בלאט 1 פון 2
ס'ווערט געזוכט א עקטער!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:55 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך זיך צוויי עקטער'ס, בערך פופציג יאר אלט, פאר א ערנסטע פילם, אין די קומענדיגע וואכן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:59 pm
דורך קאך_לעפל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך זיך צוויי עקטער'ס, בערך פופציג יאר אלט, פאר א ערנסטע פילם, אין די קומענדיגע וואכן
אין טשערנאבל האט מען נישט געהאלטן פון די זאכן.....
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:14 pm
דורך [NAMELESS]
אבער היינט שוין יא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:15 pm
דורך קאך_לעפל
בן אדם האט געשריבן:אבער היינט שוין יא
נשתכח דרך הבעל שם?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:16 pm
דורך יתרו
האסט שוין אנגעפרעגט ביי קאפי'נען
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:18 pm
דורך רויטע וואנצעס
אויב בין פארשטעלט ווי א 50 יעריגע איז אויך גוט?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:24 pm
דורך מנשה לוסטיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב בין פארשטעלט ווי א 50 יעריגע איז אויך גוט?
ניין, מ'דארף איינער וואס קען שפילן א רב, און נאך איינער וואס קען זיין אביסל יונגער, לאמיר זאגן פערציג און העכער
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:40 pm
דורך איך אויך
ר' בערעלינו זעהט מיר אויס געאייגענט דערפאר.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:41 pm
דורך יתרו
ער איז שוין צו אלט...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיין איינציגסטע האפענונג פאר א ברעיק אין האליוואד איז נאר וואס פארלאשן געווארן ווי א יקנה"ז ליכט, איך בין אונטער 40, לדאבון כל בית ישראל.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:44 pm
דורך יואב
/
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:45 pm
דורך איך אויך
יתרו האט געשריבן:ער איז שוין צו אלט...
מיט עפעקטס קען מען עם מאכן אויסזעהן יונגער. די שאלה איז וויפיל איז מנשקה'ס באדשעט.
Re: ס'ווערט געזוכט א עקטער!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:56 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
איינער מיט זייער א לאנגער בארד קען זיין יונגער ווי 40?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:58 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך אויך האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:ער איז שוין צו אלט...
מיט עפעקטס קען מען עם מאכן אויסזעהן יונגער. די שאלה איז וויפיל איז מנשקה'ס באדשעט.
מ'דארף נישט אפעקטן, מ'דארף פאקטיש.
ס'נישט מיין בודזשעט, איך בין פשוט א שליח, פון דער דירעקטאר, וואס וויל לכתחילה פון אונזערע איידער פארשטעלן א פרעמדן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
מנשה לוסטיג האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב בין פארשטעלט ווי א 50 יעריגע איז אויך גוט?
ניין, מ'דארף איינער וואס קען שפילן א רב, און נאך איינער וואס קען זיין אביסל יונגער, לאמיר זאגן פערציג און העכער
Edit
מה דעלך סני, לחברך לא תעביד...! איך וואלט אויך געווען סענסיטיוו ווען מ' לאכט פון מיין רבי. (איך זאג נישט ווער ס'איז...

ממילא האביך אויסגעמעקט די הודעה. א וה' הטוב יכפר...א גוטן שבתתתת!
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 11:49 am
דורך געוואלדיג
ר' בערל מיט שעצונג טויש איך מיין הודעה אויך, מיר האבן הנאה און מיר וועלן אי"ה ווייטער הנאה האבן ביינאזאם.
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 12:34 pm
דורך שטילע אינגערמאן
,
Re: ס'ווערט געזוכט א עקטער!
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 12:37 pm
דורך matovu
berlbalaguleh האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויב בין פארשטעלט ווי א 50 יעריגע איז אויך גוט?
ניין, מ'דארף איינער וואס קען שפילן א רב, און נאך איינער וואס קען זיין אביסל יונגער, לאמיר זאגן פערציג און העכער
איך האב איינעם וואס קען שפילן רעבע. ער קען אלע שטיק וואס מ'דארף. אר וואוינט אין א קלעין שטעיטל אין ראקלענד קאונטי. אףףף רט. 45. יענער איז א מורא'דיגער עקטער. ער איז שוין א ביסל עלטער פון 50 יאר. ער האט שוין מער פון פערציג יאר עגקספיריענס אין עקטן. ער איז אויך דער הויפט פון די שטעטל ניי-סקווירא זיכערהייטס פאליציי...!
סתם בעביעש געשריבען
מסתם דורך אן אפענער סאקמירען קאפ
די גויעשע וועלט לאכט פינקט אזוי פין דיר אויך
Uneducated...
Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 12:37 pm
דורך געוואלדיג
שטילע, עיין וואס איך האב געשריבן, נישט יעדע אשכול דארף ווערן א דיסקוסיע וועגן סקווירא.
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 12:51 pm
דורך כוכב
[tag]פליקער[/tag] [left][tag]שמערל[/tag][/left] [tag]אסף המזכיר[/tag]
אשכול פארדרייט אלערט
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 1:00 pm
דורך פליקער
לאמיר צונעמען מיינע אפציעס, איך קען פארמעקן פון בערלען אראפ, דארף איך אנהייבן מיטן גאלע, יעדער זעיט אז ער ריקט מנשה'ן, וואס קען אגב קיין גראד ווארט נישט זאגן דא אין שטיבל אפילו ווען ער טרייט צי רעדן א נארמאלע זאך, נעבעך אויף אים, נאר דער אייבישטער און דער רבי קענען אים העלפען,
אבער וואס זענען מיינע קאנציקווענצען דערפאר איז שוין היינט וואויל באקאנט.
וועל איך דערווייל בעיטן מיט שיינעם ביטע פארמעקן אליינס אלע איבריגע ווערטער וואס קומען נישט דא אריין אין אשכול.
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 1:10 pm
דורך ישמעאל הכהן
גאלע?
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 1:11 pm
דורך צדיק נסתר
ווי אלט איז דער עקטער ארי מינץ?