רבי שמעון בר יוחאי, דער ראדיקאלער ציניקער

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

רבי שמעון בר יוחאי, דער ראדיקאלער ציניקער

שליחה דורך יידל »

ל"ג בעומר ממשמש ובא, און א ריזן חלק פון כלל ישראל גרייט זיך צו פייערן דעם דמות פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי. ר' שמעון איז דער שטאף פון לעגענדעס. אויף זיין נאמען איז פארשריבן דער מאגנום אופוס פון קבלה, דער ספר הזוהר, און צו זיין קרעדיט ווערט צוגעטיילט דאס לימוד הקבלה בכלל. אפילו אין תלמוד בבלי געפונען מיר ראדיקאלע מאמרים אין נאמען פון רבי שמעון, שטעלונגן וועלכע מיר געפונען זעלטן אין נאמען פון אנדערע תנאים. צום ביישפיל אין ברכות (לה, ב) געפונען מיר אין נאמען פון רשב"י: "אפשר אדם חורש בשעת חרישה וזורע בשעת זריעה וקוצר בשעת קצירה ודש בשעת דישה וזורה בשעת הרוח, תורה מה תהא עליה?", אזא שארפער מאמר אז דער אמורא אביי זעלבסט איז מעיר דערויף "הרבה עשו ... כר' שמעון בן יוחי ולא עלתה בידן".

דער אמת איז אז דאס איז נישט אייגנס, נאר זיין ראדיקאליזם לגבי לימוד התורה האט ער שוין גע'ירש'נט פון זיין רבי'ן רבי עקיבא וועלכער האט אויף די פראגע פון וואס איז גרעסער, תלמוד אדער מעשה געענטפערט "תלמוד גדול". אבער דוכט זיך אז רבי שמעון בר יוחאי האט גענומען די שיטה איין טריט ווייטער פון זיין רבי'ן, ווי מיר טרעפן דארט אין ירושלמי ברכות (פרק א' משנה ב') "כגון אנו שעוסקין בתלמוד תורה אפילו לקריאת שמע אין אנו מפסיקין".

מיט אן אויבנאויפדיגער בליק איז שווער צו אויסגלייכן דעם ראדיקאלן און שטרענגן מהלך מיטן גוטן און ליבליכן ר' שמעון אויף וועם עס איז "כדאי הוא לסמוך עליו בשעת הדחק", און צו וועמענ'ס קבר עס לאזן זיך טויזנטער צו אויסבעטן אלעס גוטס. נישט נאר וואס ר' שמעון קומט פאר פון זיינע מאמרים ווי א שטרענגער אומפארגעביגער, שמעקט פון זיינע שיטות א היבשער מאס עליטיזם.

דער "כגון אנו" איז א מאטיף וועלכע ווערט כסדר איבערגע'חזר'ט אין ר' שמעון'ס וועלט-אויסקוק. אין סוכה (מה, ב) ווערט געברענגט דער באקאנטער מאמר "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין מיום שנבראתי עד עתה" און "ראיתי בני עלייה והן מועטין ... אם שניים הן - אני ובני הן". ווער קען דען נישט די מעשה פון ר' שמעון אין די מערה וועלכער ווערט געברענגט אין ברכות (דארט)? דארט ווערט פארציילט אז ווען רבי שמעון איז ארויס פונעם מערה "חזו אינשי דקא כרבי וזרעי. אמר "מניחין חיי עולם ועוסקין בחיי שעה?!" כל מקום שנותנים עיניהם מיד נשרף." אין מיינע אויגן איז עס איראניש אז דווקא רבי שמעון איז לאחר מיתתו געווארן א פאלקס-מאגנעט, איינער אין וועמענ'ס קבר דער המון עם טרעפט טרייסט און נחמה.

***

אבער ווי נישט ווי, עס קומט דאך ל"ג בעומר אויף דער וועלט. עס ווילט זיך טרעפן אין רבי שמעון'ן עפעס מיט וואס צו פייערן, עפעס וואס אפילו איך זאל קענען דערמיט טשעמפיאנירן און זיך שפירן באקוועם מיטצוזינגן "לכבוד התנא האלוקי...". לערנענדיג נאכאמאל דעם מעשה פון רבי שמעון אין מערה, האבן זיך מיינע אויגן אנגעשטויסן אין די ערשטע שורות פונעם געשיכטע. פארציילט די גמרא אזוי:

יתבי רבי יהודה ורבי יוסי ורבי שמעון ויתיב יהודה בן גרים גבייהו פתח ר' יהודה ואמר כמה נאים מעשיהן של אומה זו תקנו שווקים תקנו גשרים תקנו מרחצאות ר' יוסי שתק נענה רשב"י ואמר כל מה שתקנו לא תקנו אלא לצורך עצמן תקנו שווקין להושיב בהן זונות מרחצאות לעדן בהן עצמן גשרים ליטול מהן מכס.

עס זענען געזעצן רבי יהודה, רבי יוסי, און רבי שמעון און זיי האבן פארברענגט. רופט זיך אן ר' יהודה "קוק ווי טויגליך די רומישער זענען. אויפגעבויעט א שטאט ווי עס דארף צו זיין, געפלאסטערטע גאסן, מארק-פלעצער לתפארת, מעכטיגע בריקן, בעדער ס'זאל ראקן, א יפה נוף!" רבי יוסי שווייגט. רבי שמעון אבער קען נישט שווייגן. "אלעס איז קארופטירט!" שרייט ער. "גאסן? מארק-פלעצער? אלעס אז ס'זאל זיין א שיינע רעד-לייט דיסטריקט. בעדער? זיי מיינען זיך! בריקן? זיי ווילן פשוט האבן א קאסע פון וואו צו נעמען געלט."

עס שטעלט זיך ארויס אז רבי שמעון בר יוחאי אז געווען דער ערשטער ציניקער. רבי יהודה האט מסתמא אויך געוואוסט אז אויבן ביים שטייסל איז נישט אזוי איי איי איי. די רוימישע עסקנים מיינען שוין גארנישט די גוטס פון זייערע אונטערטאנען. זיי מאכן זיכער אז די נאן-פאר-פראפיט ברענגט זיי אריין גענוג געלט און אז עס זאל זיין גענוג א גרויסע פראסטיטוט סופליי. אבער ווי נישט ווי, טענה'ט רבי יהודה, האבן מיר הנאה פון די גאנצע מעשה. מיר באקומען בענעפיטס. איז הו קעירס אז זיי מיינען זיך דערמיט? אה, "כמה נאים מעשיהן", קוק נאר וויפיל חסד ס'דא ביי זיי, וויפיל עסקנים און ארגאניזאציעס על כל צרה שלא תבוא!

רבי שמעון איז אבער נישט אנטציקט. אלעס איז קארופטירט, שרייט ער. און ווען זיי קענען ווען ווארפן זיי אונז אין באד אריין אבי זיי האבן זייערע זונות און בארס און קלאבס. נאר זיי דארפן דאך איינער זאל עס זיי פאנדן, מאכן זיי זיכער אז אונז זענען אויך צופרידן. ווילאנג די sheeple זענען צופרידן, קענען די עומדים בראש טון וואס ס'שמעקט זיי.

ס'שפיגלט זיך מיר אפ אין רבי שמעון אן אויפגעקלערטער ציניקער וועלכע לאכט פון תמימות'דיגע הכרת הטוב סענטימענטן וואס רבי יהודה לאזט הערן. ער קען נישט נעמען סיריעס די טענה פון "כמה נאים מעשיהם של אומה זו". די העק מיט די גוטס פון די עסקנים און די ארגעניזאציעס, ווייל ווען זיי קענען ווען זאגן ווען זיי די העק מיט די אונטערטאנען! חסד, ארגעניזאציס, אלעס מיינען זיי נאר איין זאך: זיך, זיך, און נאכאמאל זיך. דא איז עס תאוות, דארט איז עס פאוער, און ערגעץ אנדערש איז עס געלט. אבער אונטער די שיכטן גוטס און "זיך אוועקגעבן פארן ציבור" ליגט ריין שלעכטס.

***
לכשתרצו זענען ביידע שטריכן - די ראדיקאלע עליטיזם און די ציניזם - בעצם איינס. די סטעיטמענט "כל מה שתקנו לא תקנו אלא לצורך עצמן" איז מעגלך נישט קיין קריטיק נאר א פאקטועלער סטעיטמענט. רבי שמעון זעט נישט קיין וועליו אין סארווירן אנדערע. ער איז דוגל אין דעם מהלך פון מוטב שיאבדו אלפי שוטים ואל יאבד חכם אחד. פון רבי שמעון'ס קוק-ווינקל איז נישט מעגליך אז די ביים שטייסל זאלן קעירן וועגן די המון עם. דעריבער פארשטייט ער נישט פארוואס די רומיים זאלן זיך בכלל אפגעבן מיט די צרכים פונעם פאלק. די איינציגסטע לאגישע מסקנא איז אז לצורך עצמן תקנו. ווי האט רבי שמעון געזאגט פאר זיין זון נאך וואס ער איז ארויסגעקומען פון מערה דאס צווייט מאל? "בני, די לעולם אני ואתה". דער פאלק זאל זיך עוסק זיין אין וואס זיי ווילן, מיר זענען די ריכטיגע סחורה, אויף אונז שטייט די וועלט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

חס ושלום שעתידה תורה שתשתכח מישראל! (ר' שמעון)
אקעגן דעם נעגאטיוון דעת רבים, איז ר' שמעון דער פאזיטיוויער עתיד גוט זאגער.
Under influence
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א הערליכער געדאנק. איך וואלט אויך געזאגט אז די צוויי גייען צוזאמען, נאר איך וואלט נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי דיר, נאר פשוט געזאגט אז ר' שמעון איז סתם אזוי געווען א קאצקער וועלכער האט נישט געקענט סובל זיין נגיעות און פאלשקייטן, יעדע זאך וואס איז נישט כולו פנימיות האט אים געקרענקט. אז די רעגירונג האט זיך אליין אויך אינזין האט ער שוין אינגאנצן אוועקגעמאכט זייערע פרעכטיגע ארכיטעקטור און בנינים. אז דער אומשולדיגער אידל הארעוועט צו ברענגען פרנסה אין שטוב, פארשטייט ער נישט פארוואס ער גיבט זיך בכלל אפ מיט אזעלכע נארישקייטן.
דעם שטריך קען מען אויך זען אין געוויסע הלכה'דיגע שטעלונגען פון ר' שמעון. ווי למשל, ר' שמעון דריש טעמא דקרא, ר' שמעון האלט אז דבר שאינו מתכוון איז מותר ווייל אויב ס'פעלט די כונה איז עס גארנישט ווערד, ועוד.
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז די גאנצע מעשה אין מסכת שבת איז סתם א משל. פשוט, ר' שמעון איז געווארן אזוי אנגעצויגן און נערוועז פון זיין קריטיק אז ער האט שוין נישט געקענט מער סובל זיין צו וואוינען צווישן מענטשן, און ער האט געמוזט זיך איינשפארן אין א שטוב פאר צוועלף יאר אין א ציה. דאס איז דער רמז פון דעם אז מלכות רומי איז אים נאכגעלאפן, דהיינו, דער מערב ציוויליזאציע וואו מען לעבט א פאלשער לעבן, וואס איז דער שר של עשו פון רומי כידוע ליודעי חן, דאס האט ער נישט גקענט סובל זיין. צום סוף האט ער שוין נישט געקענט דאווענען און אפילו ליינען קריאת שמע פון זיין גרויסע ענקזייעטי, איז ער ווידער ארויס פון זיין באהעלטעניש, האט ער אנגעהויבן אוועקלייגן מענטשן מיט זיינע שארפע שטעכווערטער. ביז ער האט איינגעזען אז דאס איז נישט קיין תכלית און מען קען נישט פירן אזא לעבן, און ער האט זיך געזעצט שרייבן דעם ספר הזוהר און ממתיק זיין די דינים, (וזהו רמז ההדסים כנגד זכור ושמור כידוע).
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

זייער א שיינע טייטש. מען טאר אבער נישט פארגעסן דעם פשוט'ן טעמא דקרא. ר' יהודה איז, ווי ס'איז משמע פון די גמרא בכמה מקומות, געווען מער מיט די צוויי פיס אויף דער ערד ווי ר' שמעון (ביי וועם יידל האט שוין מדייק געווען). א מעורב בן הבריות טיפ. ווי די גמרא זאגט אין א פלאץ, "אמרו עליו על רבי יהודה ברבי אלעאי, שהיה מבטל תלמוד תורה להוצאת המת ולהכנסת כלה." ער האט פארשטאנען אז מען ברויך ארבעטן און אפילו מאכן התעמלות. יעדער איז אוודאי באקאנט מיט די גמרא אין קידושין וואס יעדער האט אזוי ליב,"ר' יהודה אומר: כל שאינו מלמד את בנו אומנות, מלמדו ליסטות." אויף אן אנדער ארט שטייט אז רבי יהודה ווען ער איז געגאנגען לערנען האט ער געשלעפט א בענקל אויף די אקסלען ווייל גדולה מלאכה שמכבדת את בעליה." רבי יהודה האט דולג געווען אין א שיטה פון מתינות און פארשטאנדיגקייט און פרובירט צו באלאנסירן א חיים של תורה ודרך ארץ. און דאס איז שוין געווען אין א תקופה ווען די אידן זענען אונטערדרוקט געווען אונטער די רומיים. זיין אייגן סמיכה לרבנות האט געקאסט דעם קאפ פאר דער וואס האט אים מסמיך געווען - זיין אייגן - רבי - יהודה בן בבא.

רבי יהודה'ס אויסבליק פאר א געזונטער שלום בית אינדערהיים, (ענדערש ווי דרייצן יאר אוועק לש"ש) אין איז אויך כדי צו דערמאנען. ווער ס'האט געלערנט די גמרא אין נדרים געדענקט אוודאי יענער וואס האט געמאכט א נדר אז ער וועט נישט טועם זיין פון זיין ווייב'ס תבשיל ביז זי וועט גיין געבן דערפון צו פארזוכן פאר רבי יהודה און ר"ש. רבי יהודה האט טועם געווען נאכן מאכן א ק"ו. "ומה לעשות שלום בין איש לאשתו, אמרה תורה שמי שנכתב בקדושה ימחה על המים המאררים בספק, ואני על אחת כמה וכמה." און די פרייד וואס ער האט געהאט משמח צו זיין חתן כלה זעהען מיר פון די גמרא אין כתובות, "אמרו עליו, על רבי יהודה בר אילעאי, שהיה נוטל בד של הדס ומרקד לפני הכלה, ואומר כלה נאה וחסודה." (וזהו רמז ההדס רק כנגד זכר דייקא כידוע).

אלזא, נאך אזא לאנגע הקדמה קען מען זיך אליין פארשטעלן יעצט וואס רבי יהודה'ס שיטה איז געווען אויף די סערוויסעס און אינפראסטרוקטור וואס די באהערדע שטעלן צו און די שטייערן זיי פארלאנגען דערויף. ער האט פרובירט צו זען אין דעם די פאזעטיווע זייט, ווי אזוי עס זאל קענען העלפן דעם בן תורה לערנען און אויך הנאה האבן דערפון נישט אין די פרייע צייט ווען מ'דארף אביסל אויסרוען דעם קאפ פון די תורה. רבי יהודה האט אבער זיך אויך געזארגט אז דער בן תורה זאל זיין א מוסטער פון א איד אויף די גאס ווען עס קומט צו זיין א ארנטליכער בירגער - ארבעטן און צאלן שטייערן א.א.וו.

רבי יהודה האט נישט גערעדט פון בויך ארויס און ער פאר זיך האט גארנישט קיין טובת הנאה גענומען דערפון ווי די גמרא אין נדרים פארציילט אונז אז רבי יהודה איז געווען א בלוטיגער ארימאן און טראצדעם וואס ער האט געהאט א אנגעזעהענע פאזיציע ביי די מלכות האט ער נישט אויסגענוצט זיין שטעלע פאר פערזענליכע אינטערעסן.

מצד שני קען מען אבער אויך פארשטיין רבי שמעון. רבי שמעון ווי געשמועסט האט געלעבט אויף א אנדער וועלט. ער האט נישט געזען קיין שום ענין פאר א אידיש קינד אין די אלע הבלי עוה"ז. נישטאמאל ארבעטן אדער וואוינען מיט א ווייב האט ער געהאלטן פאר וויכטיג - אויף די קורצע זמן וואס מיר זענען דא אויף דער וועלט. דערפאר האט ער לשיטתו מיט רעכט געטענה'ט אז אויב נוצן מיר נישט די אלע סערוויסעס זייערע פארוואס דארפן מיר צאלן טעקסעס און ארבעטן ווייס? אמאל איז עס געווען שווקים און גשרים און היינט איז עס טראנספארטאציע, מיליטערי, סאושעל סעקיוריטי און פובליק סקולס. אמאל איז עס געווען בתי מרחצאות און היינט איז עס דזשימס, פובליק סווימינג פולס און ביטשעס (תרתי משמע). אמאל איז עס געווען זונות, און היינט איז איז עס אויך זונות.

מוחל טובות, מיר האבן זיך אונזער אייגענע געלע באסעס; מיר האבן זיך אונזער אייגענע מיליטער, ומי אלו שומרי העיר? אמרו להם הספרים והמלמדים, ווי ס'שטייט, ״אם ה' לא יבנה בית, שווא עמלו בוניו, אם ה׳ לא ישמור עיר שווא שקד שומר״. עס קאסט אונז אפילו גארנישט. און אייגענטליך, איר קענט פטור ווערן פון אייערס ווייל מיר היטן אויף אייך אויך; מיר האבן זיך אונזער אייגענע חסד ארגאנאזאציעס און מוסדות; מיר האבן אונזערע אייגענע מקוואות; מיר האבן אונזערע אייגענע פארענטשעס, הקפה פלאטפארמעס, חתונה זאלן, באגלייטנס, דאמענסטראציעס, שטופעכצער ביי טישן און לאנגע ימים נוראים תפילות אויף די פיס און תשליך ער"ה; און מיר האבן נישט און דארפן נישט קיין אייגענע זונות.

חלילה נישט אוועקצומאכן רבי יהודה'ס מסירת נפש פאר לימוד תורה וואס איז געגאנגען האנט ביי האנט מיט אהבת הבריות ווי עס זאגט עדות די גמרא אין סנהדרין "אמרו עליו על רבי יהודה ברבי אילעאי שהיו ששה תלמידים מתכסין בטלית אחת ועוסקין בתורה".

אבער פון אלעם ביז אהער איז גענוג צו זען אז רבי שמעון איז געווען בבחינת לאו כל מוחא סביל דא און די זעלבע איז געווען פארקערט. אפשר טאקע דערפאר וואס רבי שמעון האט למעשה נישט געלעבט אין די ריעל ווארלד ווי מ'רופט עס האט רבי יוחנן מכריע געווען אז כל מקום שנחלקו רבי יהודה ורבי שמעון, הלכה כרבי יהודה. (אבער במקום שנחלקו רבי יהודה ורבי יוסי - הלכה כרבי יוסי. אולי וועגן דעם האט רבי יוסי טאקע געשוויגן. מיט'ן שווייגן אליין איז שוין גענוג געווען מכריע צו זיין דער הלכה זאל זיין ווי רבי יהודה.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

[justify]ווער - מיר צו דיר? - האט אן אנונג, כאטשיק ווי קליינזיניג, אין די גרויסקייט פון אונזערע לערערס, דאס מיר - אונז שרייבערלעך - זאלן זיי אין א פיר-קאנטיקע ראם - די מאס פון בלויז אונזער קליינקעפיגקייט - אריינשטעלן?

האט דען רבי שמעון זיך נישט פארנומען צו פארברענגען צייט מיט רבי יהודה בר עילאי, כאטשיק זיין געשטאלט האט געשיינט פון זיך פארנעמען מיט קערפער רייניגונג גייענדיג אין בית המדרש, צו מיט זיך ארומוואשן יעדן ערב שבת? גארנישט אזא בייזער געווען, זעט אויס, איז ער, רבי שמעון. צו איז רבי יהודה בר עילאי א בלויזע קטלא קניא'ער אדעק א וואויל-שמועסער, נאך וואס בלויז אויף עם ווערט געזאגט דאס צו א געטליכע מלאך האט זיין געשטאלט געענדלט?[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]יידל[/tag], אסאך פון דיינע נקודות זענען זייער שיין, ונהניתי מאוד. אבער פארשידענע פונקטן זענען געווען צו שארף לפי טעמי, ולכן נמנעתי מלתת לייק, ומ"מ ייש"כ פאר דיינע אינטרעסאנטע רעיונות.

כ'האב מיך צוריקגעהאלטן ביז יעצט מגיב צו זיין, ווייל כ'האב געוואלט אפשרייבן א לענגערע אפהאנדלונג אויף רבי שמעון בר יוחאי, לפי הנלענ"ד לאחר עיון בש"ס. און ב"ה כ'האב אפגעשריבן א לענגערע שטיקל מיט אביסל אן אנדערע צוגאנג צום תנא רבי שמעון, אין דעם אשכול, כאטשיג די יסודות קען מען יונק זיין ביי ר' יידל'ן, ותשוחח"ל.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: רבי שמעון בר יוחאי, דער ראדיקאלער ציניקער

שליחה דורך א איד »

יאיר האט געשריבן:א הערליכער געדאנק. איך וואלט אויך געזאגט אז די צוויי גייען צוזאמען, נאר איך וואלט נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי דיר, נאר פשוט געזאגט אז ר' שמעון איז סתם אזוי געווען א קאצקער וועלכער האט נישט געקענט סובל זיין נגיעות און פאלשקייטן, יעדע זאך וואס איז נישט כולו פנימיות האט אים געקרענקט. אז די רעגירונג האט זיך אליין אויך אינזין האט ער שוין אינגאנצן אוועקגעמאכט זייערע פרעכטיגע ארכיטעקטור און בנינים. אז דער אומשולדיגער אידל הארעוועט צו ברענגען פרנסה אין שטוב, פארשטייט ער נישט פארוואס ער גיבט זיך בכלל אפ מיט אזעלכע נארישקייטן.

אולי יש לומר אז עס איז געווען תלוי אין די מחלוקת צווישן דעם שינאווער רב און זיין ברודער דער גארליצער רב, וואס איז חשובער מקרב זיין דעם מדת האמת אדער מרחק זיין דעם מידת השקר.
און ווי דער גארליצער האט דאס אליינס מעיד געווען, אז דער חילוק צווישן מיר מיטן ברודער איז. אויב דער ברודער וועט זיין א בארג אמת אין א פינטעלע שקר, וועט ער אוועקווארפן דעם גאנצן בארג וועגן די פינטעלע שקר, לעומת זה איך אז איך זעה א גאנצע בארג שקר מיט א פינטעלע אמת, וועל איך מקרב זיין דעם גאנצן בארג צוליב דעם פינטעלע אמת.
ואולי ר׳ שמעון איז געווען בבחינת ווי דער שינאווער רב לדורינו, אז ער האט אוועקגווארפן די גאנצע גוטסקייט פון די רומיים, צוליב דאס ביסל סעלפישקייט וואס עס איז דארט געווען, לעומת זה ר׳ יהודה האט דאס אלעס מקרב געווען צוליב די טובות פאר אידישע קינדער.
זאל שוין דער אויבערשטער שיקן די אלע טובות פאר די אידישע קינדער, בלע שום אמצעיות מצד הטומאה וסטרא אחרא.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לפי די טעזע אינעם ארטיקל אין וועקער 18 ״ציניזם: א שיטה״ וואס טענה׳ט אז כהיום איז חרדי׳זם דוגל אין א מהלך וואס ענדעלט צום מהלך פון ציניזם, איז לפי די טעזע פון די אשכול דעריבער היינט-צו-טאג ר׳ שמעון אזוי ספעציעל פארהייליגט געווארן ביי חרדים.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט