם הרג'ענען זיי אפ די מעשה.
לו יהא אז די מעשה איז אמת, איז דאס ווארשיינליך געווען א נארמאלע שמועס, ער האט געזען ווי די צוויי פויגלען קריגן זיך און איינער הרג'ט דעם צווייטן, און ער האט זיך אונטערגעשמייכלט זעענדיג ווי זיי קריגן זיך וועגן א נארישע פלאץ וואו צו שטיין. און אפשר האט ער אפילו געזאגט אז מען קען זיך לערנען א מוסר השכל דערפון אז אזוי ווי מיר לאכן פון די נארישע פויגלען וואס קריגן זיך, די זעלבע נאריש זענען מיר אויך ווען אונז קריגן זיך.
איז געגאנגען דער שרייבער און געמאכט דערפון א גאנצע נארישע מעשה.
ברסלבר: און אפשר האבן זיך די צוויי פייגלעך געקריגט איבער א פלאץ וואו צו שטיין אויף די פארענטשעס און הערן דעם רעבין'ס תורה און זעהן ווי ער איז מעלה די ניצוצות הקדושות פון די שבת'דיגע מאכלים...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
אדנירם האט געשריבן:
דער אמשינובער רבי פון אמעריקע, ר' איציקל זצ"ל, האט דערציילט: איינמאל האבן די צוויי צדיקים, דער קאצקער און דער וואורקער, זיך געטראפן ביינאכט פאר מעריב. און זיי האבן זיך מתווכח געווען א גאנצן נאכט [בפשטות איבער די צוויי היפוכיים אין הנהגה] עד שהאיר השחר. דאן האט זיך דער וואורקער אנגערופן: "קאצקער רבי, איר וועט נישט אויספירן". האט דער קאצקער געענטפערט: "שלמה המלך האט אויך נישט אויסגעפירט". האט דער וואורקער צוריקגעענטפערט: "ווען שלמה המלך וואלט געוואוסט אז ער וועט נישט אויספירן, וואלט ער נישט אנגעהויבן". ע"כ.
אדנירם האט געשריבן:דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, ר' איציקל זצ"ל, האט דערציילט אז דער קאצקער האט זיך אמאל אנגערופן: "ס'נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש". איז פונקט דארט געווען דער ערשטער אמשינאווער רבי, ר' יעקב דוד, האט ער זיך אנגערופן: "דער טאטע [ר' איציק'ל וואורקער] האט געזאגט, אז א רבי איז געגליכן צו א בעל עגלה: פאר ער שפאנט איין דעם פערד קוקט ער מיט וועמען ער גייט פארן, אז דער פערד איז שוין איינגעשפאנט נעמט ער יעדן ארויף". האט דער קאצקער זיך אויסגעדריקט "האט ער גאזאגט!". האט אים דער אמשינאווער געענטפערט: "אז דער טאטע האט געזאגט, איז אזוי!". האט דער קאצקער זיך מסביר געווען: "איך האב געמיינט צו זאגן האט 'ער' געזאגט, אייער טאטע האט עס טאקע געקענט זאגן, מיר קענען עס נישט זאגן".
אדנירם האט געשריבן:ווען ר' איציק'ל וואורקער איז אמאל געווען ראש השנה ביים חוזה, איז געקומען פאר תקיעת שופר און דער רבי האט געזאגט אז ער קען נישט אריינקומען. עפעס א גזירה הענגט און ער דארף עס אראפנעמען. פלוצים דרייט זיך דער חוזה אויס צום וואורקער און פרעגט אים וואס ער האט היינט עפעס מחדש געווען אין לערנען. ענטפערט אים דער וואורקער, אז ער האט געלערנט די דין אז א קרוב איז פסול לעדות און קען נישט זיין פונעם בי"ד אים דן צו זיין, און ס'איז אים שווער געווען, מילא אויב ער וויל מעיד זיין גוטס אויף זיין קרוב, איז ער נישט באגלייבט, אבער אויב ער וויל זאגן עפעס שלעכטס וואלט מען אים הערשט געדארפט גלייבן אז ס'מוז זיין אמת?! נאר כ'האב מיך אויסגעדרינגען פון דא - האט דער וואורקער אויסגעפירט - אז איינער וואס קען מעיד זיין שלעכטס אויף זיין קרוב, איז פשוט קיין מענטש נישט, און דערפאר איז ער פסול לעדות...
אדנירם האט געשריבן:אזוי אויך האט רבי ישראל פילוב'ער - א זון פון ר' דוד'ל קאצקער, א זון פון ר' מענדלע קאצקער - דערציילט, אז איינמאל איז דער אמשינאווער געקומען קיין קאצק אויף א שבע ברכות, און ער האט געטרינקען גוזמאות, און אין קאצק האט מען 'געקענט טרינקען'... און אפילו לויט זייערע השגות איז עס שוין געווען צופיל. האבן די שארפע קאצקע חסידים אים געגעבן מער און מער צו טרינקען וועלנדיג ער זאל ווערן שיכור... אבער מ'האט גארנישט געזען אויף אים. שפעטער איז ער געגאנגען צו זיין אכסניא און די קאצקע האבן אים באגלייט וועלנדיג זען וואס גייט זיך דא אויסקאכן. שפעטער זענען די קינדער פונעם קאצקער אים געקומען באזוכן, האט ער ווידער געשטעלט משקה און געטרינקען גוזמאות, און שפעטער איז דער עולם געקומען 'זיך צו פראוון', און בעפאר ער האט אויפגענומען דעם עולם "האט ער זיך געגעבן אפאר שאקל, און ער איז געווארן ווייס ווי קאלעך. און עס איז געווען נאכן טרינקען". האט דער פילובער אויסגעפירט, אז דא האט ער געזען בפועל וואס חז"ל זאגן אין מסכת ב"ב י' ע"א "יין קשה פחד מפיגו".
אדנירם האט געשריבן:דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, ר' איציקל זצ"ל, האט דערציילט, אז איינמאל ווען ער האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה זייער שפעט, האבן אפאר 'שארפע אידן' זיך דערוואגט צו פרעגן היתכן, וואס איז דער טעם פון דאווענען אזוי שפעט. האט ער זיי געעפנט א ספר הזוהר און געוויזן "דא שטייט דער זמן מנחה". האבן די חברה אנגעהויבן אריינקוקן און גארנישט פארשטאנען... און אינמיטן האט זיי אנגעכאפט א פחד, און זיי זענען אנטלאפן.
אדנירם האט געשריבן:און צום לעצט קומט דער טיפישער אמשינאווער אנקעדאט, אז דער אמשינאווער פלעגט אריינציען דעם שלש סעודות טיף אינעם נאכט אריין. איינמאל איז זיין זון, ר' מנחם'ל, ארויס אינמיטן של"ס צו דאווענען מעריב און מאכן הבדלה. ווען דער טאטע ר' יעקב דוד'ל האט געענדיגט פראווענען של"ס, איז ער אריין צו זיך אין צימער בעפאר'ן דאווענען מעריב, און ער זעט ווי זיין זון האט שוין געמאכט הבדלה, און פון די אנדערע זייט האט זיין איידעם, דער רבי ר' מאיר'ל פון פרשיסכא, נאך געהאלטן אינמיטן די שבת'דיגע דאווענען פון שחרית... [ער איז א ריכטיגער פארגייער פונעם היינטיגן רבי'ן, זייענדיג באוואוסט אלס דער מערסט פארשלעפטער רבי ביז דער היינטיגער אמשינאווער. אי"ה וועט ער זוכה זיין צו אן ארטיקל פאר זיך]. האט ר' יעקב דוד'ל זיך אנגערופן בבדיחות הדעת: "יעצט ווייס איך שוין נישט ווי איך האלט"...
אדנירם האט געשריבן:אגב, דער מעשה דערמאנט מיך פון וואס איך האב אמאל געליינט אין סוף ספרי קדשי יהושע, להגאון ר' אליהו יהושע געלדצעהלער שליט"א ולרפו"ש [טאטע פון ר' אליעזר זצ"ל, ואחיו הגדול ר' דניאל שליט"א, ראשי ישיבת אור ישראל], ווי בתוך זכרונותיו דערציילט ער וויאזוי ס'האט אויסגעזען ביי א טיש פון ר' שמעון שלום אמשינאווער - ווי הגראי"ג האט זיך אסאך געדרייט, און דאס ענדלט ממש אין די אויבנדערמאנטע מעשה. ער זאגט אז ר' שמעון שלום האט געגעסן פיש, זיין זון ר' מאיר'ל האט געהאלטן אינמיטן דאווענען, און ר' מאיר'ל איידעם - ר' חיים מיליקאווסקי [היינטיגע אמשינאווער רבי'ס טאטע] האט געלערנט א לומד'יש ספר...
איך דארף ברענגען נאך מעשיות?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
אדנירם האט געשריבן:כתבי ר"י שו"ב, ר"מ מלכוויטש אות כ"ח:
איינמאל פאר פסח האט מען ארויסגעטראגן דעם בעט פונעם רבי'ן ר' מרדכי לעכאוויטשער, כנהוג [-זעט אויס עס אפצורייניגן], און דער ר' משה'לע קוברינער - זיין תלמיד - האט געזען אז ס'דא דארטן א לייז [-פשפש] וואס קריכט ארום.
בתוך כך האט דער לעכאוויטשער דאס געזען, האט ער זיך אנגערופן: "גלוי וידוע לפני מי שאמר והי' העולם, אז דאס איז נישט פון מיר, נאר עס איז אנגעקראכן פון ערגעץ", עכ"ל.
גראדע האב איך געטראכט א ביאור אויף דעם, אז ס'זאל זיין יתכן להיות אמת.
ע"פ דברי הגמ' בברכות י' ע"ב:
ותאמר אל אישה הנה נא ידעתי כי איש אלהים קדוש הוא, אמר רבי יוסי ברבי חנינא: מכאן שהאשה מכרת באורחין יותר מן האיש; 'קדוש הוא' - מנא ידעה? רב ושמואל, חד אמר שלא ראתה זבוב עובר על שולחנו.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: "חסיד'ישע מעשיות"...
אדנירם האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:כתבי ר"י שו"ב, ר"מ מלכוויטש אות כ"ח:
איינמאל פאר פסח האט מען ארויסגעטראגן דעם בעט פונעם רבי'ן ר' מרדכי לעכאוויטשער, כנהוג [-זעט אויס עס אפצורייניגן], און דער ר' משה'לע קוברינער - זיין תלמיד - האט געזען אז ס'דא דארטן א לייז [-פשפש] וואס קריכט ארום.
בתוך כך האט דער לעכאוויטשער דאס געזען, האט ער זיך אנגערופן: "גלוי וידוע לפני מי שאמר והי' העולם, אז דאס איז נישט פון מיר, נאר עס איז אנגעקראכן פון ערגעץ", עכ"ל.
גראדע האב איך געטראכט א ביאור אויף דעם, אז ס'זאל זיין יתכן להיות אמת.
ע"פ דברי הגמ' בברכות י' ע"ב:ותאמר אל אישה הנה נא ידעתי כי איש אלהים קדוש הוא, אמר רבי יוסי ברבי חנינא: מכאן שהאשה מכרת באורחין יותר מן האיש; 'קדוש הוא' - מנא ידעה? רב ושמואל, חד אמר שלא ראתה זבוב עובר על שולחנו.
קענסט מיר מסביר זיין מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר ?
וואסערע קו משקולת האסטו מחליט צו זיין וועלכע מעשיות מאכן יא אדער נישט קיין סענעס ?
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
"חסיד'ישע מעשיות"...
אדנירם האט געשריבן:אויווי ברסלבער,
און אויב יא, ווייס איך שוין נישט וואס צו טראכטן אויפן בעלזער רב...
מיר גלייבען אבער אז די צדיקים קדושי עליון איז יעדע שיחת חולין זייערע געווען סודות התורה וואס מיר האבן נישט קיין שמץ מנהו השגה און אויב איז עס אמת איז מי יעמד בסוד קדושים, כבין זיכער סגעווען א פליטת קולמוס נישט אזוי טעות לעולם חוזרת , גרעסערע פון דיר האבן געמאכט טעותים נישט אזוי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקעל שניידער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
שלום עליכם א באנדע לצים
מען קומט דא חוזק מאכן פין צדיקים מלאכי עליון שרפי מעלה וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין זייערע שיחות חולין של ת''ח וואס ליגט באהאלטן סודות נפלאים ונוראים
קומט איינער אדנירם מיט א מאך אוועק מעשיות מיט א שטיק ליצנות איז נישטא קיין גרעסערע אפיקורסות אין צדיקים
אוי האלטן מיר שוין אין גאר א נידריגע דור ווי מיר דארפן זיך האלטן אין אמונת צדיקים מיט שווערע קייטן...
מען קומט דא חוזק מאכן פין צדיקים מלאכי עליון שרפי מעלה וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין זייערע שיחות חולין של ת''ח וואס ליגט באהאלטן סודות נפלאים ונוראים
קומט איינער אדנירם מיט א מאך אוועק מעשיות מיט א שטיק ליצנות איז נישטא קיין גרעסערע אפיקורסות אין צדיקים
אוי האלטן מיר שוין אין גאר א נידריגע דור ווי מיר דארפן זיך האלטן אין אמונת צדיקים מיט שווערע קייטן...
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: "חסיד'ישע מעשיות"...
אוועק מאכן מעשה איז נישט אפיקורסות אבער אוועק מאכן א צדיק וועגן מעשה אי עפעס אנדערש, און אוועק מאכן א מעשה וועגן סמאכט נישט סענס איז א דריטע זאך…