בלאט 1 פון 1

אהרן רמתי

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 3:11 pm
דורך חקרן
עס קאכט זיך יעצט א פרשה אין ארץ-ישראל, היינט האט מען איינגעזעצט א מנהל פון א סעמענאר מיטן נאמען בנות מרים. לויט די אנקלאגעס איז דאס געפירט געווארן אזוי ווי א קולט מיט א שייכות צו לב טהור.

די נושא איז זייער קאנטערוועסיאל, וויבאלד עס זענען פאראן וואס שרייען אז רמתי האט גארנישט געטאן שלעכט, בשעת אנדערע טענה'ען אז ער איז פארדארבן ביזן גרונט. וואלט איך געוואלט הערן דעם דעת הציבור איבער דער נושא.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 3:43 pm
דורך קאווע טרינקער
דו ווילסט הערן דעת הציבור??? איינער פון דא האט א טאכטער אדער א קאזינע וואס האט געלערענט דארט??
אלץ וואס אונז ווייסען איז פון שמועות פורחות, חצי אמת חצי שקר. לאז עס איבער פאר די לאקאלע אידן.

Re: אהרן רמתי

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 4:25 pm
דורך petergrifin
אויף לב טהור איז אויך דא צוויי צדדים און איך ווייס נאכאלץ נישט וואס איז אמת און וואס נישט. אפילו דאס וואס איז נישט קיין ספק איז מען אויך דן אויב זיי האבן רעכט צו נישט.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 4:37 pm
דורך איך אויך
דאס ציהט זיך שוין א לאנגע לאנגע צייט.

אויף לב טמא בראשות הארכי מנובל ארז אלבראנץ איז נישט דא קיין צוויי צדדים פינטל!

Re: אהרן רמתי

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 3:24 pm
דורך טאמבל סאס
איז דאס די בית שמש קולט?

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 3:43 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]טאמבל סאס[/tag],

ס'האט גארנישט מיט די בית שמש קולט [אויב דו מיינסט די נשות השאלים].


***
א לענגערע דיסקוסיע איבער רמתי, אין עברית, ליינט דא: http://www.forum.ladaat.info/viewtopic.php?f=1&t=7881.