בלאט 1 פון 1
'דעת תורה' אין קאווע שטיבל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm
דורך יאיר
וזרח השמש ובא השמש.
בשעת די לעיקוואוד-גייט סומאטוכע האלט נאך אינמיטן די קריטישע פאזעס, איז געקומען די פריידיגע בשורה אז דעת תורה איז צוריק אין שטיבל. ניין, דא רעדט מען נישט פון דער קלישעי דעת תורה, וועלכע האט גאנץ ווייניג מיט'ן דעת און אודאי מיט'ן תורה, נאר פון דעת תורה מיט א @ ביים אנהויב. פאר דעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף, @דעת תורה איז איינער פון די חשובע קאמענטירער אויף דעם פארום, וועלכער האט צוריק ערשיינט נאכ'ן נעמען א לאנגע וואקאציע פון איבער א יאר צייט, און האט אין דער פארגאנגענהייט געדינט אלס דער אפיציעלער פארטרעטער פון תורת משה ואביזרייהו, פארטיידיגנדיג כל הקודש לנו מיט אן ענוות חן און א שכל הישר, וועלכע האט ערלויבט פאר רעספעקטפולע דיסקוסיעס איבער וויכטיגע אנגעלעגנהייטן.
יהא בואך לברכה ולהרמת קרן הדעת תורה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:28 pm
דורך [NAMELESS]
על כן יאמרו המושלים כשזה קם זה נופל.
שוין. שוין צופיל געזאגט...
[נישט נעמען צו ערנסט ח"ו].
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:30 pm
דורך יתרו
יאיר האט געשריבן:וזרח השמש ובא השמש.
בשעת די לעיקוואוד-גייט סומאטוכע האלט נאך אינמיטן די קריטישע פאזעס, איז געקומען די פריידיגע בשורה אז דעת תורה איז צוריק אין שטיבל. ניין, דא רעדט מען נישט פון דער קלישעי דעת תורה, וועלכע האט גאנץ ווייניג מיט'ן דעת און אודאי מיט'ן תורה, נאר פון דעת תורה מיט א @ ביים אנהויב. פאר דעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף, @דעת תורה איז איינער פון די חשובע קאמענטירער אויף דעם פארום, וועלכער האט צוריק ערשיינט נאכ'ן נעמען א לאנגע וואקאציע פון איבער א יאר צייט, און האט געדינט אלס דער אפיציעלער פארטרעטער פון תורת משה ואביזרייהו, פארטיידיגנדיג כל הקודש לנו מיט אן ענוות חן און א שכל הישר, וועלכע האט ערלויבט פאר רעספעקטפולע דיסקוסיעס איבער וויכטיגע אנגעלעגנהייטן.
יהא בואך לברכה ולהרמת קרן הדעת תורה.
"ענות חן" וואלט איך ארויסגענומען עס איז מער געווען מיט א "גאוה דקדושה"
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:58 pm
דורך ישמעאל הכהן
נו דעת תורה איז מכובד צו זאגן א פאר ווערטער, געב אהער די מייק.
אויב איר קענט אפשר רעדן אביסל וויאזוי דאס פארלאפענע יאר איז אריבער אן קאווע
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 8:28 pm
דורך שמעון וואלף
מאך שוין אביסול העכער דארט ווייל איך הער נישט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:18 pm
דורך געפילטע פיש
איז דעת תורה לעיקוואד'ס צווייטע ניק?
Re: 'דעת תורה' אין קאווע שטיבל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:30 pm
דורך דעת תורה
שאץ נישט אונטער לעיקוואוד...
Re: 'דעת תורה' אין קאווע שטיבל
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 10:16 am
דורך [NAMELESS]
גוט דיך צו זעהן דא דעת תורה
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 3:23 pm
דורך יואב
פיינעלי קען איך זאגן אז דאס באקאנט-אומבאקאנטע שפריכווארט דא אין שטיבל פון "איך רייב מיך די אויגן" האט שוין געגרייכט מיין וועזן. כ'קוק, כ'רייב, ס'איז טאקע @דעת-תורה, טאקע אפריל 2015, טאקע קאווע שטיבל און נאך איין רייבעלע אין לינק אויג – קוים איז ער אויפגעשטאנען תחיית המתים און שוין איז ער וואויל באהאוואנט מיט דעם "Tapatalk".
איך בין א שטארקער חסיד פון @דעת-תורה, (לאו דוקא פון זיינע שיטות). זיין שכל הישר, ערוואקסענעם טאן און מענטשליכן צוגאנג האט תמיד געמאכט דעבאטעס ווערטפול, אינטערסאנט, און אויפגעהויבן דעם ניווא פון שטיבל. שכח פאר'ן צוריק קומען.
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 3:30 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:איז דעת תורה לעיקוואד'ס צווייטע ניק?
דעת תורה האט געשריבן:שאץ נישט אונטער לעיקוואוד...
האמת אגיד, ווען איך האב געזען דיינע ווערטער האב איך גלייך געוואלט מוחה זיין על כבודו של '[tag]דעת תורה[/tag]', ביז איך האב באמערקט אז 'דעת תורה' אליינס האט אפגעשריבן דעם תגובה...
[וא"ת פון וואו קען איך דעת תורה, וואס איז ניטאמאל דא געווען ווען איך בין אנגעקומען דא אין ק"ש, התי' הוא אז פון די אלטע אשכולות וואס כ'האב אפירגעגראבן זכיתי לעמוד בסוד קדושים, הוא ניהו מרן דעת תורה שליט"א].
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 6:12 pm
דורך קאצקע ציקער
אויך נישט דעת תורא