בלאט 1 פון 3
הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 3:23 am
דורך חקרן
אינטערעסאנט אז עס איז נאכנישט פאראן קיין אשכול צו דעבאטירן דאס לעבן און שאפן פון דעם איש הגדול בענקים, דער מלך הבדחנים, וואס יעדער זאגט נאך בשמו געלונגענע וויצן, און אז מען זאגט נאר די ווערטער "דער יארמער רב זאגט", צושפרייטן זיך שוין אלע לעפצן, ווארטנדיג צו הערן וועלכע גוטס עס קומט יעצט... דעריבער איז זיכער אז ער פארדינט זיך א באזינדערע אשכול.
בין איך דאך נישט באקאנט מיט זיין לעבן און שאפן, איך וויל דאך אבער פארט וויסן מי האיש ומה שיחו, דעריבער וועל איך לאזן די פענע פאר אנדערע וואס קענען אים פון די נאנט, אדער וואס האבן א ידיעה איבער זיין פערזענליכער לעבן און שאפן.
ידידים צו די ארבעט...
Re: הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 8:51 am
דורך נופת צופים
אבער נאר נישט מאכן חוזק פון שוויגערס. ער האט עס זייער נישט ליב.
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 11:57 am
דורך יעקב מענטש
מ'דארף דא טרעפן איינעם פון די עלטערער דור וואס געדענקט נאך ר' יענקלען בתוקפו, אין די לעצטערע יארן האט זיך די קולטור געטוישט אביסל, און פון א דזשאוק וואס מ'האט זיך אמאל געריסן פון געלעכטער איז שוין היינט קארני, אזוי ווי איינער וואס איז אונטער 50, וועט זיך קיינמאל פון קיין רבי חיים מענדל'ס דזשאוק נישט ווארפן פאר געלעכטער,
אבער דאס איז אמאל זיכער אז ער האט רעוואלוציאנירט די אינדוסטרי. און פון א זאך וואס איז אמאל געווען לימיטעד צו גראמען מיט א קליינע סעגמענט פון דזשאוקס וואס דער בדחן האט נאכגעזאגט ווי כאילו ער ליינט עס ארויס פון א צעטל, האט יענקל געטוישט צו בלויז ליצנות, און איז געווען עט היס בעסט ווען די מייקס זענען געווען אויסגעלאשן... והמבין מבין,
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 12:13 pm
דורך איך אויך
עס איז נישט נאר קולטור ,אויב א בדחן זאל זיך היינט נעמען גיסן די סטייל ווערטלעך וואס איז געווען אין סטייל ביי ר' חיים מענדל'ס צייטן ווען מען עם גאנץ שנעל בא'נחומן.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 3:21 am
דורך הדד בן בדד
עס שרייבט זיך גארנישט אזוי גרינג איבער דעם אדם הגדול בענקים, הגאון הגדול ר' יעקב דוב אביגדור מיללער שליט"א אבד"ק יארמע.
דער איד האט א לאנגע היסטאריע פון לימוד התורה און משמח זיין אלוקים ואנשים, א איד א בעל יסורים פון וועלכע מען קען נישט צופיל רעדן, אבער אלעמאל האלט ער א שמייכל אויפן פנים.
איך האב נישט קיין צייט יעצט צופיל צו שרייבן וועל איך אנהייבן מיט א ווערטל פון אים. איך האב אמאל געזעהן ווי ער איז צוגעגאנגען צו א איד אום ערב יום כיפור, און מיט א גראדן פנים געט ער יענעם די האנט און זאגט אים: 'א גמר חתימה טוה און א גוט געבענטשט יאר, און אויב חלילה האב איך דיך אמאל וויי געטאן... איז זיך דיר עס ערליך געקומען...
Re: הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 10:57 am
דורך חאצקעל שניידער
איז ער מילער וואס שרייבט אין אייוועלט? וואס האט א בלאג מורשת אבותינו (עפעס אזוי)
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 11:12 am
דורך איך אויך
קלערסט אז יא?
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:37 am
דורך ליפא
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 10:27 am
דורך סאו וואט
וער איז דער רבי וואס זיצט נעבן אים?
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 11:26 am
דורך קנאקעדיג
דער איז ר' משה פרידמן גבאי
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:50 pm
דורך ציבעלע-קיגל
סאו וואט האט געשריבן:וער איז דער רבי וואס זיצט נעבן אים?
איז דאס נישט דער ברך משה?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:59 pm
דורך ליפא
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:סאו וואט האט געשריבן:וער איז דער רבי וואס זיצט נעבן אים?
איז דאס נישט דער ברך משה?
נעבן הרב מילער? ניין, דער איז ספינקא רבי פון בית שמש, נישט דער ברך משה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 7:42 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
נע וואס עפעס
דאס איז דער ארשעווע רבי פין קראלי
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:24 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ליפא האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:סאו וואט האט געשריבן:וער איז דער רבי וואס זיצט נעבן אים?
איז דאס נישט דער ברך משה?
נעבן הרב מילער? ניין, דער איז ספינקא רבי פון בית שמש, נישט דער ברך משה.
פון בית שמש אדער פון בית שימוש???
Re: הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:44 pm
דורך אלטר פ
ליפא האט געשריבן:IMG_20160418_013634.jpg
ווער איז דער פון הינטען מיטען גרוסען שמיכל?
Sent from my SAMSUNG-SM-G850A using Tapatalk
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:47 pm
דורך סמבטיון
זיין איידעם,נאה דאכטציך הייסט ער
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:40 pm
דורך פעינטער
אהרן נאה הייסט ער
Re: הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:43 pm
דורך סאשי פיש
הנגיד
פעינטער האט געשריבן:אהרן נאה הייסט ער
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:45 pm
דורך ליפא
געווען אמאל א בדחן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:23 pm
דורך קרעקער
געוועהן אמאהל א נגיד.....
(דעס אליינס ביניך אויך מסופק)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 8:23 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
ליפא האט געשריבן:געווען אמאל א בדחן
אבער א איידעם ביי א בדחן איז ער יא געבליבן
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 7:18 am
דורך טייערע ברודער
דער וויז'ניצער רבי פון מאנסי האט חתונה געמאכט אן אייניקל מיט דער טשערנובילער רבי פון בני ברק אין אדר תשס"א. זיי האבען געזוכט א פאסיגע מקום, גענוג גרויס און באקוועם אבער נישט ווי ס'איז דא פריצות וכדו'. צום סוף האבען זיי געדינגען דער זאל פון קרית צאנז שליד נתניה. דער קריה האט זיך איבער געדרייט פון דער חתונה און צאנז וועט שוין נישט דיגנען דער זאל אזוי שנעל.
צווישן דער חופה און דער חתונה איז געווען א געלגענהייט אריין צו גייען מיט א קוויטל צו דער צוויי רבי'ס. איך בין געגאנגען צום וויז'ניצער רבי (ווייל דער טשערנובילער פלעג איך זעהן שטענדיג אין ב"ב) און איך האב געווארט 3/4 שעה אין דער תור. צום סוף איז יענק'ל מיללער געקומען צו לויפ'ן אז ער וויל אריין גייען שנעל ווייל ער דארף כאפ'ן א פליגער. פארשטייט זיך דער עולם האט איהם אדורך געלאזט דער גאנצע תור. באלד ביים ארויסקומען מן הקודש פנימה זאגט ער פאר דער ממתינים "דער רבי האט געזאגט אז איך זאל נישט פאהרען!!"
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 11:57 am
דורך ציבעלע-קיגל
יעקב מענטש האט געשריבן:מ'דארף דא טרעפן איינעם פון די עלטערער דור וואס געדענקט נאך ר' יענקלען בתוקפו, אין די לעצטערע יארן האט זיך די קולטור געטוישט אביסל, און פון א דזשאוק וואס מ'האט זיך אמאל געריסן פון געלעכטער איז שוין היינט קארני, אזוי ווי איינער וואס איז אונטער 50, וועט זיך קיינמאל פון קיין רבי חיים מענדל'ס דזשאוק נישט ווארפן פאר געלעכטער,
אבער דאס איז אמאל זיכער אז ער האט רעוואלוציאנירט די אינדוסטרי. און פון א זאך וואס איז אמאל געווען לימיטעד צו גראמען מיט א קליינע סעגמענט פון דזשאוקס וואס דער בדחן האט נאכגעזאגט ווי כאילו ער ליינט עס ארויס פון א צעטל, האט יענקל געטוישט צו בלויז ליצנות, און איז געווען עט היס בעסט ווען די מייקס זענען געווען אויסגעלאשן... והמבין מבין,
דאס האט נישט צוטוהן מיט די קולטור, עס האט צוטוהן אז ער וועפט שוין, וויפיהל איז די שיעור פון איבערקייען די זעלבע נערישע וויצען?
ער מעג שוין און האט שוין לאנג נישט אויפגעקומען מיט א א נייע גוטען וויץ